בית פורומים כל העולם כולו

די שעדליכקייט פין St. Moritz Oven Cleaner

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/3/2009 03:23 לינק ישיר 
די שעדליכקייט פין St. Moritz Oven Cleaner

ב"ה

 

עס קימט יעטץ "פסח" אין א יעדע אידישע היים קלינט מען מיט פארשידענע מאטריאלען

ווען עס קימט צים "געז רענדטש" "אויווען" מאכען אסאך מענטשען א גרויסען טעות

מען ניטץ א אויווען קלינער וואס הייסט "סט. מאריס" וואס איז א גרויסע סכנה.

 

"סט. מאריס" ווען עס רירט נאר אהן די הויט פין א מענטש ברענט דאס די הויט צי א דריטע דיגריע ברען

אפילו ווען מען האלט אין איין שווענקען, האלט דאס אין איין ברענען טיפער אריין אין די הויט

ווער רעדט נאך ביי א קליין קינד,וואס מען קען אימגליקלעך מאכען דאס קינד א גאנץ לעבען

אין ווען דאס גייט אריין אין אויג אפילו נאר א טראפ קען דאס בלינד מאכען ח"ו.

 

איך זאג נאר דא מיין מיינאנג אין איך האלט אז צי האלטען אזא פלעשעל אינדערהיים איז דאס פינקט ווי "טשיילד אביוז"

א חבר מיינער האט מיט א צייט צריק געמאכט א געוואלד וועגען דעם, האט ער גליטען סטראשענינגען פין א דיסריביטאר וואס פארקויפט דאס פאר די סטארס, (ווען איך וואלט געהט א גראסערי אדער הארדווער סטאר וואלט איך דאס נישט אריינגענימען אין מיין סטאר) איבער דעם זאג איך נאר ווי שעדליך דאס איז, וואס איך בין בארעכטיגט לויטען "פרידאם אף ספיעטש"

 

אויב איינער איז יא געווען א "אויבער חכם" אין ער האט דאס אין שטיב, אין עס האט ח"ו ציגערירט אפילו נאר א טראפ, זאל מען גלייך שווענקען מיט וואסער אהן א אויפהער אין רופען "הצלה", געדענקט דאס הערט נישט אויף צי ברענען, שווענקען טיט דאס נאר פארלאנגזאמען, מען מיז אנקימען צי די נאנצטע "בוירן סענטער"

אויב האט איר א חבר אן הצלה מעמבער פרעגט עם, איך בין זיכער אז ער וועט האבען עטליכע מעשות צי פארציילען וועגען די שעדליכקייט פין "סט. מאריס"

אין ביטע ברענגט עס דא אין שרייבט דערוועגען, אין לאזט וויסען ווי מער מענטשען דערוועגען.

 

איך האב א פיקטשער ווי אזוי די באטעל זעט אויס, איך ווייס נישט ווי אזוי מען לייגט עס ארויף.

 

 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2009 03:47 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2009 05:27 לינק ישיר 

איך בין מחולק אויף דיר, עס איז נישט דער ערשטער סכנה'דיגער משקה וואס מען האלט אין שטוב, למשל די משקה וואס מען גיסט אריין אין די סינק עס אויף צו שטאפען וכו', און די באקאנטע אנטי פריז וואס עס קען אויסקומען צו האלטען אין שטוב, און עס איז דא נאך, אז מען איז א בעל אחריות קען מען אלעס האלטען און אז נישט, איז א קינד עלול צו עסען אין טרינקען אלע סכנה'דיגער משקאות פאר קינדער מעדעצינען און וויין און בראנפען.

און לגבי סט. מאריס, ביסטו גערעכט אז עס איז א שטארקע סכנה, אבער עס איז תלוי בדעת הבעלים, אויב איינער האלט ער קען דאס דערהייבען, קען ער דאס רואיגערהייט אריין נעמען, און עס הייסט נישט קיין טשיילד אביוז.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2009 02:46 לינק ישיר 

מר. באראפארקער

די קענסט נישט פארגלייכען סט. מאריס צי קיין שום אנדערע קעמיקעל וואס א עוורידטש משפחה האלט אין שטוב.
מען רעדט נישט דא פין טרינקען, מען רעדט דא פין ווען עס דא קאנטאקט צי די הויט אדער אין אויג פין א קינד,
געדענק עקסידענטס געשען, ווען עס געשענט א עקסידענט אין עס גיסט זיך אויס בטועת אויף די קיטשען פלאר סיי וואס פאר א קעמיקעל וואס א עוורידטש משפחה האלט אין שטוב, אין א 1 יעריגע בעבי קריכט אויף די פלאר וועט קיינמאל נישט זיין אזוי שעדליך ווי סט. מאריס
וואס איז געשען לעטצטענס טאקע אין בארא פארק, ווען די מאמע האט זיך געווינדערט פארוואס דאס קינד וויינט, האט זי געזען די סטרעטשי איז נאס, האט זי פשט געמיינט דאס קינד האט זיך באמאכט, זי טיט אויס דאס קינד איז איר שלעכט געווארען ביידע פיס זענען שוין געווען שווארטץ פארברענט, דאס קינד איז געווען איבער 4 וואכען אין סטעטענד איילענד בוירן סענטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2009 02:56 לינק ישיר 

אין ווילאמסבוירג 2 חדשים צריק האט א 2 יעריג קינד ארויפגעקראכען אויף די וואש מאשין דערגרייכט א אויבישטע שעלו אין גענימען די סט. מאריס אין נאר א קליינעם שפריטץ געגעבען די 8 חדשים אלט בעבי אין פנים, די משפחה איז געווען 3 וואכען אין סטעטענד איילענד האספיטאל.
ביידע משפחת האבען געליטען גרויס צרות פין די טשיילד סערוויסעס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2009 18:43 לינק ישיר 

איך בין נישט קיין דיין אבער עס גייט לכוראה אריין אין גדר פין ולא תשים דמים בביתך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2009 23:02 לינק ישיר 

די וואך איז געווען 3 קעיס'ס פין "סט. מאריס" אין קרית יואל

1 א 27 יעריגע פרוי איז ל"ע גענטצליך בלינד געווארען אויף איין אויג, (זי האט נישט געוויסט ווי שעדליך דאס איז אין געריפען הצלה צי שפעט)

2 נאך א פרוי23 יאר אלט אויך אריין געשפריצט אין אויג, א מזל הצלה איז גווען דארט שנעל אין מען האט גהאלטען אין איין שווענקען ביז מען איז אנגעקימען אין שפיטאל, ב"ה זי וועט זיין אקעי
 
3 א צוויי יעריגע קינד האט אפיר געטראפען א באטעל, עס איז אריין אין מויל אין אויג, דאס קינד איז נעבעך 90% בלינד, דאקטוירים האפען אז דאס וועט זיך היילען מיטן אייבירשטן'ס הילף

  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2009 19:55 לינק ישיר 

איך וואלט מציע געווען פאר דע חברת הצלה בכל מקומות מושבותיהם אז זיי זאלען לייגען א דריק אויפ'ן דיסטריביוטער ער זאל דאס מער נישט אריינברענגען.

עס איז טאקע א מצוה צי מאכען פסח'דיג ,אבער ולא תשים דמים בביתך איז אויך א מצוה.
מען האט יארען לאנג געמאכט פסח אן דעם , פארוואס דארף מען דאס יעצט ?

בדרך הלצה קען מען זאגען "לפני עור לא תתן מכשול" פאר מען ווערט בלינד , זאל מען  נישט אריין ברענגען דעם מכשול.

א כשר'ן אין פרייליכען פסח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2009 05:36 לינק ישיר 

CALL NOW  718-831-7233




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די שעדליכקייט פין St. Moritz Oven Cleaner
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext