ב"ה
עס קימט יעטץ "פסח" אין א יעדע אידישע היים קלינט מען מיט פארשידענע מאטריאלען
ווען עס קימט צים "געז רענדטש" "אויווען" מאכען אסאך מענטשען א גרויסען טעות
מען ניטץ א אויווען קלינער וואס הייסט "סט. מאריס" וואס איז א גרויסע סכנה.
"סט. מאריס" ווען עס רירט נאר אהן די הויט פין א מענטש ברענט דאס די הויט צי א דריטע דיגריע ברען
אפילו ווען מען האלט אין איין שווענקען, האלט דאס אין איין ברענען טיפער אריין אין די הויט
ווער רעדט נאך ביי א קליין קינד,וואס מען קען אימגליקלעך מאכען דאס קינד א גאנץ לעבען
אין ווען דאס גייט אריין אין אויג אפילו נאר א טראפ קען דאס בלינד מאכען ח"ו.
איך זאג נאר דא מיין מיינאנג אין איך האלט אז צי האלטען אזא פלעשעל אינדערהיים איז דאס פינקט ווי "טשיילד אביוז"
א חבר מיינער האט מיט א צייט צריק געמאכט א געוואלד וועגען דעם, האט ער גליטען סטראשענינגען פין א דיסריביטאר וואס פארקויפט דאס פאר די סטארס, (ווען איך וואלט געהט א גראסערי אדער הארדווער סטאר וואלט איך דאס נישט אריינגענימען אין מיין סטאר) איבער דעם זאג איך נאר ווי שעדליך דאס איז, וואס איך בין בארעכטיגט לויטען "פרידאם אף ספיעטש"
אויב איינער איז יא געווען א "אויבער חכם" אין ער האט דאס אין שטיב, אין עס האט ח"ו ציגערירט אפילו נאר א טראפ, זאל מען גלייך שווענקען מיט וואסער אהן א אויפהער אין רופען "הצלה", געדענקט דאס הערט נישט אויף צי ברענען, שווענקען טיט דאס נאר פארלאנגזאמען, מען מיז אנקימען צי די נאנצטע "בוירן סענטער"
אויב האט איר א חבר אן הצלה מעמבער פרעגט עם, איך בין זיכער אז ער וועט האבען עטליכע מעשות צי פארציילען וועגען די שעדליכקייט פין "סט. מאריס"
אין ביטע ברענגט עס דא אין שרייבט דערוועגען, אין לאזט וויסען ווי מער מענטשען דערוועגען.
איך האב א פיקטשער ווי אזוי די באטעל זעט אויס, איך ווייס נישט ווי אזוי מען לייגט עס ארויף.