בית פורומים כל העולם כולו

פאניק ! טריפה'ענע רעסטארנט אין בארא פארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/3/2009 13:48 לינק ישיר 
פאניק ! טריפה'ענע רעסטארנט אין בארא פארק

א פרישע פינקל פרשה

נעכטען איז געווען א איבער קערניש אין בארא פארק
די משגיחים אין חאצקעלאס רעסטעראנט האבן געטראפן טריפה'ענע פרענקפורטס
די רעסטעראנט איז 13 ביי 37
דער בעה"ב האט ארוינס געצויגן א מעסער פאר די משגיחים

ווייסט איינר ווער ס'געט דארטן די השגחה ?

תוקן על ידי האקאבו ב- 17/03/2009 13:51:57




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2009 14:09 לינק ישיר 

לויט ווי איך הער האבן אים נישט די משגיחים געכאפט.
סתם מענטשן האבן געזעהן ווי ער פאקט אוועק די טריפה סחורה, אין זיי האבן געזעהן די לעבלעס.

ווייסט איינער ווער ס'געט דארטן די השגחה ?

 טארטיקאב אדער הרה"ג ר' עמרם ראטה ?

טאמיר די מעשה איז אמת האט ער מכשיל געווען טויזנטער יודן מיט טריפה רח"ל .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2009 16:02 לינק ישיר 

(גענומען פון אידישע וועלט)


עס קומען יעצט אריין די ריכטיגע פרטים, און עס שטעלט זיך ארויס אז VIN (וואס איז נייעס) האט אויפגעבלאזן א נישט ריכטיגע מעשה און אנגעמאכט א שטינק אויף א פליישיגע רעסטוראנט.

די מעשה איז אנגעבליך געגאנגען אז די נאכט האבן משגיחים געפונען אינעם פליישיגן רעסטוראנט "יחזקאל'ס שווארמא קינג" טריפה פלייש, זיי האבן געפינען אין פריזער א פעקל פון טריפה'נע פרענק'ס.

למעשה שטעלט זיך ארויס - און די טארטיקובער הכשר האט דאס באשטעטיגט - אז דער בעה"ב האט געשיקט א נישט-אידישער ארבייטער צו קויפן עטליכע פעקלעך פון פרענק'ס ביי די דערנעבענדיגער KRM געשעפט (כולל גראסערי) אנשטאט גיין צום כשר'ן גראסערי איז ער געגאנגען צו דערנעבעדיגער גויאישער געשעפט און געקויפט טריפה'נע פרענק'ס.

דער פעקל איז געבליבן אין פריזער, עס איז קיינמאל נישט געפענט געווארן און געניצט געווארן אדער פארקויפט געווארן פאר סיי וועלעכער איינקויפער.

די טארטיקוב'ער בי"ד וועט ארויסגעבן זייער סטעיטמענט אין עטליכע שעה און וועלן זאגן די פינקטליכער מעשה וואס דא האט זיך אפגעשפילט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2009 16:27 לינק ישיר 

האט איינער די אריגינעלע פאסט פין וואס איז נייעס?
ווי אזוי מאכט מען א טעות ווי דאס?
עס הייסט אז נישט משגיחים האבען געכאפט נאר סתם אידען, און מיט בילדער, די שאלה איז אויב מען האט פארקויפט פין די טריפה'נע פראנקס אדער נישט, אבער מאן יימר אז דאס איז געשעהן נאר איין מאהל?
און פארוואס זאל טארטיקוב נישט פראבירען צו פארשווייגען די מעשה?
לאמיר זאגען אז עס איז יא געשעהן, משוגע דארפען זיי זיין צו פארלירען זייער מקור הפרנסה.

די גרעסטע געלעכטער איז אז זיי זאגען אז זיי האבען קאמערעס, און מיט דעם וועלען זיי קענען ווייזען אז מען האט עס נישט פארקויפט. ווי אזוי גענוי?

נאך די פינקעל מעשה ווען רבנים האבען געשריגען אז מען טאר נישט לאזען די סטארס פארקויפען פלייש אהן א משגיח תמידי, האבען די בעלי מכשירים געקוקט אויף זייער טאש, און אוועק געקוקט פין דעם, דא איז דא א געשעפט מיט א בעה"ב א ....., און די טארטיקובער געלט פרעסערס ווייסען נאר צו געבען א הכשר אהן א משגיח תמידי.

יא יא, די בעלי מכשירים וועלען באלט נישט אריין אין גיהנם, פאר זיי ווארט אהן א באזונדערע פלאץ, ווייל אפילו די באמעס וואס האבען גענומען ביי זיי א הכשר וועלען נישט וועלען זיי מיט זיי.

און לעצם הענין, דארף מען קענען געטרויען א בעל הבית פין א געשעפט, אויב מען געטרויט אים, קען מען דארט קויפען, און מען דארף נישט קיין הכשר, און אויב נישט, העלפט נישט קיין הכשר.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2009 18:30 לינק ישיר 

שפיצער, איך האב מורא אז דו העלפסט מאכן א קאווער אפ.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2009 19:29 לינק ישיר 

א מענטש איז א מענטש און מ'קען מאכן א מיסטעיק.
ווער קען זאגן אז ער האט נאך קיינמאל נישט אריינגעלייגט בטעות א מילכיגע געשיר אין א פליישיגע סינק, אדער פארקערט...




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/3/2009 19:46 לינק ישיר 

איך האלט אז א איד האט א חזקת כשרות, חוץ אויב ער פארלעצט דאס 3 מאל. פארלירט ער זיין חזקה.

דא האט ער גאנץ א נארמאלע אננעמבארע תירוץ אז דער גוי איז א נייער, און ער האט נישט געוואוסט וואס צו קויפן. שנית, אויב איז ער א שייגעץ וואלט מען געטראפן דארט מערערע פעקלעך נישט איין פעקל פרענקס.


השתא דאתינן להכא, איז גאנץ זיכער אז ער איז חלילה נישט קיין פינקעל. און קען מען אננעמען אז ס'איז געווען א פארדרוסבארער טעות, וה' הטוב יכפר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2009 19:54 לינק ישיר 

באראפארקער כתב:

און לעצם הענין, דארף מען קענען געטרויען א בעל הבית פין א געשעפט, אויב מען געטרויט אים, קען מען דארט קויפען, און מען דארף נישט קיין הכשר, און אויב נישט, העלפט נישט קיין הכשר.



דע פאקט האט געוויזען אז דע צייטען האבען זיך גענדיגט
עס איז דא איין עצה אז די הכשירים זאלען ציטערען פון דע עולם און דע עולם זאל נישט צולאזען קיין קאוועראפ וואס שפיצער וויל דא מאכען.
ווי אויך זאלען די משגיחים באצאהלט ווערען פון רב המכשיר און נישט דירעקט פון בעה"ב און איינוועגס וואשען די דישעס...

בכלל רעגט עס מיר אויף ווייל איך ווייס אז אסאך יודען מדקדקים פלעגען דארט עסען ווייל ער האט געהאנגען א צעטעל אז ער ניצט נאר ק"י טשיקען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2009 20:09 לינק ישיר 

פון ישיבה ווארלד

The following is what Rav Teitelbaum told YWN:

''Approximately 1.5 years ago, Chaskel's Shwarma King was sold to a Frum Sephardic Jew. The owner is an Erlich Yid (pious Jew), who asks Shailos (questions) on almost a daily basis - even on the smallest question which arise in his store.

Two weeks ago, the Mashgiach mentioned to the owner that they were not satisfied with the current manager, so the owner immediately hired his brother-in-law to work as the store manager.

Additionally, new non-Jewish employees were hired as well.

Last evening, the store ran-out of hotdogs, and a new employee (non-Jew) was sent to the nearby ''Kollel Store'' to purchase a few packages until their next delivery arrived.

The employee returned into the store openly carrying the non-Kosher hotdogs, prompting customers who were inside to start questioning the manager on what was going on. It seems that the employee never walked to the Kollel Store, but rather to a nearby grocery which carries non-Kosher meats.

The Mashgiach was contacted at 2:00AM, and dispatched Mashgichim along with at least two independent Rabbonim to the store for a thorough investigation. The two Rabbonim are Rav Yitzchok Stein, and Rav Moshe Roth (son of Hagon Rav Chaskel Roth Shlita).

During their investigation, at least 50 empty packages of Meal Mart hotdogs were found in the garbage, leading them to believe that the store had in fact just run out of hotdogs a few hours earlier. They searched the entire store, and found absolutely no evidence of any Treif other then the few packages of closed hotdogs just brought into the store''

Rav Teitelbaum tells YWN that as of this moment, the Hashgocha remains on the establishment, and the non-Jewish employee (who was just hired last week) has since been fired.

Rav Teitelbaum also felt the need to publicize the following: The individuals who witnessed the employee carrying in the hotdogs did the right thing by asking questions, but the way in which it was done is unacceptable.

The Halacha requires them to question the Baal Din, but not to spread rumors across the community before allowing the Rav Hamachshir to conduct his investigation.

The Hashgocha will be releasing an official statement in the next few hours - following a meeting of their Bais Din and other prominent Poskim & Rabbonim.

''There are many lessons to be learned from this incident, a prominent Rov told YWN. Perhaps we should take this as a lesson to demand that a Mashgiach Timidi be installed in every establishment. But most important, is the need for each and every Jew to learn the Halachas of Shmiras Halashon, and find out how one is supposed to react in such a situation according to Halacha, and not instinct.''

(Dov Gordon - YWN)





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2009 21:03 לינק ישיר 



די מעשה מיט די רעסטארנט איז, אז ביז אפאר יאר צריק האט עס געהאט אן ערליכע תמימות'דיגע בעל הבית ר' יחזקאל ראטה הי"ו, אבער אין די לעצטע 2 יאר האט עס איבער גענומען א איזרעלי וואס איך גלייב נישט אז איינער פין אונז וואלן געטרינקען א גלאז וואסער ביי אים אינדערהיים, אין ווי איך האב געהערט א פאר וואכן צריק וויל ער עס אויך פארקויפן פאר א צווייטען איזרעלי.

ביז היינט האט ער דאך געהאט (אביסל א) חזקה אין גאנץ א גוטען הכשר פין טארטיקוב'ער בי"ד, אבער היינט אפילו לויט ווי זיי זאגן יעצט אז עס איז נאר געשעהן א טעות האט ער אבער אויך פארלוירן זיין חזקה, פין יעצט אין ווייטער מוז אזא רעסטארנט האבן א משגיח תמידי, אין מען דארף דאס פארלאנגען פין די טארטיקוב'ער בי"ד אז אויב געבען זיי ווייטער די השגחה אויף אים, מיז ער נעמען א משגיח תמידי.

באמת וואלטן אלע רעסטארנט'ס לכתחלה ווען געדארפט האבן ווען א משגיח תמידי, אבער לויט מיין מיינונג מוז די רעסטארנט פין היינט אין ווייטער אפי' בדעבד האבן א משגיח תמידי.


מה מאוד עמקו דברי רבינו שליט"א, וויפיל מאל האט ער נאר גערעדט פין דעם ענין וועגן גיין עסן אין א רעסטארנט, אפי' עס זאל האבן די בעסטע השגחה איז מען נאך אלס נישט פארזיכערט אז מען עסט 100 פארצענט כשר, וכהנה וכהנה. צי עס איז געווען פאריאר מוצש"ק שקלים אין מאנסי ווען ער האט א לענגערע צייט ארים גערעדט פין דעם ענין, אדער נאך די פרשת פינקל, אין אין נאך אסאך אנדערע זמנים ווען ער האט מעורר געווען אויף די ענין, אבל אשמים אנחנו מיר האבן זיך עס נישט גענומען צום הארצן.
 
לאמיר זיך מקבל זיין פין מהיום ולהלאה נישט צי קויפן מער אין קיין רעסטארנט, אין אויב מאכט זיך אמאל אז מען מוז יא, מוז עס כאטש אזויפיל האבן די 3 תנאים 

1) די רעסטארנט האט א בעה"ב א היימישען חסידישן איד
2) עס מוז האבן א גוטן אין א היימישן הכשר
3) ועל כולם מוז עס האבן א משגיח תמידי א גאנצן טאג אויפן פלאץ.

דאס איז אויכט נאר א בדיעבד אבער כאטש אזויפיל לאמיר טוהן. אויב מיר וועלן דאס פארלאנגן פין די רעסטארנטס וועלן זיי זיך מוזן צי שטעלן. 





תוקן על ידי יודלע ב- 17/03/2009 21:06:33




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2009 21:59 לינק ישיר 

זיסקייט, נאר דאס, זיי מיך נישט חושד אינעם 'קאווער אפ'...

דאס האט איר א לינק - אויך צו אידישע וועלט - ווי איינער באשרייבט די גאנצע מעשה פון א עד נאמן וואס איז דערביי געווען און געזעהן מיט די אויגן ווי מ'האט געניצט די טריפה'נע פלייש.

ס'איז גאר מעגליך אז ס'איז געווען דאס ערשטע מאל און נאר בטעות, און האפענטליך איז דאס טאקע אזוי געווען, אבער געניצט האט מען דאס.

http://www.yiddishworld.com/forum/index.php?f=6&t=7153&rb_v=viewtopic


און דא האט איר א לינק ווי איר קענט זעהן ווי דער יעניגער הייבט אויף דעם גרויסן שווארמא מעסער צו די מענטשן וואס פארפירן און פרעגן קשיות.
http://mahnishmah.com/system/s/modules/admin/pages/show_page.cgi?p=7380



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2009 22:06 לינק ישיר 

דער בעל בית איז נישט קיין "איזראעלי באם", א עכטע ערליכע תמימות'דיגע ספרד'ישער איד, און די מעשה איז זייער קלאר דא, א אומאנגענעמער טעות ווען דער גוי איז געגאנגען קויפן אין א נישט ריכטיגע געשעפט, און בסייעתא דשמיא האט מען עס געכאפט באלד נאכן עפענען דעם פעקל, די טארטיקוב בי"ד איז א שטארקע און שטרענגע השגחה, און איך וואלט ווייטער מקפיד געווען צו קויפן דוקא זייער השגחה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2009 00:22 לינק ישיר 

וואס די אמת איז גייט מען " קיינמאל " נישט געוואיר ווערן.

נאר אזוי פיל זעט מען, אז ווען משה פינקל האט ווען א חסיד'שיער בעל מכשיר
איז דא גוטע שאנסן אז ער וואלט נאך היינט מפיץ געווען טריפה פלייש.

קאמנטארן זענען איבריג.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/3/2009 00:30 לינק ישיר 

יא, ארגינעלער איז גערעכט!, גלייך אינדערפרי האט די "טארטיקוב בי"ד איז א שטארקע און שטרענגע השגחה" שוין געוויסט אז די מעשה איז שקר אין א פשוטע טעות... דערווייל זעה איך אז זיי זיצען נאך אויף דעם, און אגב זאגט מיר א חבר אז די געשעפט איז היינט געשלאסען.

ווען פינקעל האט ווען שכל, נעמט ער די טארטיקוב בי"ד פאר א הכשר, אין אלעס וואלט געווען א טעות...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2009 00:37 לינק ישיר 

מיר געפעלט עפעס נישט די קליפ, איך קען נישט פונאנדערשיידן ווער עס איז דער באם און ווער דער צדיק. איינער הייבט אויף א מעסער, און די אנדערע שרייען אזעלכע מיאוסע ווערטער אז עס זעט נישט אויס פון זייערע ווערטער אז די טריפה פלייש באדערט זיי, נאר עפעס אנדערש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2009 00:40 לינק ישיר 

דא קומט פאר א שרעקליכע קאווער אפ, און עולם-גולם העלפט נאר פארזיכערן אז נאך א שרעקליכער סקאנדאל זאל אונטערגעשטופט ווערן אונטער די קארפעט.

עס איז ביי מיר קיין שום ספק אז ווען א "היימישער" רב וואלט געגעבן א הכשר אויף פינקל וואלט מען תיכף פארווישט די מעשה און אנגעלייגט די מעשה אויף א גויאישער ארבעטער. וועלכער רב המכשיר זאל דען מסכים זיין מודה צו זיין אין אזא שרעקליכן פארברעכן און שטעלן זיין גאנצע פרנסה און זיין גאנצע רעפוטעשאן אויף די ליין? אבער אויב יענער איז א "היימישער" איז יעדער מסכים אים צו גלייבן אויף די מינוט.

קוקנדיג די קליפ וויאזוי דער בעל הבית הייבט אויף א מעסער מיט א רציחה און לאזט עס אראפ אויף דעם איד וואס איז געשטאנען קעגן אים (דאס מיינט ער האט עס נישט סתם געפאכעט אין די לופטן צו סטראשענען.) בין איך גרייט צו גלייבן אויף אים אלעס.

און איך בין אפילו גרייט מסכים צו זיין אז ס'איז געווען דאס ערשטע מאל, אז ס'איז טאקע נאר געווען א מיסטעיק און מען האט עס פונקט געכאפט ביים ערשטן מאל וואס יענער האט פונקט געמאכט א מיסטעיק. דאס פארענטפערט אבער נאך אלץ נישט וויאזוי א רב המכשיר האט געקענט צולאזן אז אזא סארט רעסטוראנט זאל סערווירן עסן פאר אידן ביז צווייע דרייע ביינאכט אן א משגיח תמידי. ממילא ווען דער בעה"ב איז געווען א היימישער תמימות'דיגער איד (לויט ווי מען לייגט אים דא אראפ. איך קען אים נישט.) קען איך נאך דן זיין לכף זכות דעם רב המכשיר, אבער יעצט ווען דער בעה"ב איז א איד מיט אן אפגעגאלטן קאפ וואס טוט אן א קאפל ביי די ארבעט (און איז עלול אויף רציחה) ווי קען מען אזא סקאנדאל פארענטפערן?

איך גיי אי"ה נישט אריינגיין אין קיין שום רעסטאראנט וואס האט נישט קיין משגיח תמידי, און מכלל לאו אתה שומע הן. דאס וועט פון היינט און ווייטער זיין מיין סטאנדארט אין כשרות, א כשרות ארגאניזאציע וואס שטעלט אן ערליכער משגיח תמידי וועל איך שטיצן זייער השגחה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פאניק ! טריפה'ענע רעסטארנט אין בארא פארק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext