|
|
| נשלח ב-18/3/2009 06:11 |
|
| |
ר' יצחק שטיין ווי ביסטו מיט דיין חבר הרב שלמה שטערן וואס זיין הכשר איז שוין נישט דא צובאקומען אויף קיין שום פרדוקט צוליב די גרויס ציטרוי פון כלל ישראל צו דעם הכשר
איכה וואס שוויגט עטץ שרייבטס עפעס א צעטעל קעגען מאכלות אסורות טריפה פלייש שטעלטס ענק אהער אז עטץ זענטס די ערליכע און גיסטס עהר מער נישט קיין הכשרים אויף פלייש נישט וואי די טארטיקאווער האבען אויף ענק מוציא לעז גיווען
[אזהרה:
נישט עובר זיין אויף די תקנות הפארום]
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 18/03/2009 15:23:13
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2009 18:00 |
|
| |
.

|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2009 21:45 |
|
| |
איך זעה אז טייל "באשולדיגן" מיך אז איך האב א נגיעה צו טארטיקוב בי"ד, קודם כל מעג איך האבן א נגיעה פאר זיי, פונקט ווי ס'איז זיכער דא דא אזוינע וואס האבן א נגיעה זיי צו באשמוצן..
אבער איך וועל אביסל מסביר זיין מיין "נגיעה", עס איז פארהאן אסאך מענטשן וואס ווילן "אלעס" עסן "איבעראל", מיט אבי וועלכע השגחה, צו איז עס או. יו. צו יאקע צו דעברעצין וכו', די חברה כאפן זיך צו צו אזא מעשה ווי צו שטאפ גאנז, זיי קענען ווייזן מיט די פינגער, קוק ווי די גוטע און שטרענגע השגחות קוקן אויס, במילא איז שוין פונקט אזוי גוט די שוואכע אויך, דאס איז וואס מיך באדערט.
און באמת איז עס א ווייטאג אז מ'זעט אז אפילו גאר גוטע השגחות קענען געשען אזעלכע דורכפאלן רח"ל.
אבער דאס מאכט נישט בעסער די שוואכע השגחות מיט קיין האר, אויב ביי א גוטע השגחה האט דאס געקענט פאסירן איינמאל, קען דאס פאסירן ביי די שוואכע השגחות אויף א רעגלמעסיגע שטענדיגע אופן.
צום אויספיר, א גוטע השגחה איז נאך אלס בעסער ווי די גארבידזש השגחות אפילו ס'כאפט זיך דארט אויך אריין אמאל א מכשול.
פאקטיש דארף מיר געדענקן אז ס'איז נאך אלס א ריזיגע חילוק פון די שוואכע השגחות ביז די גוטע, ווער ס'טוט נאר אביסל אין נאכפרעגן אויף השגחות וועט תיכף זען ווער ס'איז גוט און ווער הייסט די טאפ השגחות היינט ווי וואלאווע, נירבאטור, און בי"ד טארטיקוב וכדומה, און יש אומרים אויך התאחדות ..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2009 21:50 |
|
| |
| גאסט כתב: |  | פון ישיבה ווארלד
The following is what Rav Teitelbaum told YWN:
''.
''There are many lessons to be learned from this incident, a
prominent Rov told YWN. Perhaps we should take this as a lesson to
demand that a Mashgiach Timidi be installed in every establishment. But
most important, is the need for each and every Jew to learn the
Halachas of Shmiras Halashon, and find out how one is supposed to react
in such a situation according to Halacha, and not instinct.''
(DovGordon-YWN)
|
|
איך האב אפגעליינט דעם גאנצן סטעיטמענט פון הרב טייטלבוים (הועווער דעט איז), און איך שוין אפשר געקלערט צו גלייבן וואס ער שרייבט דארט, ביז איך בין אנגעקומען צום לעצטען שטיקעל, און דארט האט ער אלעס אפגעהארגעט.
ער שרייבט נישט מער און נישט ווייניגער, אז מען קען זיך אסאך אפלערנען פון דעם, אבער די וויכטיגסטע לימוד זעט ער איז אז
"מיר זאלן לערנען שמירת הלשון, כדי מיר זאלן וויסט עם נישט צו בארעדן"
איך ווייס נישט צו איך זאל לאכן צו איך זאל וויינען.
רב טייטלבוים, אידישע קינדער ווילן עסן נאר כשר, מען גייט אין א רעסטאראנט וואס האט א השגחה, כאטש אין דעם אנדערן, אן די השגחה קאסט ביליגער, "ווייל מיר ווילן עסן כשר'ס". פינטל.
און ווען מיר זעען אז מען גיט אונז צו עסן טריף דאן ווערן מיר זייער אויפגערעגט, און מיר ריספאנדן לויטן אינסטינקט און מיט עמאושן, מיר זענען עמאושענל מענטשן, און מיר ווערן זייער באליידיגט ווען מען גיט אונז צו עסן טרייף, און נאך מער ווען מען הייבט אויף א מעסער
און על אחת כמה וכמה, ווען אן אזויגערופענער בית דין מאכט ליצנות פון דעם ציבור, אנשטאט זיי איבערבעטן און זען מתקן צו זיין ווי מען האט פארדארבן
און זיין פראבלעם איז מיט לשון הרע.............
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2009 00:59 |
|
| |
די ליצנות איז גאר גרויס
ווען ס'האט זיך געטיען מיט מזונות מבין, איז דער רב באב"ד געווען דער ערשטער ארויף צי טאנצען
אויף די התאחדות הרבנים, אין נישט געלאזט די רבנים פין די וועד הכשרות צי קומען צים ווארט.
אין אנגעקאלט אלע זיינע רעסטעראנטן ארויס צי ווארפן מוזונת מבין
פלוצלים דא ניין אזייגער אינדערפרי שרייט רב באב"ד אז אלעס איז גוט.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2009 09:43 |
|
| |
אבער דער עולם פרעסט ווייטער אין גרויסן, וואס?
|
|
|
|
|