בית פורומים כל העולם כולו

פארוואס אינז אהרונים זעמיר פערדן !!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/3/2009 03:00 לינק ישיר 
פארוואס אינז אהרונים זעמיר פערדן !!!

ווי יעדער ווייסט זיצט סאטמאר אין קארט
די אלע קארט'ס קאסט אפ א הון תועפת

אין יעדר ווייסט אז דער אנקלעגער יעצט אין קארט סיי אין ניו יארק אין סיי אין ביים בג"ץ איז " עזריאל גליק"
דער ניורס ביים רבי'ן ז"ל

קהל האט באשלאסן צי שיסן צוויי האזלעך אויף איין שאס

איינס צי שאפן געלט.
צווייטס ארויס צי ברענגן ווער עזריאל גליק איז באמת.

מען גייט מאכן א מלוה מלכה אין ווייזן ווי אזוי הגז"ל איז צי שטאנד געקומען וואס די האר פין קאפ שטלעט זיך אויף צי הערן ווי מען האט איזדיווקעווט א רבן של ישראל

קומען אן פערדן אהרונים אין שרייען, ניין , ס'פאסט נישט אין זעמיר וואילע מענטשן, אינז גיי מיר נישט טשעפנען זירלע.. 

וויל איך ענק פרעגן  ?

ווען שאול פערלשטיין האט זיך בריש גלי אין ראדני אויף געשטעלט האלטן א דרשה, נישט קעגן יצחק ראזנבערג צי
דוד עקשטיין, נאר קעגן מרן רבינו שליט"א מיט די גרעסטע מאס עקל אין אפשיי ס'געווען געדריקט נאכדעם פול קאוועריזש אין דער איד. 
האט איין זאלי געהאט קשיות ? פיטש קאפויער זיי האבן אלע געשריגן אז ס'איז די גרעסטע מצוה בדורינו.

ווען נפתלי בלומנפעלד שימפט פאר די בחורים אין קווינס מיט פאליטשע דרשות 
האסטו געהערט איין קרום ווארט פין די זיפנק'ס הענדעלער'ס אקערמאנ'ס בראווער'ס לעפאק'ס טירנויער'ס 
היתכן מען רעדט פאליטיק פאר די בחורים ?
ווי וואס ווען, יעצט איז די גרעסטע מצוה פאר די בחורים צי רעדן פאליטיק 

ווען די זאליס גיין צים צינסטישן בג"ץ האטסו געהערט איינע פין זיי פרעגן  קשיות אין געשריגן ני ציונית 
ווי איז חיים יוסל גאטליב,קאשוי'ער רב,משולם כ"ץ,מנשה פילעף, די אלע קנאים וואס האבן א פראבלעם אז די רבי איז א איידים אין ווישניץ 
קיין פיפס הערט מען נישט פין זיי, פלצולים איז ציונית מותר !!! ווייל ס'איז מצוה צי באגראבן דעם רבי'ן     

אלע זאליס פרעגן אייביג, היתכן מען האט גענימען געלט פין שלום ווייס פאר כולל 
האסטו איינמאל געהערט פין זיי פרעגן ,היתכן מען האט געניעמען געלט צי בויען א ישיבה פין דוד לייביש יאקאבוויטש מיט 
אליעזר קעסנטבוים,וואס יעדע האלבע יאר ראקט פין זיי מיט א פרישע סקאנדאל 

מילך שטערן דער שריפטשטעלער פאר די זאליס וואס 24 שעה א טאג דרייט זיין קאפ מיט ניאוף,האט איינער פין זיי קשיות היתכן ער שרייבט השקפה.

דער בדחן שלמה יאנקל געלבמאן וועם די רבי ז"ל ארויס געווארפן פין זיך אין שטוב. אין נאכדעם געזאגט דער געהלער בדחן 
ער איז זייער פירשפרעכר ביי זייערע מסיבות , אין אלעס איז רואיג ביי זיי.   

אבער אינז אהרונים ווען וויל שוין עפעס ערייכן האט מען קשיות .

פערדען איז א טיטל  !
  



    





תוקן על ידי ארגינעלער ב- 19/03/2009 3:00:17




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/3/2009 06:20 לינק ישיר 

פיינעלי זאגן די אהרונים אפן אז זיי זענען פערדן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2009 06:30 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/3/2009 06:46 לינק ישיר 

ארגינעלער אביסל צי שארף
אבער פארט גוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2009 07:51 לינק ישיר 

ארגינעלער איז 100 פארצענט גערעכט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/3/2009 08:34 לינק ישיר 

ארגינעלער ביטע נאר עפענען אשכולות מיט פרישע נייעס.

די וועלט זאגט אז א פערד בלייבט א פערד, עטס זענט שוין טאקע מקיים פסק יאהרן.

דאנק דעם באשעפער אז די קומסט צום שכל און די זעהסט דעם אמת און אנטלויף פון שטאל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2009 14:01 לינק ישיר 

ארגינעלער פין די ליצנות פין מאסע הקדוש אויף אנטווערפן ווייל מען גייט ברענגן מיליאנען פאר די בית רחל אין דערווייל האט ער נישט אהין געטראגן קיין איין פעני
אין קיין איין זאלי קוקט עס נישט אן פאני



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2009 23:34 לינק ישיר 

חשובער ארגינעלער

די ביסט טאקע אן לאנג יעריגער שרייבער, אין רעספעקטפאלער מענטש
אין טאקע וועגען דעם ווינדער איך מיך אויף דיין יעצטיגע תגובה.

קודם כל דער פשוטער תירוץ איז , אז א רעכט דענקיגער מענטש , א מענטש מיט אביסעל מידות פין בין אדם לחברו , וועט נישט גיין פארשעמען א צווייטען וועגען ווייל יענער טוט אדער יענער האט אין אפילו ווען ער קען/וועט האבען ריווח דערפון.

צווייטענס , וואס וועט מען טאקע האבען דערפון אז מען וועט וויסען ?

דריטענס , עס איז דא אן אלט ווערטעל :Two wrongs dont make one right

אין דע זעלבע צייט וויל איך מודיע זיין , אז יא איך האב געגעבען דעס געלט , אבער גיין וועל איך נישט. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2009 00:01 לינק ישיר 

אפשר קען איך גיין אנשטאט דיר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2009 00:07 לינק ישיר 

highlighter זייט ווען איז עס ראנג? דער חפץ חיים וואס איז דער פוסק ווען עס קומט צו די זאכן האלט אנדערש.

נאדיר






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2009 00:18 לינק ישיר 

רב הייליטער איך נעם אן דיינע ווערטער זייער ערנסט.

אבער פין די אנדערע זייט שרייען מענטשן היתכן מען טשעפט זריל גליק א יוד וואס איז געווען דער ניורס ביי רבי'ן ז"ל .

פארדעם איז נישט געווען קיין ברירה נאר אראפ צי צען זיין מסוה אין ווייסן פאר די גאנצע וועלט
וואס ס'הייסט א מסור אין א נידערגער מענטש.

ס'ליגט שוין ביי אין קהל אין באזיץ די קאסטנען שוין היפש אפאר יאר
מען האט געשלינגען יאר איין יאר אויס פין דעם פעשען זריל.
 
ס'האט געפלאצט מען קען שוין מער נישט,ס'איז נישט שייך צי פארלאנגען פין א קהילה צי האבן אזוי פיל מידות ,ער זיצט אויבן אן ביי אינז, פארהערט די קינדער, ער זיצט אין וועד החינוך. 

אין דער דאזיגער מאן טוט אפ די גרעסטע שייגץ שטיק וואס מען קען זיך אויס דמיונ'ען .

פארלאנגסטו איינגעהאלטנקייט ? 

 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/3/2009 00:52 לינק ישיר 

highlighter

ווילסט טאקע וויסן וואס מ'וועט האבן דערפון? פארוואס דאס פעלט אזוי וויכטיג אויס?

לאמעך דיר מסביר זיין וואס איך האב שוין ערגעץ אנדערש געשריבן.

ר' עזריאל האט געטוען א שרעקליכע מעשה נבלה מיטן אריינגיין אין געריכט קעגן די קהלה דא מיטן בית החיים און מיטן שטערן דעם גאנצן הלך ילך פון די קהלה און מוסדות אין בני ברק מיטן ארייגיין אונעם ציונסט'שן געריכט בג"ץ.

ווי יעדער נארמאלער קהלה האט מען אום משלח געווען פון די קהלה און ארויסגעווארפן פון זיין א חבר הקהלה.

אבער פארגיב מיר דאס אז איך האב געשריבן "ווי יעדער נארמאלער קהלה"  ווייל יעדער נארמאלער קהלה וואס האט אין זיך אזא פארזאן וואלט אום שוין באקלאפט די ביינער און ארויסגעטראסקעט פון ביהמ"ד נאך מיט יארן צוריק. איך רעדט נישט פון די זאלי קהלה וואס וואלט אום אויך איינגעשפארט אין סענטרעל בוקינג.

היעלה על הדעת אז איינער וואס גייט אין געריכט קעגן די אינטערעסן פון א קהלה זאל מען לאזן זיך ווייטער ארומדרייען אין בימ"ד און נאך אום מכבד זיין יעדע וואך ביים רבין שליט"א'ס טיש מיט 'ידיד נפש'?

ווי לאנג האבן מיר געשוויגן נאכדעם וואס ער פראבירט שוין חדשים לאנג אונז מסדר צו זיין אין בני ברק ? וואספארא סיבה איז דאס אום ווייטער צו האלטן ביי אונז?

מיטן אריינגיין אין געריכט קעגן קהל מיטן בית החיים האט ער שוין אבער איבערגעצויגן יעדען דיקן שטריק, און זיין פארדינטן כבוד איז אום אנגעקומען ווען ער דאווענט היינט קעגן איבער זיין הויז אין קליין בית מדרש'ל אנדערש ווי ער איז געוואוינט די לעצטע דרייסיג יאר.

אבער דאס איז נאר וואס מענטשן האבן געוויסט ביז היינט.

פאר אונז איז געווען פארהוילן וואס נאך עזריאל טוט קעגן אונז.

מיר האבן נישט געוויסט אז ער ארבייט שוין 10 יאר! אינטערצוברענגען אונזער קהלה, און נישט סתם געארבייט, נישט סתם גערעדט אדער געשריבן, נאר מיט א נידערטרעכטיגע חוצפה האט ער געהאקט אויפן טיש ביים ברך משה זי"ע און געשריגן קעגן אונזער היינטיגן רבין שליט"א מיט קולי קולות מיט אלע מעשיות, לשון הרע און פאליטיק'ס. און א שעה דערנאך האט ער זיך אראפגעזעצט אויפן אויבן אן ביי זיין זיץ אין ביהמ"ד און ארומגעלאכט מיט יעדעם.

מענטשן באגרייפן נישט וואספארא דאפעלטער פנים דער מענטש האט געטראגן די לעצטע 10 יאר.

און איך האב דאס אויך נישט געגלייבט ביז איך האב אין איינע פון די לעצטע טעג געהערט עטליכע טעיפ'ס ווי עזריאל זיצט ביים ברך משה זצ"ל און האקט אריין אין אום איינמאל און נאכמאל אז דער ר' אהרן איז א שייגאץ, ער טאר נישט קומען צו די הקפות, ער דרייט איבער דעם ביהמ"ד..כהנה וכהנה. נאך אסאך ארגער.

און דאס האט נישט פאסירט איינמאל אדער צוויי מאל, ער האט דאס געטוען אויף א רוטינער אופן, ער איז געווען פון די הויפט פראגרעמער אין שטוב פון רבין זצ"ל אום אריינצופראגרעמען אז דער און יענער איז א שגץ און דער און יענער איז א צדיק.

מענטשן וועלן נאכן הערן דעם "מאחורי הפרגוד" פרעזענטאציע נישט גלייבן וואס זיי האבן נארוואס געהערט און זייער האר פון קאפ וועט זיך אויפשטעלן. איז דאס טאקע דער לאנג באקאנטער חשובער איד ר' עזריאל גליק? ווי איז מעגליך אז מיר האבן נישט געוויסט דערפון די גאנצע צייט? און אויב יא, פארוואס האבן מיר אום געהאלטן אין ביהמ"ד?

סך הכל:
מענטשן האבן נאך היינט סוף-כל-סוף א שטיקל הערצה צו עזריאל'ן, ער איז געווען דעם רבני'ס גבאי, ער איז געווען אזוי געטריי, פארן דברי יואל, פארן ברך משה, ער איז חשובער איד, אום טאר מען נישט טשעפען.

נאכן "מאחורי הפרגוד" פרעזענטאציע וועט זיך דער גאנצער בילד טוישן און מענטשן וועלן איינזעהן אז דער באקאנטער חשובער איד האט געטראגן די לעצטע 10 יאר א פאלשער פנים, ער האט נישט רחמנות געהאט אויפן ברך משה זצ"ל קיין כי הוא זה.

ווי מ'הערט טאקע איינמאל ווי נאכן העצן אריבער 10 מינוט מיט קולות דארט אין שטוב, רופט זיך די רבי אן אז זיין קאפ טוט אום וויי, נו, וואס מיינט איר האט דער געטרייער משמש ר' עזריאל געטוען? "ברענגט'ס אריין 2 עדוויל" שרייט ער אויס און גלייך איז ער צוריק ביי די ארבייט.

פראסט און פשוט: אויפקלערן די מענטשן ווער און וואס ער איז.


 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2009 01:05 לינק ישיר 

דא אויפן פארום ווערט געמאכט א בעסרען זשאב ווי אין דער בלאט
מען דארף מסביר זיין פאר'ן יונגעט ווער די מענטשן זענען
 
ווען דער ברך משה האט געזאגט ביי די שלושים ביים רבי'ן ז"ל אינשי דלא מעלי' פארוואס האט יעדער דעמאלס פארשטאנן אז מען מעג קיינער האט דעמאלס נישט פארפירט

וואס איז געשעהן מיט אינזער עולם אז אינז ווער ווער מיר פאלטיקל קארעקט  
די גרעסטע זשאוק איז אז ס'קומט פין די זאליס,זיי שרייען אין פארפירן  
אין זיי זענען גרעסטע רוצחים אין דעם הינזיכט

אפריי לכין פורים



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/3/2009 01:43 לינק ישיר 

שוין ! איך זעה אז איך האב דא געפענט א פישקע מיט ווערעם

אין ווייניגער ווי אין אנדערהאלבען שעה , האבען מיר אפגענפערט 5 פין דע גרעסטע לייבען,
אמת איך האב מיך אביסעל דערשראקען , אבער אויך שוין בארואיגט.

פין ענקער שרייבען זעהט אויס אז איר האט שוין אלע געהערט דע טעיפס ,אין במילא קיקט מען נישט אויף גארנישט "אין עס מיז ארויסגיין אפען ", איך האב עס נאכנישט געהערט , עס זעהט אויס אז מאנרא 06 וועט נישט באקומען דעם איינטריט קארד, ווייל יעצט בין איך שוין גאר נייגעריג צו הערען.

כדי זיך אנצונעמען פארן כבוד פין רבינו מהר"א שליט"א בפרט, אין  פארן כבוד פאר "סאטמער" בכלל , בין איך מודה אז מען דארף טיען וואס נאר מעגליך אין אפשטעלען דע מעשים אשר לא יעשו , אין אויב דאס מיינט [ פארשעמען ] א איד ברבים , פארפאלען.

מיר ליגט נאך זייער גיט אין דע ביינער דעם יאר תשמ"א , וואס יעדער ראצער האט זיך אפען ארויסגעשטעלט קעגען סאטמער איו קעגען דעם בירך משה זצ"ל,
[ איך קען נישט יעצט מאריך זיין אין דעם נושא , ועוד חזון למועד ]

וואס כ'האב געשריבען דעס ערשטע מאל , איז געווען מער קעגען דעם אויסדריק ווארט , "פערד", כ'האב באמת נאר געוואלט אביסעל מסביר זיין די מער אזויגערופענע באזעצענע מענטשען , וואס האלטען נישט פין מבזה זיין אלס א ציריקשלאג מיטעל,
אבער אזוי ווי איינער האט זיך אויסגעדרקט אז דא אין הייד פארק ברענגט מען בעסער ארויס דעם ענין ווי דער בלאט ,האט זיך עס מן הסתם געלוינט כדי דע אימוויסענדע זאלען קלארער ווערען אינם ענין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2009 03:03 לינק ישיר 

גאסט - ארגינעלער - שפיצער - פעטערסאן: כ'האב דערלייגט מיין זיץ א דאנק ענק....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2009 05:57 לינק ישיר 

רב מאנרא
זיי מוחל אין גיי קויף א טיקעט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פארוואס אינז אהרונים זעמיר פערדן !!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext