זייט מתפלל פאר יהודה ברוך בן צירל לרפואה שלימה בקרוב בתושח"י
נשלח ב-25/3/2009 22:21
פרייליכע נייעס, ער איז ארויסגעגאנגען פון אן ערנסטע סכנה. ער ליידט נאך אלץ ביטערע יסורים אבער ער איז שוין מער נישט אין א געפאר.
אין זכות פון האלטן די גרעסטע אידישע נייעס סייט ריין און ערליך און פריי פון לשון הרע, האט דער אויבערשטער אים געהאלפן.
נשלח ב-26/3/2009 06:32
זיסקייט, אז די ווייסט אזוי גוט וואס טוט זיך אין הימעל, אפשר זאגסטו אונז אין וועלכער זכות איז דער אייגנטומער פון "וואס איז נייעס" געהאלפן געווארן אז ער קיינמאל נישט אריינגעגאנגן אין א מצב סכנה??
נשלח ב-26/3/2009 17:30
שוטה זאג מיר אין וואס פאר א זכות זענען אלע רשעים אין אפיקורסים געזינט אין שטארק ווי פערדען
נשלח ב-26/3/2009 18:04
זיסקייט,
עקזעקטלי דאס וואס "הבדלה מנין" שרייבט איז די סיבה פארוואס מען מאכט נישט אפ קיין חשבונות פון הימל!
מאן יימר אז דאס איז דער זכות צוליב וואס ער איז ארויס מכלל סכנה?
זאל איך דיר ברענגען משלים פון די גרעסטע אידן וואס זענען ליידער טראגיש אומגעקומען אין עקסידענטן טראצדעם וואס זיי זענען געווען כולו לה'?