בית פורומים כל העולם כולו

אויפדעק אין בלאט: זאליס זאלצן מער נישט מיט שטיין-זאלץ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/3/2009 18:06 לינק ישיר 
אויפדעק אין בלאט: זאליס זאלצן מער נישט מיט שטיין-זאלץ


ווי ס'איז ידוע האט כ"ק מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע געהאט א קפידה אין איינגעפירט אז מען זאל מאכן די מליחה אויף פלייש אויסדרוקליך נאר מיט שטיין-זאלץ, ווייל ער האט געהאלטן אז דאס איז די מערסטע מהודרר ומוכשר ארויסצוציען דאס בלוט פונעם פלייש. ווייל דאס איז דאס מערסטע נאטורליכע זאלץ, וכו'.

לויט ווי עס איז יעצט אויפגעדעקט געווארן האבן די זאליס, אזוי ווי התאחדות האט היי יאר נישט געמאכט קיין זאלץ אויף פסח (זייער זאלץ איז געווען פין שטיין-זאלץ), האבן זיי משנה געווען אין נישט געזאלצן זייערע פליישן היי יאר מיט קיין שטיין-זאלץ נאר מיט סי סאלט פין א"י וואס האט די השגחה פון בד"ץ, וואס דאס איז קעגן די הוראת וקפידת רביה"ק זי"ע.

ווי פירט ער אויס דארט, אז יעצט קען מען שוין רואיג טוישן דעם השגחה סיין פון זייער בוטשער פון "ממליחה ואליך" אויף ממכירה ואילך"  



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2009 18:25 לינק ישיר 

וואס הייסט זיי התאחדות האט נישט געמאכוט קיין זאלץ היי יאר?

סאיז בכלל נישט דא קיין פסחדיגע התאחדות זאלץ היי יאר צו קויפן??




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2009 18:43 לינק ישיר 



ניין התאחדות האט היי יאר נישט פראדוצירט קיין זאלץ אויף פסח,

זיי גייען פארקויפן וואסער זאלץ אויף פסח וואס איז געמאכט אין א"י אונטער די השגחה פין בד"ץ קען זיי גייען אליין אויך צי לייגן זייער לעבל כיהודא ועוד לקרא, אבער די שטיין זאלץ פון וואס זיי פלעגען מאכן א יעדע יאר זייערע זאלץ אויף פסח האבן זיי נישט געמאכט היי יאר.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2009 18:59 לינק ישיר 

דער בד"ץ זאלס איז כאטש בעסער צומאלן??.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2009 19:19 לינק ישיר 

הייסט היי יאר איז נישטא קיין שום ענין צו קויפן התאחדות זאלץ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2009 19:43 לינק ישיר 


צי היי יאר איז דא א ענין צי קויפן התאחדות זאלץ ווייס איך נישט

אבער צי קויפן פלייש פין די זאליס היי יאר טאר א סאטמארע חסיד זעכער נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2009 21:54 לינק ישיר 

די פענטעסטיק עד איבער התאחדות זאלץ

התאחדות האט נישט פראדוצירט קיין זאלץ, פענסטעסטיק האט אבער אין סטאק פון א יאר צוריק




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2009 01:07 לינק ישיר 

יעצט הער איך אז די זאליס גיין ברענגן ערד פין אריזאנע וואס ס'איז געזאלצן כפי הראתו פין חכם מכל אדם ר' יואליש מארגענשטערן,אין מיט דעם זאלצן די פלייש.  

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 30/03/2009 3:51:55




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/3/2009 04:19 לינק ישיר 

איך האב געהערט נאכזאגן פון רבי אהרן ט"ב (געוועזענער קרית יואל'ער רב), א מורא'דיגע פשט אויף די משנה אין אבות (ה, טז), כל מחלוקת שהיא לשם שמים, סופה להתקיים. ושאינה לשם שמים, אין סופה להתקיים. האט ער מדייק געווען אויף די לשון ספוה להתקיים וואס איז די פשט להתקיים, אין נאך מער וואס איז די גרויסע זאך אז כל מחלוקת שהיא לשם שמים סופה להתקיים, ס'איז דאך אסאך בעסער אז עס בלייב נישט.

האט רב אהרן מסביר געווען, אז ווען איינער טוט עפעס לשם שמים, אין זאגט פאר איינעם אז מ'טאר נישט טוהן די אין די זאך ווייל ס'איז אסור, אין יענער ווייזט אים אויף א ס'איז מותר אין אפשר אויך גאר אז עס איז א מצוה, וועט ער טאקע איין זעהן אז יענער איז גערעכט וכו'.

אבער די דרך פין בעלי מחלוקת וואס מיינען נישט לשם שמים נאר זיך, אין זאגן אויף א זאך ס'איז אסור ווייל מ'האט א שנאה צו דער וואס טוט עס, אפילו אויף א זאך וואס איז מותר אדער אפשר גאר א מצוה, אין מען טרעפט עפעס א סיבה פארוואס ס'זאל זיין אסור, אבער נאכדעם ווייזט מען אים אויף אז ס'איז נישט אמת נאר פארקערט, וועט ער קומען מיט א צווייטע טעם פארוואס ס'איז אסור, אין אויב וועט מען ווייטער אים אויף ווייזן אז ער איז נישט גערעכט, וועט ער טרעפן א אנדערע סיבה פארוואס די זאך איז אסור, וכו' וכו', וויפיל מען וועט אויפווייזן וועט טרעפן נאך עפעס סיבה א פארוואס די זאך איז אסור.

מיט דעם האט ער מפרש געווען די משנה כל מחלוקת שהיא לש"ש סופה להתקיים, ווייל ער מיינט נאר דעם באשעפער אין אויב ווייזט מען אים אז ער איז נישט גערעכט נאר פארקערט ס'מותר, איז ער צופרידן אין ער זאגט מער נישט אז עס איז אסור, אין ער דארף נישט זוכן נאך עפעס א טעם ער זאל קענען זאגן אז ס'איז אסור, דאס מיינט סופה להתקיים עס בלייב איין טעם פאר וואס ער האט געהאלטן אז עס איז דא א איסור, אין אויב ס'איז נישט דא די טעם איז נישט דא קיין איסור.

ושאינה לשם שמים, אין סופה להתקיים, ווייל ביי זיי איז די זאך קודם אסור, אין נאכדעם וועט מען זוכן פארוואס עס איז אסור, אין ווען מען ווייזט זיי אויף אז זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן, וועלן זיי טרעפן א נייע סיבה, וכו' וכו'. וועגן דעם איז עס אינה סופה להתקיים ווייל מען דארף זוכן א נייע סיבה פארוואס עס איז אסור יעדע שטיק צייט. עכ"ד הנחמדים.

איך מיין אז דא ביי די 82 פלייש קען מען עס זעהן בחוש, ווי די ארונים קומען אויף יעדן טאג חדשים לבקרים מיט נייע טעמים פארוואס די פלייש איז נישט גוט, אדער מ'קען עס נישט נוצן פאר פסח, אדער ס'איז נישט מהודור, אדער דער זאלץ איז פון דעס און יענס,  באלד וועלן זיי זאגן אז עס נישט כשר. מיט אלע שטותים און ליגענטס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2009 16:12 לינק ישיר 

ארגינעלער כתב:
יעצט הער איך אז די זאליס גיין ברענגן ערד פין אריזאנע וואס ס'איז געזאלצן כפי הראתו פין חכם מכל אדם ר' יואליש מארגענשטערן,אין מיט דעם זאלצן די פלייש.  


די זאליס זענען ממש סטאק מיט הרב מארגנשטערן....
אפשר ווייסט איינער פון וואו די זאליס קענען אויפפיקן א ר' שלמה זאבעל?

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 30/03/2009 3:53:18




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/3/2009 18:38 לינק ישיר 

פרוכטבאר

סאיז נישט אמת אז ענק ניצען נישט קיין שטיין זאלץ ?

סאיז נישט אמת אז ענקער פלייש קימט פין מאנטריאל אין האט די הכשר פין  ר משה מנחם אין נישט פין ר ישראל חיים מנשה ?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2009 07:00 לינק ישיר 

וואלוויש קויפמאן האט צוריק געשיקט זיין גאנצען ארדער פלייש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2009 01:12 לינק ישיר 


די פאשקעווילן איז געווען שבת פארפלייצט אין ראדני,קליימער ,ראטליזש




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2009 04:27 לינק ישיר 

היינט איז געווען אויף דבר יום ביומו אן עד פון די בני יואל ווי זיי שרייבען אז ביי זיי קען מען באקומען שטיינזאלץ כפי הוראת רביה"ק זי"ע.

האט איינער א קאפיע דערפון?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2009 04:46 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2009 06:19 לינק ישיר 

אן ענליכער פאשקעוויל צו דאס וואס איז געווען שבת פארפלייצט אין ראדני,קליימער ,ראטליזש





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אויפדעק אין בלאט: זאליס זאלצן מער נישט מיט שטיין-זאלץ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext