|
|
| נשלח ב-30/3/2009 06:41 |
|
| |
ס'איז דא א תשובה פון קאפישער רב זצ"ל ווי ער שרייבט איבער די תקנה פון רבי'ן זי"ע פון נוצן דייקא שטיינזאלץ.
דאס מאכן ליצנות איז גוט פאר פורים אבער נישט ווען אידישע קינדער ווערן ליידער פארפירט מיט כשרות רח"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2009 01:18 |
|
| |
הבדלה
איך וועל דיר ענטפערען אויף דיין דזשאק
דע מצות ווערען נישט פארקויפט מיט א פאלשען הכשר , אין ביידע בעקערייען קען מען זיך וועלען פין וועלעכע מעהל מען וויל אין דער נאמען פינעם בעל המכשיר איז אויפגעשריבען קלאר , אין מען קען עם פרעגען סיי וועלעכע פראגע מען האט וועגען דע מצות משא"כ ווען מען נעמט א "נעם ברענד" אין מען לייגט אריין אנדערע סחורה איז עס עכט גניבת דעת [ פראד בלע"ז ] זיי האבען געמעגט משנה זיין דע זאלץ , אבער זיי א מענטש [וואס מיינט דאס?] אין לאז וויסען דעם עולם , מען טיט נישט אזעלעכע זאכען בגניבה
איך האפף אז יעצט קענסטי שוין מאכען הבדלה פארשטאנטא ?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2009 17:32 |
|
| |
פון דבר יום ביומו:
צו באקומען USA שטיין זאלץ כשר לפסח בהשגחת הרב משולם פאלאטשעק שליט"א, ביי
387-9227 Goldberger fruit store
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2009 18:38 |
|
| |
דער דעברעצינער רב שרייבט אז סאטמר רב אסר'ט פאר זיינע חסידים אלע אנדערע זאלץ
|
|
|
|
| נשלח ב-2/4/2009 19:59 |
|
| |
אין דער בלאט איז דא א 4 בלעטער איבער די שטיינזאלץ.
דער בלאט מאכט א מעכטיגער דזשאב, און צייגט אויף קליפ און קלאר אז רביה"ק זי"ע האט געלאזט ניצן נאר שטיינזאלץ, און ער איז געגאנגען אין פייער דערפאר.
אין די זאליס האבן דא געמאכט א שרעקליכע שינוי.
קען איינער אריין סקענען דא דער בלאט?
אין דער איד איז די עדיטאריאל דערוועגען ער פרובירט מיט אייזענע קייטן נישט צו רעדן קלאר איבער די שטיינזאלץ, ער זאגט נאר אז די אהרונים וואס גייען אין קארט ווילן פארטישען די מוחות מיט הכשרים פראבלעמען.
אבער איבער די שטיינזאלץ אליין איז ער שא שטיל, ווייל ער האט באמת נישט וואס צו ענטפערן, נאכדעם וואס מען האט אים געכאפט ביי די מעשה, און חטאתי עויתי פשעתי קען ער נישט טאן, און דערווייל וועט ער ווייטער פיטערען די זאליס מיט פלייש וואס איז געזאלצען געווארן מיט פלענע זאלץ אדער מיט וואסער זאלץ וואס איז נגד פסק רביה"ק זי"ע.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2009 07:40 |
|
| |
אין 82 בוטשער האט געהאנגען א צעטיל אז זיי ניצן נישט קיין שטיינזאלץ ווייל עס פעלט מער נישט אויס כפי הוראת הראב"ד, און מען ניצט די סי זאלץ (עס שטייט נישט אז עס קומט פון א"י) וואס איז פונקט אזוי גוט ווי שטיינזאלץ.
איינער האט א קאפיע פון די צעטעל.
מיין קאשי איז אויך פארוואס האבן זיי עס נישט אריינגעשטעלט אין דער איד.
אויך הער איך אז ר' ישראל חיים מנשה ווען מען קאלט אים וועגן די שטיינזאלץ ענטפערט ער נישט נאר ער האקט אראפ דעם טרייבעל.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2009 20:54 |
|
| |
דער בלאט די וואך דעקט אויך נאך א שרעקליכע זאך.
אז די זאליס מאכן נישט אויף די טשיקענס פארן זאלצן אזאך וואס רביה"ק זי"ע האט פארלאנגט, און געהאלטען אז טאמער מען עפענט עס נישט פארן זאלצן איז עס א חשש טריפה.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2009 20:14 |
|
| |
"דער בלאט" האקט שטיקער היינט נאכאמאל וועגן די שטיין זאלץ.
קען עס איינער אריינסקענען?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2009 00:09 |
|
| |
לפע"ד איז די גרעסטע באמבע די וואך אין בלאט דעם גילו דעת פון רש"ל וויינבערגער וואס ער האט געגעבן אויף די שטיגן פונעם פאיער ביהמ"ד נאך קידוש החמה (ווי עס שיינט האט נישט געזשוינט דעם טריליאנינו ביי רז"ל...) אז נישט ער און נישט זיינע קינדער עסן 82 פלייש צוליב די חששות וואס זענען דא דערביי!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2009 01:08 |
|
| |
שמואל ווידער האט געזאגט דעם חול המועד אז "ווילאנג דער דאראגער לויפער וועט נישט סטאפן זיין מערכה אקעגן די אריזאנע ווייץ וועל איך נישט אויפגעבן די שטיינזאלץ מערכה"
די אנוועזענדע אהרונים האבן אלע געגעבן גערעכט פאר איהם מיט די טענה אז עס דארף גיין א פאטש פאר א פאטש!!!
עס איז דער וואונטש פונעם ציבור אז דער הערליכער מלחמתה של תורה זאל ווייטער ברענען מען זאל זיך ווייטער קענען האלטן ביי די זייטן פון די צוויי גאונים אדירים מיט זייערע הערליכע ארטיקלען
חזקו ואמצו
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2009 01:13 |
|
| |
ווי אזוי זאגט דער משכיל בלומנפעלד " מען קאנטרעלירט די מוחות "
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2009 04:15 |
|
| |
עס וועט זיין אינטערעסאנט צו באבאכטען ווער עס וועט געווינען די מלחמה דער לויפער פון דאראג צו שמואל ווידער, זיי האבן ביידע א פרינטינג!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-25/4/2009 00:23 |
|
| |
די מיינסט צו זאגן.
עס וועט זיין אינטערעסאנט צו באבאכטען ווער עס וועט געווינען די מלחמה מרן רביה"ק זי"ע וואס האט פארלאנגט צו ניצן נאר שטיינזאלץ, צו ר' ישראל חיים מנשה וואס לאזט אלעס ניצן, און טרערט נישט אריין אין בוטשער וכו', אבי נאר צו באקומען זיין טשעק געפרינט!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-25/4/2009 02:15 |
|
| |
יא יא! דאס האב איך טאקע געמיינט איך האב מיך פשוט נישט גוט אויסגעדרוקט...
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2009 04:48 |
|
| |
דער בלאט מאכט על המילה אויף וויינבערגער און באגיסט אים מיט זאלץ...
|
|
|
|
|