בית פורומים כל העולם כולו

די תשס"ט שקרים פונעם בעל מתי שוא אויף די אריזאנא ווייץ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/3/2009 21:08 לינק ישיר 
די תשס"ט שקרים פונעם בעל מתי שוא אויף די אריזאנא ווייץ


אזוי ווי אסאך חברים דא האבן מיר געבעטן אז איך זאל היי יאר צי לייגען צו די רשומה פין פאריאר, די נייע שקרים וכזבים פונעם מוכר ספרים אין אייער וואשער ומחרחר ריב דער בעל מתי שוא דער בן החסיד האימתי ווי ער רופט זיך, האב איך איבער געלייגט דא די פאריעריגע רשומה, אין נאך דעם האב איך ציגעלייגט די שקרים אין בוך סברות פין היי יאר,



איך האב מיט יארן צריק געהערט פין כ"ק מרן רבינו שליט"א, א מורא'דיגע פשט אויף די משנה אין אבות (ה, טז), כל מחלוקת שהיא לשם שמים, סופה להתקיים. ושאינה לשם שמים, אין סופה להתקיים. האט ער מדייק געווען אויף די לשון ספוה להתקיים וואס איז די פשט להתקיים, אין נאך מער וואס איז די גרויסע זאך אז כל מחלוקת שהיא לשם שמים סופה להתקיים, ס'איז דאך אסאך בעסער אז עס בלייב נישט.

האט רבינו שליט"א מסביר געווען, אז ווען איינער טוט עפעס לשם שמים, אין זאגט פאר איינעם אז מ'טאר נישט טוהן די אין די זאך ווייל ס'איז אסור, אין יענער ווייזט אים אויף א ס'איז מותר אין אפשר אויך גאר אז עס איז א מצוה, וועט ער טאקע איין זעהן אז יענער איז גערעכט וכו'. 

אבער די דרך פין בעלי מחלוקת וואס מיינען נישט לשם שמים נאר זיך, אין זאגן אויף א זאך ס'איז אסור ווייל מ'האט א שנאה צו דער וואס טוט עס, אפילו אויף א זאך וואס איז מותר אדער אפשר גאר א מצוה, אין מען טרעפט עפעס א סיבה פארוואס ס'זאל זיין אסור, אבער נאכדעם ווייזט מען אים אויף אז ס'איז נישט אמת נאר פארקערט, וועט ער קומען מיט א צווייטע טעם פארוואס ס'איז אסור, אין אויב וועט מען ווייטער אים אויף ווייזן אז ער איז נישט גערעכט, וועט ער טרעפן א אנדערע סיבה פארוואס די זאך איז אסור, וכו' וכו', וויפיל מען וועט אויפווייזן וועט טרעפן נאך עפעס סיבה א פארוואס די זאך איז אסור.

מיט דעם האט ער מפרש געווען די משנה כל מחלוקת שהיא לש"ש סופה להתקיים, ווייל ער מיינט נאר דעם באשעפער אין אויב ווייזט מען אים אז ער איז נישט גערעכט נאר פארקערט ס'מותר, איז ער צופרידן אין ער זאגט מער נישט אז עס איז אסור, אין ער דארף נישט זוכן נאך עפעס א טעם ער זאל קענען זאגן אז ס'איז אסור, דאס מיינט סופה להתקיים עס בלייב איין טעם פאר וואס ער האט געהאלטן אז עס איז דא א איסור, אין אויב ס'איז נישט דא די טעם איז נישט דא קיין איסור.

ושאינה לשם שמים, אין סופה להתקיים, ווייל ביי זיי איז די זאך קודם אסור, אין נאכדעם וועט מען זוכן פארוואס עס איז אסור, אין ווען מען ווייזט זיי אויף אז זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן, וועלן זיי טרעפן א נייע סיבה, וכו' וכו'. וועגן דעם איז עס אינה סופה להתקיים ווייל מען דארף זוכן א נייע סיבה פארוואס עס איז אסור יעדע שטיק צייט. עכ"ד הנחמדים.

איך מיין אז דא ביי די אריזאנא ווייץ קען מען עס זעהן בחוש, ווי דער מוכר ספרים ובעל מתי שוא, קומט אויף יעדן טאג חדשים לבקרים מיט נייע טעמים פארוואס די ווייץ איז נישט גוט, אדער מ'קען עס נישט נוצן פאר מצות מצוה, אדער ס'איז נישט מהודור, אדער עס איז חמץ גמור. ווען מען פרעגט אפ איין איסור טרעפט ער א אנדערע פראבלעם, מיט אלע שטותים אין ליגענטס, איך האב פארבירט צי מאכן א ליסטע פין אלע זיינע אסורים, אין ווען מ'האט אויפגעוויזען איינס איז שטותים האט תיכף געהאט א צווייטע פראבלעם מיט שקרים וכזבים.

דאס אליין איז דער גרעסטע סימן אז עס האט נישט קיין שום חשש נאר ער זוכט עפעס א תירץ צי זאגן אז די ווייץ איז נישט גוט.

 

א)    מען האט געשניטן צו שפעט. (אשל ברמה, איי ס'רעגט נישט דארט, אין ס'איז נישט דא דארט קיין טל)

ב)    מ'דארף האבן שמירה אויב א גוי גיסט נישט קיין וואסער, אדער א בהמה וכו'. (אשל ברמה. אין פאקט אבער איז געווען)

ג)     ס'איז יא דא דארט טל. (אשל ברמה)

היי יאר האט מען געשינטן אזוי ווי אייביג, האט ער פרישע איסורים, זייט נישט באזארגט ער האט גענוג.

ד)     חדש אסור מן התורה. (דער דיין ועוד. איך ווייס נאך נישט פארוואס ס'הייסט חדש)

ה)    ס'איז נישט דא קיין מסורה דארט צי שניידן. (דער דיין ועוד. ווייל אין לאנג איילענד אין נארט דאקאטע, אין איידעא, און אין קאליפאניא, האבן נאך די ראשונים אין אחרונים אין די תלמידי בעש"ט הק' געשניטן ווייץ)

ו)     אין אריזאנא איז די וואסער זאלציג. (דוד רז"ב אין זיין בריוו צי הרה"ג בנציון שטראסער שליט"א. איי אין זיין שו"ת ספר מנחת דוד ח"א האט ער א פאר תשובות אז נאטירליכע ווייץ וואס איז אין די וואסער איז נישט קיין פראבלעם, אבער הא לן והא להו)

ז)     אין אריזאנא לייג מען אריין קעמיקעלס אין די וואסער. (אשל ברמה. אין גאנץ אמעריקא לייגט מען נישט אריין?)

ח)     די ערד אין אריזאנא איז זאלציג. (ר' יואליש אין זיין בריוו. ער האט געקאסט די ערד, נאה לו.) אויכט די ערד אין אריזאנא איז ווייס פין זאלץ (אשל ברמה דף מ"ו, מען זעהט עס בחוש ווער עס זעהט עס נישט איז בלינד דער מחבר פון מתי שוא איז אליין דארט געווען)

ט)    ס'איז דא אין די ווייץ מער גלאטין פון אנדערע ווייץ. (דוד רז"ב אין זיין בריוו צי הרה"ג בנציון שטראסער שליט"א. זייט ווען האט גלאטין מיט חמץ, האט די רמ"א אדער די בעש"ט הק' אדער גאר די חת"ס אויך טעסט וויפיל גלאטין ס'איז דא אין זייער ווייץ)

י)      אריזאנא איז א מדבר אין מ'איז נישט יוצא מיט קיין ווייץ וואס וואקסט אין א מדבר. (אשל ברמה. איי וואס האבן די אידן אין מדבר גענוצט, ווי ס'שטייט אין די מדרשים, אז ס'האט געוואקסן דארט דורך די בארה של מרים) אין אז די פרעגסט וועגן די לולבים פין אריזאנא וואס ער פלעגט פארקויפן, זאגט ער אין זיין נייעם קונטרס דף קכ"ב אז די לולבים האבן נאר געהייסן אריזאנא לולבים אין ס'איז באמת געקומען פין קאליפאניא. קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס מ'האט געמוזט זאגן ס'איז אריזאנא מ'האט נישט געזאגט ס'איז פין קאליפאניא, אפשר איז די ווייץ אויך פין קאליפאניא, בקיצור ער זאגט אויף זיך אליין אז ער איז א שקרן.

יא)  מ'פילט אן די פעלד מיט וואסער ווי א סווימינג פול. (אשל ברמה. ער זאגט אז דאס איז א נייע זאך וואס עס איז קיינמאל נישט געווען, איי די גמ' אין ב"ב נג. רעדט שוין פון דעם וועג פון אנפלאנצאן, אין רש"י ז"ל זאגט אז אין מצרים האט אזוי געוואקסן, אין פין ווי האט די רמב"ם אין אלע אנדערע ראשונים וואס זענען דארט געווען גענומען ווייץ, דער בעל מתי שוא געדענקט אנדערש אז מ'האט נישט אזוי איינגעפלאנץ דארט)

יב)  מען לייגט אריין קעמיקאלס אין די ווייץ. (אשל ברמה. ווייל די ווייץ פין ווי ער נעמט באמיסטיקט מען נאך די פעלדער מוט מיסט פין א בהמה נישט פין קעמיקאלס)

יג)    די ערד אין אריזאנא איז אזוי ווי קלעי. (אשל ברמה דף קל"ג. א שאד איך וואוין נישט דארט מיינע קינדער וואלן געהאט וויפיל קלעי זיי ווילן ווען)

יד)   אין אריזאנא זענען די ווייץ אראפ געבויגען ווייל דארט איז דא מורא'דיגע ווינטן אין עס טינקט זיך איין אין די וואסער. (אשל ברמה. אזוי זאגט דער בעל מתי שוא)

טו)  אין אריזאנא פלאנץ מען איין ביי א "האלבע אינטש" אין די גאנצע וועלט ביי 4-5 אינטשעס. (אשל ברמה. פונקט דארט איז אנדערשט ווי אין די גאנצע וועלט)

טז)  ס'רעגט דארט קיינמאל גאר נישט. (מנשה פילאף בדער איד פ' טהרה, די איסור פונעם פורים בי"ד)

יז)   ס'האט גערעגנט אין אריזאנא ביים שניידן. (אין דער איד ס"ז בכיסו בכוסו ובכעסו, פארקאש אין זיין בריוו זאגט אז ס'האט גערעגנעט א טאג נאכען שניידן. פאר מען איז אויפגעקומען אז עס רעגענט בכלל נישט דארט אין דאס איז די איסור, האט מען געזאגט אז עס רעגענט יא אפילו בשעתן שניידן אין מען זאגט קיינעם נישט אויס)

יח)   ס'איז דא דארט מער מצמוחות ומבקעות פין די היגע ווייץ. (אשל ברמה, מנשה פילאפף בדער איד)

יט)  אפילו מען זעהט נישט די מצמוחות ומבקעות איז נאך אלס דא, נאר מען זעהט עס נישט. (נאר די מומחים ווי פארקאש אין יצחק שטיין אין דער מוכר ספרים קענען עס זעהן. אשל ברמה דף צ"ט)

כ)     עס האט נישט קיין השגחה. (שלמה גראס, פארקאש. עס איז נישט דא תירץ אויף דעם ס'איז טאקע חמץ ממש)

כא)    ס'איז דא נגיעה פין געלט. (פארקאש אין זיין בריוו. יא מען מאכט מיליאנען דארט, קראך!!!)

כב)   מען וועט האבן א נגיעה צי די ווייץ אפילו עס וועט זיין א שאלה וועט מען ווייטער נעמען פין דארט די ווייץ. (אשל ברמה. פארקאש אין זיין בריוו. טאקע די אלע רבנים וואס שניידן אין נעמען פין דארט די ווייץ זענען קלים וריקים והא ראי' אז זיי גייען אהין שניידן ווייץ ווייל זיי זיכן דוקא די שוואכערע ווייץ)

כג)    עס איז דא דארט גרינע ווייץ וואס איז נאכנישט געצייטיגט. (אשל ברמה דף ל"ד. איינמאל איז די פראבלעם אז מען שנייט צו שפעט איינמאל צו פרי)

כד)    עס האט א דין עציץ שאינו נקיב. (אשל ברמה דף ל"ד. לי יהא אז עס האט א דין עציץ שאינו נקוב, וואס טוט זיך מיט די גמ' אין פסחים לו: אז ווייץ פין א עציץ שאינו נקוב כשרים למצות מצה, דער מוכר ספרים האלט אבער אנדערשט)

כה)    די רבנים וואס שניידן די ווייץ אין אריזאנא האבן נישט קיין שום שימוש אין שניידן ווייץ. (אשל ברמה דף ל"ח. נאר אלי' דוד ע"ה מיט זיינע קינדער אין יצחק שטיין אין פארקאש אין זושא כ"ץ אין דער בעל מתי שוא האבן שימוש אויף דעם, אבער די רבנים וואס שניידן שוין יארן פאר סאטמאר, פאפא צעלים, מאנסי, אין די אלע אנדערע רבנים וואס האבן געשניטן דארט האבן נישט קיין שימוש)

כו)     אפילו ווען די פעלדער זענען געצייטיקט איז נאך דא ווייץ וואס וואס איז נאך גרין אין פיל מיט ליחות. (אשל ברמה דף נ"ז. ער האט עס אליין געזעהן, ער איז דאך דארט געווען ביים שניידן)

כז)     עס איז צי א לאנגע וועג צי ברענגן די ווייץ מיט א טרעילער אין ס'רעגענט אריין אין די טרעליער. (יצחק שטיין (אין די צייטשריפט פאריאר פסח). אדער פין נארט דאקאטע, אין איידעא, און אין קאליפאניא, איז נישט ווייט, אין זייערע טרעליערס רעגענט נישט אריין נאר אין די טרעלירס פון אריזאנא, אבער ס'איז גארנישט ווייל הא לאן והא להו)

כח)   אויב עס רעגענט נישט אריין פין אויבן, קומט אריין וואסער פין אינטן ווען די רעדליך דרייען זיך אויף די נאסע ערד. (יצחק שטיין (אין די צייטשריפט פאריאר פסח), אזא אויפטו פאסט דאך ווען פארן ראגאטשאווער)

כט)   מ'האט גענומן טרעילערס אן א דאך. (עיין במכתבו של ר' אלי' סימאן. דאס האט מען נאך געוויסט בנביאה ווען די ווייץ איז נאך געליגן אוועק גלייגט אין אריזאנא)

ל)        מ'האט אונטער געקויפט די גוי אז ער זאל עפענען די טרעליער אין ס'איז שוין נישט קיין שמירה. (איי ס'איז מיט געפארן צוויי אידן מיט זיי, אפשר זענען זיי אויך גוים)

לא)   די ווייץ זענען פאר שימעלט געווארן (ווער געדענק נאך?) אין ס'איז פיל מיט די צוויבעל. (עיין במכתבו של ר' אלי' סימאן)

לב)   מען וועט אנהייבן ניצן אייזענע טישן מיט אייזענעס צי וועלגערן. (יצחק שטיין (אין די צייטשריפט פאריאר פסח). דאס איז געזאגט געווארן בנביאה)

לג)     והאחרון הכביד ווייל דער מחבר ובעל מתי שוא טיילט שבת אין פסח פעקלעך. (ר' יעקב זיידא במכתבו)

לד)    ועל כלום דאס איז די עיקר איסור אין דאס מאכט עס חמץ גמור ממש, אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז איינע פין די רבנים וואס נעמען די ווייץ אין געט זיך אפ מיט די ווייץ אין האלט אז דאס איז די מהודרסטיגע ווייץ וואס עס איז נאר דא.

היי יאר תשס"ט אין זיין נייע ביכל אשל ברמה איז צו געקומען נייע שקרים אין איסורים

לה)  מען ווייקט די ווייץ אין וואסער מיט קעמיקעלס. (אשל ברמה הקדמה)

לו)    די ווייץ ווערט געווייקט אין וואסער ווען עס נאך קליין אין ס'איז כבוש כמבושל. (מכתב פון שוויממער יונה עסטרייכער'ס איידעם אזא גאונישען חידוש פאסט טאקע פאר אים)

לז)     דארט איז דא ווייץ וואס עס איז שוין געצייטיקט 2 וואכן פאר די גאנצע פעלד ווערט געצייטיקט. (אשל ברמה דף פד צח)

לח)   ווען מ'האט געשניטען די ווייץ איז דא דארט זייער אסאך וואס איז נאך זייער גרין אין נאכנישט געצייטיקט אין עס קומט נאך ארויס מי חלב. (אשל ברמה דף קד קיב, נישט פארגעסען אז פריער זאגט ער אז ס'איז דא ווייץ וואס איז שוין 2 וואכן פארן שניידן, לויט אים איז דא 3 מינע ווייץ אופן פעלד אין די זעלבע צייט.)

לט)   מען מוז עס שניידן ווען עס איז נתייבש אינגאנצען אז נישט ווערט עס פארשימעלט. (אשל ברמה דף צט קג, נישט פארגעסען נאכאמאל אז עס איז דא נאך ווייץ וואס איז נאך גרין אין ס'האט נאך מי חלב, נישט קיין פראבלעם הא לן והא להו.)

מ)       ביי די ווייץ איז שוין די מוץ אפען אינגאנצען פארן שניידן. (אשל ברמה דף פו)

מא)  עס איז חשש מינות ווער עס נעמט די ווייץ. (מכתב מרב פאללאק פארן צריקציען.)

מב)  עס איז דא ווייץ וואס ליגט אינגאצען אויף דער ערד. (אשל ברמה הקדמה, פאר יאר האט זיך די ווייץ נאר אראפ געבויגן, היי יאר ליגט עס שוין אויף די ערד.)

מג)   היי יאר איז געווען א מורא'דיגע רעגן שטורם דארט אפאר וואכן פארן שניידן. (אשל ברמה דף פג, מען טאר נישט פארגעסן אז די עיקר איסור איז דאך אז מען נעמט פין א פלאץ ווי עס רעגענט קיינמאל נישט, אבער וואס קען מען טוהן אז מעשה שטן יעדעס יאר רעגן דארט אין צי צייט ווען מען שניידט.)

מד)   עס איז געווען דארט שטארקע ווינטען אין א זאמט שטורם. (אשל ברמה דף פג,)

מה)  דארט אין ימא אריזאנא רעגט אפאר סקונדעס אין טאג זייער דינע טראפן רעגן וואס מען פילט נישט. (עס איז נישט קיין הלצה אזוי טוט דער בעל מתי שוא אויף, אז עס איז דא עפעס א ספעשל רעגן דיזיינט נאר פאר ימא אריזאנא, האשל ברמה דף פד)

מו)    די ווייץ דארט איז וודאי חמץ, אפי' מען קען נישט זעהן אז עס איז מבוקע אדער מצומח איז עס נאר מען זעהט עס נישט. (אשל ברמה דף צא)

מז)   די ווייץ איז שווערער צי קנעטן אין וועלגערן עס נעמט לענגער. (אשל ברמה דף צב. אינטרעסאנט צי באמערקן אז די פאקט ווייזט פונקט פארקערט אז אין די מצה בעקערי שע"י קהלתינו הק' בוומ"ס מיט די אריזאנא ווייץ באקט מען אין איין 18 מניט ביי 1 אויבן בערך 10 ביז 11 מיירעס, אין אין בראדוועי ווערט געבאקען פער אויבן בערך צווישען 6 אין 7 מיירעס.)

מח)  די טייג קלעב זיך שטארק אן אויף די הענט אין און די וועלגער העלצלעך וכו'. אין עס קומט זייער שווער אראפ. (אשל ברמה דף צב.)

מט)  מען פילט אין די אריזאנא מצות די טעם פין קעמיקעל'ס. (אשל ברמה דף קט, האט איינער געפילט א טעם קעמיקעל'ס אין די מצות איך נישט)

נ)       דארט וואקסט מער דאפעלט ווייץ פער סקווער פיס ווי אנדערע פלעצער. (אשל ברמה דף קיב, אזוי טוט ער אויף, ער זאגט ער האט נאך נישט קיין טעם פארוואס ס'זאל זיין אסור וועגן דעם, אבער ער ארבעט יעצט דעראויף)

נא)   די קנים זענען נישט אזוי שטארק ווי אנדערע פלעצער. (אשל ברמה דף קיב, אזוי האט ער באשלאסן, ער האט נאך נישט קיין טעם פארוואס ס'זאל זיין אסור, אבער ער ארבעט יעצט דעראויף)

נב)    עס איז דא דארט ווייץ וואס איז העכער ווי די אנדערע. (אשל ברמה דף קיב, טאקע א מורא'דיגע פראבלעם, ער ווייסט נאך נישט קיין טעם איסור, אבער ער ארבעט שוין אויף דעם.)

נג)     די רבנים וואס שניידן דארט די ווייץ ווייסען נישט וואס מבוקעות ומצומחות איז. (אשל ברמה דף קיב. נאר ער ווייסט)

נד)    ביי די ווייץ איז דא א חידוש אז ס'ווערט מבוקע ומצומח נאכן שניידן סתם פין ליגן. (אשל ברמה דף קיב)







דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2009 21:29 לינק ישיר 

איך האב א קשיא, אפשר קענט איר מיר מסביר זיין.

- לויט ווי איך פארשטיי, איז די ווייץ וועלכע וואקסט אין ארץ ישראל, (וואו עס רעגנט אויך נישט גאנץ זומער), האט די זעלבע מעלות פון אריזאנע. דער פראבלעם איז נאר אז עס איז נישטא גענוג ווייץ דארטן אליין. נו אויב אזוי מה כל הרעש די זעלבע עצות וואס מען טוט אין אריזאנא טוט מען אויך אין ארץ ישראל שוין טויזנטער יארן.?
דאכט זיך אז אין אנהויב איז געווען א בריוו פון הג"ר מאיר בראנסדארפער מיט דעם פוינט.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2009 22:57 לינק ישיר 

די פראבלעם מיט די זאמד שטורעם איז אנבעליוועבל זייט ווען מאכט א זאמד שטורעם חמץ

איך האלט מער נישט אז ער איז א ליגענער איך האלט ער איז נעבעך יצא מדע.........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2009 01:03 לינק ישיר 

ווי אזוי האט הרה"ג ר' טודרוס זילבער געזאגט
די אריזאנע ווייץ איז נישט קיין איסור חפצא
ס'איז א איסור גברא
ודפח"ח

בדרך אגב ר' טודרוס ניצט אריזאנע ווייץ




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/3/2009 16:48 לינק ישיר 

פלוצלינג האלטסטו פין ר' טודרוס..



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/3/2009 19:10 לינק ישיר 

אז די האלטס פינעם ברך משה האלט ער פין הרה"צ ר' טודרוס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2009 19:06 לינק ישיר 

איך האלט טאקע נישט...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/2/2011 22:56 לינק ישיר 

מ'קען שוין איבערמאכן די ליסטע...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די תשס"ט שקרים פונעם בעל מתי שוא אויף די אריזאנא ווייץ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext