|
|
| נשלח ב-30/3/2009 04:39 |
|
| |
שאל םערלשטיין האט היינט געזאאגט פאר ר' שלמה שמש, אז ר' זלמן האט אים געהייסען איבערגעבען אז ווילאנג ער קומט אים נישט איבערבעטן קען ער מער נישט אפען באלעמער ארויף גיין, ער קען פארקויפען ערב פסח מצות און נעמען נדרים ונדבות אבער נישט אפען באלעמער.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2009 01:05 |
|
| |
געווארט שרייבט ! ארגינעלער טייערער משה גבאי טוט נישט וואס ער וויל אלעס ביי אונז און די קהלה ווערט געטוהן און געפירט דורכן בית דין צדק ובראשם מרן הראש בית דין שליט"א ובהתייעצות כ"ק אדמו"ר שליט"א
איך האפף אז די מיינסט עס נישט ערענסט "משה גבאי טוט נישט וואס ער וויל"???
איך ווייס נישט צי זאל איך לאכען אדער וויינען.
ווען די זאגסט נאך אז מרן רב"ד אין כ"ק אדמו"ר טיען נישט וואס זיי ווילען , נא דאס פארשטייט זיך ,, אבער פארקערט????????????????
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2009 01:16 |
|
| |
איך ווייס נישט פארוואס דער עולם גולם פארלאזט אזויפיל טרערן וועגן שלמה שמש,
דער שלמה שמש האט געדארפט אננעמען דאס נישט לאזן ארויף אויפן באלעמער ווי
א אפגעזאגעכטץ און זיי רופן צו דין תורה אז מען האט עהם אויפגעזאגט,
און ער וואלט באקומען זיין אפטריט געלט, אפילו אויב זיי וואלטן עהם צוריק
גערופן וואלט ער געדארפט טענה'ן אז נאך די געוואלדיגע בזיונות וואס ער האט
געליטן קען ער פשוט נישט ווייטער פינקציאנירן אלץ א עפעקטירער שמש און ער וואלט
זיכער באקומען זיין אפטריט געלט, און וואס מיינט איר גייט יעצט געשעהן?
ער גייט ער איבער בעטן דעם שטריק הגדול און מפטירין כדאתמול,
ער וועט ווייטער אויסשרייען קאק אדמער שליטע ווי גארנישט וואלט פאסירט,
ניין איך שוין עהם לגמרי נישט, ער איז קיין רחמנות נישט,
ער איז דארט ביי CHOICE און נישט ביי FORCE,
און צו דיר שלמה זאג איך, יהי רצון אז די בזיונות וואס די נעמסט איין יעדן טאג
וואס דו געפינסט דיך ביי די רשעי ישראל, זאל זיין לכפרת עוונות פאר די שברי לב
און עגמת נפש וואס דו האסט גורם געווען פאר מאנכע אידן מאנשי שלומנו,
יא, איך ווייס אז דו ביסט נאר געווען א שיק אינגל, און נאר אויסגעפירט א שליחות,
אבער פונקט אזוי טענה'ן דאך אלע עס עס'ניקעס אז אלע רציחות'ער איז געווען
געצווינגענערהייט און אז זיי האבן נאר אויסגעפירט א שליחות,
מיר נעמען נישט אן זייערע פינסטערע תירוצים, און אויך נישט דיינע,
ווען דו האסט משלח געווען פון ראדני אנשים חשובים ויקרים מזקני תלמידי וחסידי רבינו
האסטו זיי געצאפט דאס בלוט, דו האסט זייער ערליך אויסגעפירט די שליחות,
און די אידן האבן קלאר געזאגט אז זיי זענען דיר נישט מוחל, זאל דאס זיין לכפרת עוונות,
און יעצט גיי און זיי מפייס די אידן וואס דו האסט ביטערליך מצער געווען,
דו טייערע אידן וואס זענען נאך ב''ה בתוכינו לאורך ימים ושנים, ווייל ווי דו ווייסט זענען שוין
עטליכע בעלמא דקשוט, און צו זיי דארפסטו שוין גייו צום בית החיים (אוי ווייטער דער בית החיים...)
מיט א מנין אידן און טוהן ווי די הלכה פארלאנגט, אבער די וואס לעבן נאך דארפסטו גיין מפייס זיין כדת וכדין,
והוא רחום יכפר עוון. ס'איז נישט קיין הפקר וועלט, דיין פלאץ איז נישט דארט, ראטעווע דיך באצייטענס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2009 01:28 |
|
| |
איך הער אז היינט איז שלמה געגאנגען איבער בעטן הגז"ל פארן גיין מקדש זיין דעם בית החיים
אין הגז"ל האט אים מוחל געווען...
אבי מען זאגט ער איז נישט קיין נועם המידות.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2009 01:35 |
|
| |
האקאבו, נישט פארגעסן, רז"ל האט אום געהייסן אינטערשרייבן א צעטיל אז ער גייט מער נישט טשעפען מיט קהל...
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2009 04:28 |
|
| |
הוא אשר דיברתי,
דער שלמה שמש, וואס איז באמת א וואוילטשיקער,
אבער קיין טראפ סעלף רעספעקט האט ער נישט,
ער פארמאגט נישט קיין טראפ פרינציפ,
וויפיל קען זיך א מענטש נידערן,
שעמט ער זיך נישט פאר זיינע קינדער און אייניקלעך?,
וואס א תירוץ זאגט ער זיי?
וואלט ער פון זיי אנגענומען א תירוץ אויב זיי וואלטן עפעס שלעטס געטוהן
אז יענער איז שולדיג?, זיכער אז ניין!,
בקיצור דער שלמה האט פארקויפט זיין נשמה פארן שטן.
איך זעה נישט קיין שום חילוק צעווישן שלמה און זרילע גליק,
מען שרייבט וואס מען הייסט, אן קיין טראפ זעלבסט ווירדע,
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2009 20:18 |
|
| |
ר' שלמה שמש איז געווען איבערבעטן ר' זלמן, האט ער אים געזאגט אז ער מוז ארויף גיין שבת אפען באלעמער אין איבערבעטן דעם גאנצען ציבור און זאגן אז ער האט חרטה פארן גיין מקדש זיין די בית החיים און ער וועט מער נישט טשעפנען קהל.
ר' שלמה האט אים געזאגט אז ער קען דאס נישט טאן, האט אים ר' זלמן געזאגט אז ער וויל דאס נישט טאן דעמאלס איז ער אויס שמש.
יעצט ווארט מען צו זעהן וואס וועט זיך אויסשפילען.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2009 21:00 |
|
| |
הרב עזריעל גליק איז געווען איבערבעטן דער מאנראער קדושׁ
, האט ער אים געזאגט אז ער מוז ארויף גיין שבת אפען באלעמער אין איבערבעטן דעם גאנצען ציבור און זאגן אז ער האט חרטה און ער וועט מער נישט טשעפנען קהל.
הרב עזריעל האט אים געזאגט אז ער קען דאס נישט טאן, האט אים דער מאנראער קדושׁ ער וועט מיאוס חרטה האבן .
יעצט ווארט מען צו זעהן וואס וועט זיך אויסשפילען
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2009 21:16 |
|
| |
דער מאנראער קדוש האט איהם בלויז געזאגט ער זאל חוזר זיין פון זיינע ערכאות'ער ובג"ץ הציוני. ער דארף קיינעם נישט איבערבעטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2009 21:49 |
|
| |
יענקעלע
איך מוז מוחה זיין אויף דיין דברי בזוי אויף ר' שלמה שמש
ער איז א איד א ירא שמים בסתר כבגלוי, א סעמפל פון א ערליכע ארבעטער,
און איך האף אז מיט דעם האב איך יוצא געווען ידי חובתי.....
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2009 21:55 |
|
| |
מזל טוב!
קהל יטב לב ד'סאטמאר, האט א אלט\נייער שמש, ר' שלמה ווערצבערגער.
ר' יואל קויפמאן אונטער שמש
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2009 22:08 |
|
| |
מה טובו,
פון ווי ווייסטו אז ער איז א ירא שמים "בסתר" כבגלוי, הא?
הער מיך גיט צו,
איך האלט זייער פון שלמה שמש און בין פערזענדליך נאנט צו עהם,
אבער וואס איך האב געשריבן איז קלארע פאקטן, איך האב נישט געשריבן
קיין שום דברי ביזוי, נאר אמת'ע פאקטן,
ער האט פארשיקט ערליכע אידן פון בית המדרש אין ראדני
אויפן דירעקטן באפעל פון משתמש בקודש,
מאנכע אידן האבן אויף עהם א שווער הארץ,
און מיין ציל איז נאר געוען ער זאל דאס וויסן,
ער זאל האבן אביסל סעלף רעספעקט,
פרנסה איז זייער וויכטיג אבער אלעס האט א שיעור,
וואלט ער געבליבן ארבייטן אין א רעסטאראנט וואס הייבט אן צו פארקויפן נבילה,
געוויס אז ניין, נו, וואס איז דער חילוק, צו בלייבן א חלק פון די אויסגעשפראכענע
מרימי יד בתורת משה מיט אויסרייד אז דאס איז צוליב פרנסה,
פאסט נישט פאר אזא חשובן איד ווי שלמה שמש,
און איך זעה אז מיינע רייד האבן עושה רושם געווען
און ער האט זיך ענדליך אפגעלאזט פון די רשעים
און חוזר געווען צו זיין שורש און דארף זיך מער נישט
פארשטעקן און פארשלייערן זיין פנים
ער וועט זיך שוין קענען באטייליגן ביי די שמחות פון רבינו שליט''א
אפן און אום באהאלטן, כשאופתו וכאוות נפשו,
מיר נעמען עהם אויף מיט אפענע ארעמס
און וואונטשן עהם הצלחה מרובה אויף זיין נייעם פאסטן,
יהי בואו לברכה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2009 22:16 |
|
| |
באלד גייען די זאליס נועמי המידות אנהייבען מיט א שמיץ קאמפיין קעגען שלמה שמש
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2009 22:26 |
|
| |
יעצט קומט פאר א ריזיגע מיטינג ביי די זאליס ווי אזוי צו רעאגירן, ווייל דערווייל הערט מען נישט גארנישט פון זיי.
אט אט גייט זיך אנהייבן די שפיכות דם
פארגעסט נישט
איך מעג דו טארסט נישט
|
|
|
|
|