דער היימישער עולם-גולם מאכט מיך לאכן. אפילו אסאך רעפובליקאנער אין קאנגרעס און סענאט האלטן אז AIG טאר נישט נעמען די באנוסעס, וויבאלד ס'איז נישט זייער געלט נאר אונזערס. דער רעפובליקאנער סענאטאר גרעסלי פון אייאווע האט אפילו געזאגט אז די AIG עקזעקוטיווס דארפן באגיין סועסייד. אבער דא שטייען יונגעלייט און הערן זיך צו צו די רעכטע טאק שאוס און ווערן קאנווינסט אז מען דארף לאזן די עקזעקוטיווס באקומען זייערע באנוסעס.
דאנט געט מי ראנג, איך האלט נישט אז ס'איז א פראבלעם אז די AIG עקזעקוטיווס באקומען זייערע באנוסעס, אבער איך האלט אויך אז יונגעלייט וואס מוטשען זיך פאר פרנסה דארפן אויך באקומען באנוסעס פון די רעגירונג, נאך אפאר הונדערט דאלאר א יאר אין פוד סטעמפס און אין טעקס ברעיקס. יעדער איינער וואס ארבעט אויף די בוקס, און פארדינט ווייניגער ווי א פערטל מיליאן, צאלט שוין יעצט ווייניגער טעקסעס א דאנק אבאמא'ס פלאן.
אבער די חסידים פון ראש לימבא האלטן אז די היימישע יונגעלייט טארן נישט באקומען קיין געלט פון די גאווערמענט און נאר די AIG עקזעקוטיווס דארפן באקומען געלט פון די גאווערמענט. מוז מען טאקע אפקויפן יעדעס איינציגסטע ווארט פון ראש לימבאו, אפילו ווען ס'איז קעגן די אייגענע אינטערעסן?
איין זאך מוז איך מודה זיין אז ראש לימבאו, גלען בעק, און די אנדערע קאנסערוואטיווע מולטי-מיליאנערן טאק שאו האוסטס זענען ווערט יעדע פעני, אויב קענען זיי קאנווינסן אזויפיל היימישע יונגעלייט אז די AIG עקזעקוטיווס דארפן באקומען מיליאנען פון די גאווערמענט, אבער אונזערע היימישע ארעמע יונגעלייט (אריינגערעכנט די לימבאו און הענטי פענס) טארן נישט באקומען אפאר נארישע הונדערט אדער אפאר נארישע טויזנט דאלאר.
 |
|
|