ווען נישט דער צד שכנגד האט אים מצער געווען וואלטן אים די אהרונים בכלל עקסעפטעד?
נשלח ב-31/3/2009 23:23
נאך איין שאלה ענטפערט ביטע פאר אן עם הארץ.
ווען ר' פנחס אלימלך ווייס וואלט נישט אפן ארויסגעוויזן זיינע קאלירן מיט יארן צוריק און וואלט מקבל מרות געווען פון ר' זלמן לייב'ן, און וואלט נישט אריינגעטרעטן ביי די אהרונים, און וואלט אויסגעפירט אלעס וואס די ראה"ק און משמשים פון רז"ל בעטן אים, און נאר יעצט וואלט ער זיך פארטשעפעט מיט די זאלונים, וואלט ער נישט יעצט באקומען א גוטן דזשאב ביי די אהרונים?
נשלח ב-31/3/2009 23:39
זיסקייט די ווייסט דאך אז א הארץ פילט א הארץ מיר האבן אלע יארן געשפירט אינטער וואסערע קלעם ר' שלמה געפינט זיך און מיר שפירן יעצט די שמחה וואס טוט זיך אפ ביי אונזער'ס א "ברודער" אין הארץ ר' שלמה איז אלעמאל געווען בייליבט ביי יעדן און קיינער האט קיינמאל נישט געהאט אויף אים א שלעכט הארץ ס'איז אונז באמת א כבוד אים צו האבן ווייטער ביי אונז "בגלוי" און ער זזאל אונז סערווירן ער איז א סעמפל פון א ירא שמים און געטרייער מענטש, ב"ה פאר דעם
נשלח ב-1/4/2009 00:00
Please stop the non sense, I spoke 5 minutes ago to Shlomo's son its simply not true on the moment, its in the talks and works but not true on the moment
נשלח ב-1/4/2009 01:18
א כראנלאגישן סדר ווי אזוי ס'איז צי געגאנגען
שבת פארן ליינען איז בן פראדל צי געגאנגן צי ר' שלמה ער האט דעמאלס געשמיעסט מיט ר' בנימין הירש האט אים בן פראדל געזאגט בזה"ל אזוי ווי די האסט מבזה געווען דעם רבי'ן
איז, אדער איך אדער די וועלן גיין אויפן באלמער איך גיי נישט מיט דיר
דער איש החסד מאיר שניצלער ארויף געגאנגען אויף ריפן די עליות
נאכן ליינען האט מאיר שניצלער איבער געבעטן ר' שלמה ( א צדיק פין א יוד )
ביי מנחה האט מאיר שניצלער ווייטער אויס געריפן
די לעכט נאך שלש סעודות האט ר' שלמה געהייסן דעם קליינעם יעקב הערש ווייס אריין טראגן.
זינטאג האט מען אויס געשלאסן ר' שלמה פין זיין אפיס אין ראדני.
זינטאג נאכט איז ר' שלמה אריין ציזאמן מיט ר' בנימין הירש צי הגז"ל איבער בעטן בלע"ז
הגז"ל האט אים בלאנד געזאגט אין פנים "איך ווייס פין גארנישט גיי בעט איבער קהל "
ביים ארויס גיין האט אים בן פראדל געפרעגט צי ער איז א קליין קינד אויב ער קען נישט קומען אליינס מאנטאג אינדערפרי האבן בחור'עלעך מיט יונגעלייט וואס זענען אויף געהעצט פין נפתלי בלומנפעלד מיט מיילך שטערן, האבן גאר מיאוס נאך געשירגן אין ביהמ"ד
נאך מיטאג איז אריבער געקומען צי אים אברהם בער יאקאבוויטש שאול פערלשטיין מיט דעם רויטן
שלום יודא מאשקאוויטש אין געהייסן ר' שלמה איבער שרייבן די ניו זשערסי ביה"ח אויף אן אנדערען נאמען ר' שלמה האט עס קאטעגאריש אפגעווארפן
אזוי גייט צי א נועם המידות קאמפיין
נשלח ב-1/4/2009 04:23
נאך איין שאלה, אויב ר' שלמה גייט אריבער צו די אהרונים, וואס געשעט מיט'ן ביה"ח אין ניו דזשוירזי וואו ביידע זייטן האבן ביז יעצט געהאט אן אייניגן שותפות, די אהרונים דורך אברהם יושע ווערצבערגער און יוסל ווייס, און די זאלונים דורך שלמה ווערצבערגער.
אויב ר' שלמה גייט אריבער וועלן יעצט די אהרונים קאנטראלירן אויך דעם גאנצן ביה"ח אין ניו דזשוירזי?
אויב יא דעמאלט פארענטפערט עס מיין קשיא פארוואס שלמה ווערצבערגער איז אזוי קריטיש פאר די אהרונים, און פארוואס ס'רינט טרערן פון פרייד פאר ארגינעלער.
שלמה יודא מאשקאוויטש מיט ר' זלמן זענען געווען די הויפט פארפירערס אז מען זאל ר' שלמה שמש ארויסווארפן, ער טרינקט אים שוין דאס בלוט מיט א שרעקליכע רציחה די לעצטע צוויי יאר.
ביים שרייבן א קוויטל ביים משב"ק פארן אריינגיין צו רבי'ן
נשלח ב-1/4/2009 20:55
העלד כתב אין אנדערן אשכול
אין די צייט וואס דער עולם איז פארנומען זיך מיטצופרייען מיט די שמחה פון ר' שלמה שמש, און דאס א.ג. רשעות
פון די זאליס,
האט דער עולם פארגעסן פון א אייגענעם געטרייען מענטש ר' יואל שמש וואס על לא עוול בכפו האט
ער יעצט פארלוירן רוב פון זיין פרנסה, און בלוטיגט אוועק, ער האט זיך צוריסן די לעצטע יארן פאר די בית המדרש
און די קהלה נאך פאר ער האט געזעהן געהעריג געלט,
און יעצט ביי שלחן עורך קומט ר' שלמה אן אויף א גאלדענע טאץ ווייל ער האט זיך פארטשעפעט מיט זיינע בעלי בתים,
ממילא די זאליס, שלמה האט ווי נישט ווי עפעס געטשעפעט פאר די זאליס אבער יואלי קויפמאן מה חטא???
די וויסט וואס די רעדסט אדער די רעדסט וואס די וויסט
גראדע בלייבט יואלי קויפמאן מיט כמעט אלעס איך רעד געלט זאכען אין פאר ר שלמה שמש האט מען ציגעגעבן אפאר זייטיגע זאכען צי קענען פארדינען
נשלח ב-1/4/2009 21:08
העלד מען זעהט טאקע אז די דרייסט זיך אין ראדני נישט אין סאטמאר.
ר' יואל קויפמאן בלוטיגט ב"ה נישט ער איז זייער צופרידען אין פאקט האט ער שטארק געארבעט אז ר' שלמה זאל אריבערקומען.
ניין מ'האט אים נישט אוועק גענומען זיין פרנסה ער בלייבט מיט די אלע זאכן וואס ער האט געטוהן ביז יעצט, חוץ אויסרופן די עליות, איז דא ב"ה אסאך ארבעט אין מען דארף 2 מענטשען פאר דעם.
ר' שלמה וועט קער נעמען פין חברא קדישא.
אין אויך ארומגיין פאר מעמבער אין נו"נ, ווי עס איז דא פלאץ פאר 2 מענטשען, אזוי ווי אמאל ווען עס פלעגט זיין ר' שלמה אין ר' דוד הערש מערץ.
נשלח ב-2/4/2009 01:15
היינט אין ראדני איז געווען א געזמיל אין בית שני פין מענדלע מיט חיים שלמה ווערטהיימער, שלום שניצלער אביש וויינבערגער יענקי הירש, מאיר ראטה, איצא גליק, אין מען האט גערעדט זיכרנות פין ר' שלמה שמש מען האט דארט גערעדט מיט גרויס נאסטאלגיע ר' שלמה איז שוין איבער 35 אין די ראדני שול
דער שפיטווקער איז אנגעקומען אין הערט וואס מען רעדט נעמט זיך דער שפיטווקער שרף שרייען אויף זיי, עטס זענטס משוגע דער גרעסטער קענסער פאר די זאליס איז שלמה שמש געווען אלע יארן וואס מען מיינט עטס קומט מען נישט צי קיין טישן ,צי קיין שלש סיעדות ווי זענען אינזערע אלע בחורים קיינער קומט נישט אלעס א דאנק שלמה
יעצט אז שלמה איז געגאנגען גייען זיי אלע צוריק קומען .
ביז מאיר ראטה האט זיך געגעבן א ריף אן " א יא "
נשלח ב-2/4/2009 02:15
נאך א בענפיט האט ר' שלמה פין קומען קיין הופפער, די ברית'ן.
ווייל אין ראדני איז דא נאר געציילטע א יאר
נשלח ב-2/4/2009 06:56
אפשר מיט דעם ברית'ן בענעפיט וועט ער שוין האבן גענוג געלט צו קויפן א נארמאלער הוט און אויגן גלעזער.
ביז היינט האט דער פוילער שמש נישט געמאכט גענוג געלט מיט זיין פארנאכלעסיגע איינקאסירן פון קהל געלט.
האלטסט דעם אלטן משמש געזונטערהייט.
ברוך שפטרנו
נשלח ב-2/4/2009 07:04
זאג נאר הבדלה ווען שלמה גייט זאגסטו דער פוילער שמש אין ברוך שפטרני