איצט קומט פאר א הירונג איבער די מסירות ומלשינות וואס דער מסור מענדל שווימער פון ב"פ, האט אריינגעגעבען קעגן מוסדת סאטמאר אין בארא פארק.
די הירונג קומט פאר איצט 9:45 ביי פרוי ריכטערן מס. דעמעראסט, וואס פירט אויך אן די קעיס פונעם בית החיים.
זיייט מתפלל אז עס זאל זיין היינט א גוטע טאג.
נשלח ב-2/4/2009 16:55
נישט קיין חילוק וואס דער אויסגאנג פונעם געריכט איז: די ארונים האבן געוואונען....
נשלח ב-2/4/2009 18:47
יעצט קומט די בשורה אז די ריכטערין האט אויסגעהערט אלע טענות און זי וועט אין די קומענדיגע פאר מינוט מיט איר דעסישאן
ווי ס'קוקט אויס וועט זי ווייטער גיין מיט איר כלל אז קאורט קען זיך נישט מישן אין סאטמארע פאליטיק
איך האב פונקט נעכטן גערעדט צו א זאלי זאגט ער מיר ער פארשטייט נישט זיין פארטיי בכלל און מענדל שווימער בפרט ווייל זיי האבן ניטאמאל א פערטעל פראצענט טשענס צו געווינען בארא פארק און איבער הויפט ביי די ריכטערין...
שעות ידברו.....
נשלח ב-2/4/2009 18:59
שמיי דריי, דריי נישט דעם עולם א קאפ זי האט נישט געזאגט אז זי גייט געבן איר דעסישאן אין די קומענדיגע מינוטן.
לאמיר האפן אז ס'זאל זיין לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשו, אין עס זאל זיין הברת פי ה' לא תצלח.
נשלח ב-2/4/2009 19:53
איינער האט דיטעלס?
ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען?
נשלח ב-2/4/2009 20:39
ווי איך פארשטיי איז היינט געווען די לעצטע הירינג און זי גייט ארויסגעבן די פסק "נאר" שריפטלעך..ס'קען געדארן אפאר וואכן אדער חדשים...ביי די ביה"ח קעיס האט זי אויך ארויסגעגעבן די פסק בעל פה, אבער דאס מאל האט זי עס נישט געטאן...פארוואס? up for speculation
נשלח ב-2/4/2009 21:01
די נושא היינט איז געווען אז זי זאל שיקן די קעיס צי דין תורה.
סאטמאר בראש פין די מנהל גשמי הרה"ח ר' אהרן וועלץ שליט"א האבן פארלאנגט אז די ריכטערן זאל עס שיקן צו דין תורה צי די זבל"א, פון הרה"ג ר' מרדכי באבד שליש, הרה"ג ר' זלמן גרוס מצד סאטמאר, הרה"ג ר' חיים יצחק זעלטענרייך מצד שווימער, וואס איז געפסקעט געווארן דורך בי"ד אבן המשפט, אז מען דארף גיין צי די בי"ד, אין די פסק בי"ד דארף די קאורט איפארסען, אין אויך אז לויט די שטאטאטען פין די מוסדות איז מען מחיוב צי גיין צי דין תורה.
עס איז געווען א חרפה אין א בושה, צי הערן דעם צד שכנגד שווימער בשליחות די ראש הכת ההולכים לבג"ץ ובערכאות העולמי, ווי זיי האבן פארביערט צי טענה'ן מיטן שופטות אז זיי ווילן נישט קיין צי דין תורה נאר בלייבן אין קאורט.
ווייל זיי ווילן ח"ו נישט עובר זיין אויף די גרויסע עבירה פין גיין צי דין תורה.
נשלח ב-6/4/2009 16:25
שמיי_דריי כתב:
איך האב פונקט נעכטן גערעדט צו א זאלי זאגט ער מיר ער פארשטייט נישט זיין פארטיי בכלל און מענדל שווימער בפרט ווייל זיי האבן ניטאמאל א פערטעל פראצענט טשענס צו געווינען בארא פארק און איבער הויפט ביי די ריכטערין...
שעות ידברו.....
האסט אליינס גערעדט צו א זאלי??? דו ביזט זיכער אז ער איז א עכטע זאלי אדער א 'מעקביליווע'...
איך האב א גוטע עצה איך וועל טרייען צו רעדן צו א ארוני... כ'וועל איהם גיבן פון מיין ריסעס...
נשלח ב-6/4/2009 16:40
פרוכטבאר איך האב גערעדט צו א געשוואורענע זאלי... דאס קענסטו זיין זיכער....
און דו... פונקט ווי א זאלי גיבסט אזא פארדריי די נושא און ביסט אקעי.. הא???
כאפ דיר נישט ארויף אויף מיינע ווערטער פון "איך האב גערעדט צו א זאלי"
קוק וואס יענער האט געזאגט "ער פארשטייט נישט די זאליס און נישט מענדל שווימער..."
פארדריי נישט די יוצרות און מאך נישט פון די עיקר קיין טפל און אזוי פארקערקט
נשלח ב-6/4/2009 20:38
איך קען נאכאלץ נישט גלייבן אז דו האסט ''אליינס'' גערעדט צו א זאלי... און נישט סתם א זאלי נאר א געשוואוירענע זאלי! דו מיינסט זיכער צו זאגן אז ווען די תורה וואלט ווען געלאזט שווערן וואלט ער ווען געשוואוירן...
און ער האט דיר ''אליינס'' געזאגט אז "ער פארשטייט נישט די זאליס און נישט מענדל שווימער..."
פארפאלן די האסט די קאנעקשענס... דו ביזט סוקסעספול!!!
ביי די וועי וואס האסטו היינט מיטגענומען פאר ריסעס?