די זאליס זענען שרעקליך צופליקט נאכדעם וואס ר' זלמן האט ארויסגעגעבען א הוראה מיטוואך אז די זאליס זאלן אנטאן ערב פסח ביי קידוש החמה לכבוד פורים שטריימלעך..!
בן פראדל האט עס נישט געלאזט אריין לייגן אין דער איד, ער האט געזאגט אז דאס איז פורים, בשעת זיין אייגענע טאטע איז נישט געגאנגען מיט קיין שטריימעל ביי קידוש החמה, אזוי אויך פירט זיך די גאנצע וועלט נישט צו גיין מיט קיין שטריימעל, אבער ליפא קרויס און אברהמי ברוין האבן פארפירט אז מען זאל יא גיין, טא האבן זיי אריינגעלייגט אין דבר יום ביומו די זאלי באפעל אז אלע זאליס זאלן זיך אנטאן לכבוד פורים החמה שטריימלעך, און זיי האבן עס אויפגעהאנגען אין ראדני, אבער משה פראדל חברה האבן עס אראפ געפליקט אינמיטען שבת.
די זאליס שעלטן ווי בינען קרויס און ברוין פארן מאכן אזא פורים, און זיי ווייסן נישט וואס צו טאן פאר בושה, און וואס צו טאן ביי קידוש החמה, בשעת די גאנצע שטאט וועט גיין מיט היטן און וואכענדיגע בגדים וועלן די זאליס מיזן גיין מיט פורים שטריימלעך, ווי עס קוקט אויס וועט עס זיין צוטיילט, משה פראדל און זיין קאמפעני וועט גיין מיט היטן, ליפא קרויס און זיין קאמפעני וועלן גיין לכבוד פורים מיט שטריימלעך.
די שאלה איז וואס ר' זלמן וועט טאן, עס איז דא וואס פירן זיך אזוי, און עס איז דא וואס פירן זיך אזוי...
אבער ר' זלמן האט שוין געמאלדען אז תורה וועט ער נישט ח"ו משנה זיין און חס ושלום ל"ע ולא עליכם נישט זאגן קיין תורה...
נשלח ב-5/4/2009 19:05
מאיר ראטה האט דערקלערט , אז ער גייט נישט גיין מיט א שטריימעל
יאפס איך פארשטיי כדי נישט אפצילאכען פין די אידן וואס גייען מיט א שטריימעל ביי ברכת החמה גייט דער גאון גיין מיט א שטריימעל אין אפלאכען פין זיין טאטען וואס איז נישט געגאנגען מיט א שטריימעל
נוסח אהבה מוסתרת
נשלח ב-5/4/2009 23:20
די לץ הערש
שיק אריין דיין טעקסט אין א בריוו צי דער איד פאר די הדלקה ל"ג העמור אין קרית יואל.
נשלח ב-6/4/2009 08:25
דער דברי יואל זצ"ל איז געגאנגען א שטריימעל ווייל ער איז אויף גיווען א גאנצע נאכט און גילערנט אויז ער נאך פארבליבען מיטן שטריימעל פון מוצאי פסח האדמו",ר מראדני גידענקט אז פאריאהר איז מען גיגאנגען ערב פסח מיט א שטריימעל גייט מען דאס יאהר אויך וואס די גמרא כדי שלא יאמרו אשתקד לא
נשלח ב-6/4/2009 08:33
עטס קענטס ענק ארומדרייען מיט ענקערע שטויביגע הוטן וואו די יעקישע, אונז וועל מיר אי''ה אנטוהן שיינע שטריימלעך לכבוד דעם געהויבענעם מעמד וואס קומט אהן איינמאל און 28 יאר.
כ'הער זאגן אז ר' ברוך ט''ב חתנא דבי נסיעה (מואווינג ראביי) האט פארבאטן אלע קרית יואל'ע געשעפטן פון אריינעמען עפלסיידער אבער מ'קען עס באקומען אינטערן טיש ביי לאנדא'ס...
נשלח ב-6/4/2009 15:31
אינז האבן מיר שוין געטרינקן עפל סיידער ו' ניסן, יום הצלה והשחורר של העדה החרדית .
נשלח ב-6/4/2009 16:20
טרייסט דיך מיט דעם און מיט אנ''ש דייקא פון בני ברק...
הרוצה לשקר ירחיק עדותו.
נשלח ב-6/4/2009 18:42
עס קוקט אויס אז בן פראדל האט ווידער געזיגט, אז זיי גייען נישט גיין מיט קיין שטריימלעך, היינט אין דבר יום ביומו אין און ראדני אויף די צעטליך האט מען שוין אראפ גענומען דאס אז מען דארף גיין מיט בגדי שבת יו"ט.
איך הער אבער אז הגז"ל וויל יא אז ער אליין זאל גיין מיט א שריימעל, ווייל ער איז דאך די רעבעזעררונאלעווראכע אליין, בן פראדל האט אים געטרייט מסביר צו זיין אז דאס וואס די רבי זי"ע איז געגאנען מיט א שטריימעל, איז ווייל עס איז געווען אסרו חג אין די רבי האט זיך נישט אראפ געלייגט א גאנצע נאכט פון די חביבות המצוה, איז ער שוין פארבליבען מיטן שטריימעל, האט אים הגז"ל גענפערט נו איך האב מיר שוין נישט אראפ געלייגט זייט שבת, איך בין אויך געבליבען מיט די שטריימעל.
אזוי ווי ר' זלמן ליינט דא הייד פארק יעדן טאג, און איז איינע פון אונזערע חשובע חבירים, האט ער געזעהן וואספארא חוזק ער איז און יעדער לאכט פון אים, האט מען היינט אין דבר יום ביומו אראפ גענומען אז מען גייט בבגדי שבת, ביטע ווער עס האט זאל לייגן דא א קאפיע.
אזוי ווי אונזער הייד פארק חבר ר' זלמן ווייסט נאך נישט וואס צו טאן מיט זיך צו ער זאל יא גיין מיט א שטריימעל צו נישט, בעט מען דער עולם זיי זאלן זאגן זייער מיינונג.