בית פורומים כל העולם כולו

ברכת החמה - A one hour presentation

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/4/2009 17:11 לינק ישיר 
ברכת החמה - A one hour presentation

גאר אינטערסאנט

 




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/4/2009 19:26 לינק ישיר 

http://www.ezdatasolution.com/ivelt/chamah.wmv


דירעקט דאונלאוד און קלאר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/4/2009 20:28 לינק ישיר 



עס איז זייער גוט. אין ער איז עס זייער גוט מסביר.

נאר איין זאך וויל איך מעורר זיין דא, ער רעדט אגאנצען צייט אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון, באמת לויט ווי חכמינו ז"ל אין אלע ראשונים האבן געהאלטן איז אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט, די אויפטו אז די וועלט דרייט זיך ארום זון, האט א גוי מיטן נאמען קופרניקוס אויפגעטוהן,
ר"ר יונתן שרייבט אז ווער עס זאגט אזוי אין ווער עס האלט אזוי איז אן אפקורוס,

עס איז אבער דא אחרונים וואס זאגן אז מען מעג יא זאגן אז די וועלט דרייט זיך, די חת"ס זאגט אויף א פלאץ אז ער פארשטייט ביידע,

וויל איך עס נאר מעורר זיין דא, אז אויב איינער הערט דאס, זאל ער אבער וויסען אז חכמינו ז"ל אין אלע ראשונים אין רוב אחרונים, האבן געהאלטן אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט, די אלע זאכן וואס ער זאגט שטימט אויך ווען מען זאגט אז זון דרייט זיך ארום די וועלט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2009 20:45 לינק ישיר 

ס'דא וואס זאגן אז אין מציאות איז נישט מעגליך צו וויסן, און ס'באמת קיין שום נפק"מ, נאר וואס דען ס'איז גרינגער לשבר את האוזן אז די זוהן דרייט זיך ארום די וועלט,

איי וועט איר פרעגן אויב די וועלט דרייט זיך פארוואס ווערט מען נישט דיזי, דאס איז קיין קשיא, ווייל פונקט ווי ווען איינער פליט אין אן עראפלאן, און דער ערעפלאן פליט אויפן זעלבן ספיד, קען עס פליען 600 מייל א שעה און מ'פילט גארנישט אז ס'זאל זיך עפעס ריקן, די איינציגע זאך וואס מ'פילט איז די ווייברעשן, פארוואס? ווייל וויבאלד דער עראפלאן איז פארשפארט איז די גאנצע אטמעספערע קומט מיט, די זעלבע ווען די וועלט דרייט זיך, דרייט זיך מיט די אטמעספערע ארום די וועלט, און עס דרייט זיך אקוראט אויפן זעלבען שנעלקייט זייט ששת ימי בראשית, ממילא איז נישטא קיין שום אורזאך פארוואס מ'זאל שפירן אז עפעס דרייט זיך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2009 20:53 לינק ישיר 


איך פארשטיי אז פאר דיר איז נישט מעגליך צי וויסען, אבער אז חז"ל זאגן אזוי האבן זיי געוויסט וואס זיי זאגן אין אזוי איז די מציאות.

איך האב עס נאר געוואלט אויפברענגען דא אז אויב איינער זעט עס אין הערט עס ווי ער איז מסביר אז די וועלט דרייט זיך, זאל ער כאטש וויסן אז דעת חז"ל איז אז די זון דרייט זיך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2009 19:13 לינק ישיר 

ווער ווייסט, אפשר דרייען זיך ביידע.

וואס איז א נפק"מ?

מען זעהט אז די אמוראים האבען נישט געקימערט וועגען דעם צופיל, די חכמי ישראל בכלל מוזען נישט זיין אז דאס מיינט "חכמים" וואס אינז רופען מיר "חזל", עס קען זיין די וויסענשאפטליכער וואס זענען גראדע געווען אידען.

קלאר אין די גמרא זעהט מען, ווי רבי זאגט אז די "חכמי" אומות העולם זענען מער גערעכט לגבי עפעס אנדרעש, און ר' אחא בר יעקב פרעגט קשיות אויף דעם, און לכאורה האלט ער פארקערט אויך, ווי אויך רבי וואס זאגט "תשובה לדבריהם לא מצינו", די זאך איז בכלל נישט קיין הלכה זאך.

תנו רבנן חכמי ישראל אומרים גלגל קבוע ומזלות חוזרין וחכמי אומות העולם אומרים גלגל חוזר ומזלות קבועין אמר רבי תשובה לדבריהם מעולם לא מצינו עגלה בדרום ועקרב בצפון מתקיף לה רב אחא בר יעקב ודילמא כבוצינא דריחיא אי נמי כצינורא דדשא חכמי ישראל אומרים ביום חמה מהלכת למטה מן הרקיע ובלילה למעלה מן הרקיע וחכמי אומות העולם אומרים ביום חמה מהלכת למטה מן הרקיע ובלילה למטה מן הקרקע אמר רבי ונראין דבריהן מדברינו שביום מעינות צוננין ובלילה רותחי




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברכת החמה - A one hour presentation
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext