בית פורומים כל העולם כולו

הערליכער מעמד קידוש החמה אין קרית יואל בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/4/2009 16:47 לינק ישיר 
הערליכער מעמד קידוש החמה אין קרית יואל בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א

 

א ריזיגער ציבור האט זיך היינט ערב פסח צוזאמען גענומען אויפן ריזן שטח אין פארנט פון תלמוד תורה (בנין בית מרדכי) אין קרית יואל מקיים צו זיין די זעלטענע מצוה פון קידוש החמה אינמאל אין אכט און צוואנציג יאר.

רבינו שליט"א איז ערשינען צום מעמד בערך 7:15, און האט אנגעהויבן זאגן די פיוטים, אינמיטן האט מען געזען ווי א וואלקן קומט צו די זון, האט זיך רבינו שליט"א תיכך אויפגעשטעלט און געזאגט מיט התרגשות די ברכה עושה מעשה בראשית.

דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען זאגן די פיוטים פאר די ברכה, און דערנאך די אנדערע פיוטים.

הגה"צ ר' ברוך מיללער שליט"א האט געמאכט א סיום אויף מס' שבועות און מוציא געווען אלע בכורים.

דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש, אנהייבנדיג מיט א מעשה פון ר"ר אלימלך וואס איינער  האט געברענגט פאר אים א צעטל מיט הנהגות, און דער ר"ר אלימלך האט צוגעשריבן אויף דעם "ולפעמים להיפך" מיינענדיג צו זאגן ס'איז דא אמאל וואס מען גייט נישט מיט אלעם אויפן סדר.

די זעלבע זאך דא האט דער רבי געזאגט, מן השמים האט מען געוואלט יעצט ס'זאל זיין להיפך, מען האט קודם געמאכט די ברכה, און דערנאך געזאגט אנדערע פיוטים.

דער רבי האט נאך מאריך געווען בדברות קודש פארוואס דער מעמד הייסט "קידוש" החמה, וואס דער מהרש"ג אין א תשובה רעדט דערפון, און דער רבי האט עס מסביר געווען אויף עטליכע אופנים בדרך אגדה ומוסר וואס מען דארף זיך אראפלערנען פון די זון אויף עבודת ה', און דער ענין פון הנעלבים ואינם עולבים שומעין חרפתן ואינם משיבין.

דערנאך האט מען געטאנצן ריקודין של מצוה ושמחה אז מען האט ב"ה זוכה געווען צו די זעלטענע מצוה.

 

ואוהביו כצאת השמש בגבורתו



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2009 23:03 לינק ישיר 

אזהרה ! נישט פארדרייען קיין אשכולות

תוקן על ידי פרוכטבאר ב- 08/04/2009 23:00:26

 



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 08/04/2009 23:13:22




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/4/2009 06:15 לינק ישיר 

פרוכטבאר כתב:
אזהרה ! נישט פארדרייען קיין אשכולות, נאר ווען מ'רעדט פון די זאליס. 

תוקן על ידי פרוכטבאר ב- 08/04/2009 23:00:26

 



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 08/04/2009 23:13:22

 



תוקן על ידי פרוכטבאר ב- 12/04/2009 6:13:11




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/4/2009 19:05 לינק ישיר 

שומעים חרפתם ואינם משיבים.

געוואלד.........




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/4/2009 20:50 לינק ישיר 



http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2612812&forum_id=771




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/4/2009 20:51 לינק ישיר 

דעם בילד, אויבן אויף די רעכטע זייט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הערליכער מעמד קידוש החמה אין קרית יואל בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext