בית פורומים כל העולם כולו

שוידער! זאלי'ס ברעכן אראפ מציבה אין ביה"ח

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/4/2009 01:20 לינק ישיר 

נאך עטליכע חדשים פון פלאנירונגען איז די קרית יואל'ער ווילעדזש אויפגעקומען מיט א בלו פרינט וויאזוי צו בלאקירן דעם ביה''ח און צוריקהאלטן קינדער און איידימער פון צוצוקומען צו זייער טאטעס ציון הקדוש, אויף די ליסטע איז געווען כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א, אבד''ק זענטא שליט''א, און אבד''ק סאטמאר מאנסי שליט''א.
אויך איז געווען אויף די ליסטע די גאר נאנטע מקורבים פונעם ברך משה זי''ע, ר' עזריאל גליק שליט''א, ר' משה פריעדמאן שליט''א, ר' יעקב שמשון גאלד שליט''א, און וואו פארשטייט זיך האבן זיי געוואלט אפשרעקן די אויטענטישע חסידים - וועלכע האבן זיך נישט אוועקגערירט פונעם רבי'ן זי''ע ביז די לעצטע מינוט - פון קומען צום ציון הקדוש.
די ערשטע מעלדונג איז געקומען פון ר' דוד עקשטיין'ס 'פראנט גרופ' וועלכע רופט זיך פובליק סעיפטי אז אונטערן נאמען פון ארדענונג וועלן קיין קארן נישט ערלויבט ווערן ארויפצופארן צום ציון און אויך אז די אונטערשטע טויער וועט זיין צוגעשפארט. וואס דאס מיינט, אז כדי אנצוקומען אויבן צום ציון דארף מען אדורכוואקן דעם גאנצן וועג ביז אויבן, און זייער חשבון איז געווען אז מ'וועט זיי פאלגן וואו מעקעלעך און כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א און אבד''ק זענטא שליט''א וועלן אדורכוואקן דעם גאנצן וועג ארויף, וואו די מטורפים און חיות מיט די צוקנייטשטע חאלאטלעך וועלן אדורכפירן א ''אמבוש'' נוסח אל קאידה און איראק.
מה עשה הקב''ה? ער האט געגעבן אביסעלע שכל פאר די מקורבים ועסקנים פון כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א און זיי האבן אפגעמאכט אז דער כלל פון מלך פורץ גדר איז נאכאלץ א גילטיגער כלל.
ווען דער קאראוואן פון כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א איז אנגעקומען מיט די באגלייטונג פון טויזענטער תלמידים האבן זיך די גענגסטערס אויבן אויפן בארג אנגעהויבן שארפן די ציין, עטליכע סעלעפאנס אינעם פארברענטן דארמיטארי האבן זיך צעפיפן און די סטודענטן וואס שטודירן חכמת אש האבן אנגעהויבן צושטראמען צו זייער באשטימטע קאמפס פאזיציעס און אפפס...

זיי האבן פלוצלונג דערהערט אז כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א איז שוין אינעם ביה''ח און שפאנט מיט זיכערע טריט צום אוהל.
הונדערטער פארגרעבטע פארויכערטע שטימעס האבן געפרעגט וואו אין א כאר: וויאזוי איז ער אנגעקומען אינעווייניג?
די בויעס האבן אנגעהויבן לויפן מיט א אימפעט צום אויפגעריסענעם געיט און האבן געפונען א פילפאכיגער גרעסערער עולם וואו זיי האבן זיך פארגעשטעלט אין זייער וויסטן חלום, מ'האט דאך זיי איינגערעדט אז כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א האט דריי און א האלב מענטשן וואס האלב פון זיי זענען פון די ערשטע תלמידים פון סענדז סטריט, און דא גיסט זיך טויזענטער מענטשן יונג און אלט...
מ'קען דאך אבער נישט בלייבן שטיל, האבן זיי געכאפט א מציבה און פראבירט צו בלאקירן דעם אויפגעריסענעם אדורכגאנג, די בויעס האבן קיין שכל זיכער נישט, וויל אז די בראווע חסידים פון כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א האבן געקענט ריקן מיט זייער בלויזע הענט ריזיגע צעמענטענע באריקעדעס איז א מציבה נישט קיין אישו.
די חסידים פון כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א האבן טאקע אויפגעהויבן די מציבה מיט טרערן אין די אויגן אויף דעם חילול המת וואס עס איז געטוהן געווארן דורך אפאר פוחזים רקים וקלים אין עס צוריקגעשטעלט אויפן באשטימטן ארט.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/4/2009 01:28 לינק ישיר 

פרוכטבאר זאג נאר דיין רבי האט א פראבלעם אדארעך ציגיין פין א אפענע טיר  ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/4/2009 01:44 לינק ישיר 

פרוכטבאר'ס ארטיקל שטינקט פין פארדארבענע פיש.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/4/2009 01:44 לינק ישיר 

ר שמעון ע"ה איז געווען א יוד א צדיק אין א געווייקטער חסיד ביים בירך משה זצל אין פארשטייט זיך אוטומאטיקלי אויך ביים רבי"ן מהר"א שליט"א

נא וועם זאל איך קלערען האט דאס געטאהן (מעגליך נישט במכוון)

איך גלייב אבער יא אז די זאליס האבען עס אויפגעהויבען צוריק בעפאהר מען נעמט פיקטשערס פין די אראפגעווארפענע מצבה

אויך גלייב איך אז אויב וואלטען דאס די ארונים אראפגעווארפען וואלטען די זאלונים דאס נישט אויפגעהויבען




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/4/2009 03:50 לינק ישיר 

ס'איז אלעס דא אויף די סעקיוריטי קעמעראס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/4/2009 08:50 לינק ישיר 

די זאליס שיקן ארום אין זייערע תלמידי רבינו טעקס מעסיטעשס אז די מציבה איז אראפ געפאלען אבער די זאליס האבן עס נאכדעם פאראכטען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/4/2009 10:58 לינק ישיר 

 פיר ארונים שרייבן דא אז מען האט אויפגעבראכן דעם טויער פונעם ביה"ח, דערנאך עפענט איינער פון די פיר עדות (רבי יונה) א נייער אשכול מיט די ווידיא ווי א פובליק סעיפטי גוי עפענט אויף דעם שלאס רואיג כדי דער עולם זאל קענען דורכגיין.

נאך א געבאקענע מעשה אין דעם רינגעלע פון לגיונות פון די ארוינים.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/4/2009 19:35 לינק ישיר 

די פובליק סעפטי האט למעשה געפענט די שלאס פונעם געיט, אבער אויסגעבויגען און פרובירט צוברעכן די געיט האבן די זאליס געטאן פארדעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/4/2009 19:39 לינק ישיר 

זאגט מיר איינער אז נאך א מזל ר' משה קעסטענבוים האט נאך נישט קיין מציבה, ווייל ער ליגט די לעצטער אונטען, און טאמער ער וואלט ווען געהאט א מציבה וואלט זיין מציבה אויך געפלויגען צוזאמען מיט גאטליעב, אזוי פיל יא, די זאליס האבן מיאוס אנגעטרעטען זיין קבר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/4/2009 21:03 לינק ישיר 

עם צבא של 1500 איש פרץ הזאלוני את הגדר והסתער על קבר אביו
סאטמאר המומה הם לא האמינו שהוא יסדר אותם ובצורה כל כך קשה, חדשים הם תכננו איך לסגור לו את הדרך ואיך הפעם מונעים מן הזאלוני את היכולת לעלות על קבר אביו, והנה הוא לימד אותם פרק אשר גרר את האהרונים למחלוקת פנימית קשה והאשמות קשות מי אשם במחדל ואיך זה שהם לא היו מוכנים עם לפחות שלשת אלפים להכות בהם בחזרה

ומעשה שהיה כך היה

זה כמה שבועות שאנשי אהרן מתכננים איך למנוע את הכניסה מן הזאלוני לקבר אביו ביום היארצייט שהיה היום, הם קבעו כי הפעם אי אפשר עוד לעלות עם מכוניות עד לקבר וכי החניה תהיה במרחק רב, כך שלא תהיה ברירה לזאלוני אלא לחנות את הרכב רחוק וכאשר ייצא מן הרכב ויילך לקבר ימתינו לו הבחורים של הארוני ויכבדו אותו באבנים ומקלות

הכל היה מתוכנן להפליא עם המשטרה ומשוכנעים היו כי זהו זה הפעם סידרו את הזאלוני, אבל ראו מה עשה הזאלוני, הוא ציוה לחסידיו להיות יחד עימו ולעלות יחד עימו לציון אביו, הם הגיעו למקום עם 23 אוטובוסים מלאי חסידים יחד עם שיירה ארוכה של רכבים כשהזאלוני בראש, ואז הגיעו לגדר, כמה מן הבחורים יצאו עם מספריים ענקיות וחתכו את הגדר, פרצו את הדרך והשיירה כולה כאלף וחמש מאות מחסידיו מלווים את מכוניתו והגיעו מן הצד האחר לקבר

האהרונים לא הספיקו להתאושש כששמעו מה שקורה הם לא הצליחו להתארגן במהירות כזו עד שהספיקו הזאלונים כולם להגיע לקבר כאשר אלף וחמש איש מחפים על הזאלוני ושומרים עליו שהאהרונים לא יוכלו לפגוע בו

האהרונים הבינו שעם מספר כזה של חסידים יפסידו, אז הם יצאו במסכת האשמות שבדרך הפריצה שברו הזאלונים מצבה אבל הזאלונים מציגים תמונות כי אותה מצבה במקומה וכלל לא נגעו בה

הזאלוני שב לבית מדרשו בווילימסבורג כשכולו נצחון, הזאלונים חוגגים הערב בגדול ובשמחה כי ניצחו את האהרונים, שם מאשימים אחד את השני במחדל הגדול

מתברר כי הזאלונים ניהלו מו"מ עם האהרונים והם התעקשו כי זלמן לייב לא יוכל להגיע עם רכבו לקבר רק האהרוני, לכן לא היתה לזאלונים ברירה אלא להגיע עם צבא גדול וכך לפרוץ למקום

הענין הוא מה יקרה בפעם הבא, האם יביאו האהרונים שלשת אלפים וילחמו זה בזה? או שהמשטרה תיאלץ לעשות כאן סדר, יצויין שהמשטרה שהיתה במקום לא יכלה להשתלט על ציבור כל כך גדול הם לא האמינו שתגיע קבוצה כל כך גדולה ובאותה שעה ויסתערו, במצב הזה הם היו זקוקים ליותר מאלף שוטרים ואת זה אינם רוצים להביא זה יגרור מלחמה

כאמור, הזאלונים היום מלאי שמחה על נצחונם והאהרונים אבלים על המכה הקשה שקיבלו ממקום לא צפוי




בעולמם של חרדים:

http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2612069&forum_id=20422



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/4/2009 21:20 לינק ישיר 

וואס איך נעם ארויס פון די גאנצע סומאטכע איז אז ר' זלמן לייב האט גארנישט געטאן עפעס ראנג, ער האט זייער פארשטענדליך מורא געהאט אז די אהרוניס גייען איהם טשעפען אין דערנידערן, למעשה האט ער יעצט פארלוירן די ביה"ח, און דא מוז ער אריינגיין אין דעם זעלבן שונא'ס טעריטארי, איז זעלבסט פארשטענדליך אז זיינע חסידים מעגן אלעס טוהן צו מונע זיין חילול כבוד פון זייער רבי.

האט ער געטון 2 זאכן, און מיט רעכט, קודם האט ער איינגעזאמעלט וואס מער פון זיינע חסידים זאלן מיטקומען מיט איהם צום ציון, מערסטנס בחורים, זאלן זיין זיינע לייב וועכטערס, די אלע בחורים זענען בלויז געקומען איהם צו שיצן משונאיו, נישט צו אבזערווירן די התעררות ביים ציון וכדומה, און ס'100% פארשטענדליך

נאכדעם האט ער מיט רעכט, נישט געמוזט גיין דורך א שמאלן אריינגאנג ווי א סעלעקציע, וואס זיינע ארכי שונאים האבן איהם צוגעגרייט, ער האט אלע רעכטן צו חושש זיין אז זיי זוכן איהם צו טשעפען...

וואס יא, למעשה איז נישטא קיין שום פראוו אז די אהרוניס האבן איהם געוואלט טשעפען כאטש ער האט אלע רעכטן צו חושש זיין, דאס מיינט אז מצד די אהרוניס איז נישטא קיין שום טענות, זיי זענען למעשה נקי מכל...מ'קען נישט האבן קיין טענות "האסט מיך געוואלט טשעפען"

דאס אז א מציבה איז בטעות אומגעפאלן איז א נישט מער ווי א געזונטער שלימזל פון ר' זלמן לייב, ווייל יעצט קענען די אהרוניס די בעלי בתים דארט אנווייזן מיט רעכט: "זעהט איר פארוואס מ'האמיר אפגעשפארט דעם טויער? ס'פשוט עלול צו שענדן קברים" און נעקסטע מאל וועל זיי זיכער מאכן אז יענער טויער זאל זיין נעול וחתום...

בקיצור, די זאלויניס האבן גארנישט געטון עפעס ראנג, אבער זענען ארויס שלימזליך...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/4/2009 21:32 לינק ישיר 
גיבט אובאכט! די ווייסע זאקען קענען שמוציג ווערן.. שטופט נישט אזויפיל!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/4/2009 21:53 לינק ישיר 
אךךך.. די מצב קוקט נישט אויס גוט. וואס מיינסטו?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/4/2009 22:29 לינק ישיר 

עס איז דורך גאר שטיל און אן קיין שום פראבלעמען.

דאס איז ס'איז געווען א טומל איז נישט מער ווי נארמאל. נאך אלעם זענען דא צוויי לאגערן, אבער קיין שום געשלעגן, קיין שום געפעכטן און אן קיין שום אינצידענט צייגט אז די ביידע זייטן פארשטייען אז דאס בעסטע פאר ביידע איז נאך אלץ שלום.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/4/2009 22:49 לינק ישיר 

ווען דער זלמן זוכט ווען שלום גייט ער ווען ארויף "מיטן קאר.." פון די זייט אזוי ווי אשגעשמועסט, קיינער וואלט אים נישט געטשעפעט, עס זענען געווען דארט אנגעגרייט מחנות מיט גוים פון פאבליק סעיפטי צו אבאך געבן אויף אים, למעשה האט ער געוואלט צייגן "איך וועל טוען דא וואס איך וויל" און דעריבער האט מען איינגעזאמלט א גאנצן ציבור, געבראכן געיטס, "בטעות" (זאל זיין..) געבראכן מציבות, און איבערגעדרייט א וועלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שוידער! זאלי'ס ברעכן אראפ מציבה אין ביה"ח
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.