ארונים נוצן מציבה צו בלאקירן כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א
נאך עטליכע חדשים פון פלאנירונגען איז די קרית יואל'ער ווילעדזש אויפגעקומען מיט א בלו פרינט וויאזוי צו בלאקירן דעם ביה''ח און צוריקהאלטן קינדער און איידימער פון צוצוקומען צו זייער טאטעס ציון הקדוש, אויף די ליסטע איז געווען כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א, אבד''ק זענטא שליט''א, און אבד''ק סאטמאר מאנסי שליט''א.
אויך איז געווען אויף די ליסטע די גאר נאנטע מקורבים פונעם ברך משה זי''ע, ר' עזריאל גליק שליט''א, ר' משה פריעדמאן שליט''א, ר' יעקב שמשון גאלד שליט''א, און וואו פארשטייט זיך האבן זיי געוואלט אפשרעקן די אויטענטישע חסידים - וועלכע האבן זיך נישט אוועקגערירט פונעם רבי'ן זי''ע ביז די לעצטע מינוט - פון קומען צום ציון הקדוש.
די ערשטע מעלדונג איז געקומען פון ר' דוד עקשטיין'ס 'פראנט גרופ' וועלכע רופט זיך פובליק סעיפטי אז אונטערן נאמען פון ארדענונג וועלן קיין קארן נישט ערלויבט ווערן ארויפצופארן צום ציון און אויך אז די אונטערשטע טויער וועט זיין צוגעשפארט. וואס דאס מיינט, אז כדי אנצוקומען אויבן צום ציון דארף מען אדורכוואקן דעם גאנצן וועג ביז אויבן, און זייער חשבון איז געווען אז מ'וועט זיי פאלגן וואו מעקעלעך און כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א און אבד''ק זענטא שליט''א וועלן אדורכוואקן דעם גאנצן וועג ארויף, וואו די מטורפים און חיות מיט די צוקנייטשטע חאלאטלעך וועלן אדורכפירן א ''אמבוש'' נוסח אל קאידה און איראק.
מה עשה הקב''ה? ער האט געגעבן אביסעלע שכל פאר די מקורבים ועסקנים פון כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א און זיי האבן אפגעמאכט אז דער כלל פון מלך פורץ גדר איז נאכאלץ א גילטיגער כלל.
ווען דער קאראוואן פון כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א איז אנגעקומען מיט די באגלייטונג פון טויזענטער תלמידים האבן זיך די גענגסטערס אויבן אויפן בארג אנגעהויבן שארפן די ציין, עטליכע סעלעפאנס אינעם פארברענטן דארמיטארי האבן זיך צעפיפן און די סטודענטן וואס שטודירן חכמת אש האבן אנגעהויבן צושטראמען צו זייער באשטימטע קאמפס פאזיציעס און אפפס...
זיי האבן פלוצלונג דערהערט אז כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א איז שוין אינעם ביה''ח און שפאנט מיט זיכערע טריט צום אוהל.
הונדערטער פארגרעבטע פארויכערטע שטימעס האבן געפרעגט וואו אין א כאר: וויאזוי איז ער אנגעקומען אינעווייניג?
די בויעס האבן אנגעהויבן לויפן מיט א אימפעט צום אויפגעריסענעם געיט און האבן געפונען א פילפאכיגער גרעסערער עולם וואו זיי האבן זיך פארגעשטעלט אין זייער וויסטן חלום, מ'האט דאך זיי איינגערעדט אז כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א האט דריי און א האלב מענטשן וואס האלב פון זיי זענען פון די ערשטע תלמידים פון סענדז סטריט, און דא גיסט זיך טויזענטער מענטשן יונג און אלט...
מ'קען דאך אבער נישט בלייבן שטיל, האבן זיי געכאפט א מציבה און פראבירט צו בלאקירן דעם אויפגעריסענעם אדורכגאנג, די בויעס האבן קיין שכל זיכער נישט, וויל אז די בראווע חסידים פון כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א האבן געקענט ריקן מיט זייער בלויזע הענט ריזיגע צעמענטענע באריקעדעס איז א מציבה נישט קיין אישו.
די חסידים פון כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א האבן טאקע אויפגעהויבן די מציבה מיט טרערן אין די אויגן אויף דעם חילול המת וואס עס איז געטוהן געווארן דורך אפאר פוחזים רקים וקלים אין עס צוריקגעשטעלט אויפן באשטימטן ארט.
 |
|
|