בית פורומים כל העולם כולו

משכיל בלומנפעלד ווארפט 50 בחורים פין קווינס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/4/2009 16:44 לינק ישיר 

פרעגטס יעדעם מענטש אין די הנהלת הישיבה וועט ער אייך מודה זיין אז א דאנק ר' נפתלי איז די ישיבה אויף אזא הויכן ניווא. נאר א דאנק אום.

זיכער איז דא טאטע'ס וואס האבן טענות אויף אום - און מיט רעכט - ער איז אביסל א ווילדער מענטש און פירט זיך אויף ווילד צו טאטע'ס, אמאל מיט רעכט, דאס הייסט אז יענער בחור איז א שוואכער בחור און פארדארבט די ישיבה און צומאל מאכט ער טעותים. איך בין נישט איינשטימוג אלעמאל מיט אום.

אבער נישט דאס באדערט אייך. נישט וועגן דעם העצט איר אזוי אויף אום ווייל איר שוינט פשוט די עלטערען פון די תלמידי הישיבה.

דעקלעראציע מיט וויינשטאקל וכת דיליכם קענען נישט דערטראגן די דרשה וואס ר' נפתלי האט געהאלטן אין ישיבה ווי עס איז ארויסגעקומען די טעיפ און פארשפרייט געווארן בכל העולם און עס איז ארויסגעקומען די שאנדע פון די אהרונים בכלל און אין בני ברק בפרט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2009 17:47 לינק ישיר 

מ בני איך פארשטיי נישט סאיז דא פיפצעג בחורים וואס זענען אזוי שוואך אז זיי פארדארבען אנדערע בחורים  ?

ווען מען האט זיי אנגענימען אין ישבה זענען זיי נאך געווען גיט אדער נישט ?

אין ווען זענען זיי פארדאבען געווארען ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/4/2009 18:55 לינק ישיר 

פופציג שוואכע בחורים איז צו פיל, עפעס טויג נישט...

און שיס נישט צוריק מיט אונזערע פראבלעמען אין קר"י, ווייל ביי אונז איז נישטא קיין פופציג פארדארבענע בחורים! פון אונזער ישיבה קומט ב"ה ארויס הערליכע פירות! ביי אונז העצט מען נישט קיין בחורים מיט קיין געוואשענע מוחות...

דאס וואס מיר האבן דא געשריבן אין די פארגאנגענהייט איז בלויז איבער די פריוואטע קארופציע פון די מנהלים וועלכע רודפן יחידים און פירן א סיסטעם וואס קאסט עטליכע קרבנות יערליך, אויסער וואס דער סיסטעם פאלט צוזאם יעדע שטיק צייט זייענדיג אומריכטיג און קעגן אידישליכן מהלך, אבער נאך אלעם איז ביי אונז דא די כח פון רבינו שליט"א, באגלייט מיט כוחו וזכותו של אותו זקן דער מייסד פון די ישיבה, און דער מציאות איז אז פון אונז קומט ארויס די שענסטע פירות! קוק עס נאך!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2009 19:08 לינק ישיר 

1נארמאלער, ענקערע פירות דארף מען קיינעם נישט פרעגן, מ'זעהט עס אפען.

צו עס איז געווען יעצט כ"ו ניסן ווען רבינו שליט"א איז ארויף צום ציון וואספארא קבלת פנים ער האט געקריגן פון ענקרערע "שענסטע פירות". אדער סיי ווען מ'זעהט ענקערע בחורים איז זייער אויפפירונג מעיד אז יא, דער איז א מאנראו'ער תלמיד.

ס'איז נישט קיין שום חידוש, עס גייט שוין אזוי די לעצטע צוויי צענדליג יארן.

ווי האט נאר ר' אהרן געזאגט בייי איינע פון די לעצטערע פילצאליגע פייער דרשות:

"די פייער איז טאקע געווען נאר דא אין ישיבה.. אבער די רויעך איז געגאנגען גאר גאר ווייט"..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2009 19:34 לינק ישיר 

אפשר פארציילסטו אונז וואס פונקטליך די קרית יואל בחורים האבן געטוהן דעם פארגאנגענעם כ"ו ניסן??? כפי ידעתי האבן זיך די קווינס בויעס שוין געדרייט אויפן פעלד א שעה פארן אנקום פון רז"ל מיט סעלפאנס און גערופען און געטעקסט יוסי שטאהל מיט די אפדעיטס און האבן ארומגעקופקעט מיט ציגארעטן אין די האנט, בשעת ווען תלמידי ישיבתינו זענען געשטאנען אינעם גאס רעגן צוזאמענעמען נדבות פאר וויכטיגע צוועקן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/4/2009 19:40 לינק ישיר 

מה_בני כתב:
1

צו עס איז געווען יעצט כ"ו ניסן ווען רבינו שליט"א איז ארויף צום ציון וואספארא קבלת פנים ער האט געקריגן פון ענקרערע "שענסטע פירות". 


זאשסט א רימיינדער כ"ו ניסן איז נאך בין הזמנים, יעצט קענסטו ווייטער פארקויפען די ברוקלין בריעטש.


תוקן על ידי יודלע ב- 24/04/2009 19:37:58




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2009 19:43 לינק ישיר 

איך בין אינגאנצען צימישט!

איז רז"ל ארויף בדרך כבוד אויפן ביה"ח?

איז רוב בחורים אין ישיבה פון אויסער ק"י און רוב בחורים וואס וואוינען אין ק"י באמת זאליס (עיין וואלן)? פארוואס ווען די ישיבה איז פארמאכט איז די בחורים פון שטאט מיט חאלאטלעך ארוינים (עיין מציבה)?

זענען די איידעלקייט פון די קווינס בחורים פירות פון זייער געלאנגענע חינוך אדער ווערן זייערע מוחות געוואשען פון פרעמדע פלעצער?

אזוי אויך כסדר ווערט די פאקטען געטוישט לויט די קעפעל פון אשכול...

פרוטבאר, מה בני, עטס קענטס אפשר קלאר שטעלען די פאקטען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2009 19:47 לינק ישיר 

וואס זאלן זיי טוען, זיי האבן נישט דיין זכרון...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2009 19:51 לינק ישיר 

איר פארשטייט טאקע נישט אדער איר ווילט נישט פארשטיין??

די רבי האט ב"ה געהאט גענוג כבוד ביים ארויפגיין צום ציון אבער די מאנראוער בחורים - וואס זענען וואוינען דארט און וואס זענען ארויסגעקומען פון וומ"ס צו שטיין קאמפס-גרייט - האבן אנגעגרייט א קבלת פנים ביים אנדערען אריינגאנג ווי מ'האט געוואלט אז ער זאל אריינגיין.

נאך א מזל אז דעם רבינ'ס שטוב מענטשן האבן געהאט שכל און געגאנגען פונעם אנדערען טיר ווי ער איז ארויף מיט כבוד מלכים און באגלייטונג פון הונדערטער בחורים.

איז וואס ווילט איר לייקענען,
אז עס זענען נישט דארט געווען בכלל קיין מאנרא'ער בחורים?
אדער אז די תלמידי ישיבה פון וויליאמסבורג האבן געלייגט די ציגל און ברעטער?
אדער אז ער האט געהאט כבוד ביים ארויפשפאצירן דעם ביה"ח מיט הונדערטער בחורים ארום??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2009 19:59 לינק ישיר 

מה בני למעשה זענען 50 בחורים יעצט אן א ישיבה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/4/2009 20:03 לינק ישיר 

וויינשטאקל כתב:
מה בני למעשה זענען 50 בחורים יעצט אן א ישיבה?


אזוי שרייבט דעקלעראציע.

יעצט איז די שאלה פון וואנעט ער ווייסט. האבן זיך די אלע בחורים געוואנדן צו אום? ארבייט ער אין די אפיס פון ישיבה גדולה אז ער ווייסט אזוי פונקטליך די נומערן?

ביי מיר מיינט נאך גארנישט אז ער האט דאס געשריבן. ס'האט נישט מיטן ראליטעט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2009 20:08 לינק ישיר 

דעקלעראציע כתב:
אויף קאשוי רב האט האט ער בעל דברי יואל געזאגט אז מיט וואלט ער נישט אינטער געשריבן די עשרת הדיברות. ווייל ר'אהרן האט עס אליינס געהערט פונעם רבי'ן ז''ל, ער פלעגט זיך  דרייען ביים רבי'ן טאג און נאכט און איז געווען גאר א שטארקע מקורב דארט די רבי האט איהם ליב געהאט אהבת נפש מיט זיין ווייב סאשע אינאיינעם, עס דערציילט טאקע איינער פון די גבאים אז די רבי האט זיך אמאל צושמיעסט אויף עברית מיט סאשע און ווען מ'האט איהם געפרעגט דערויף האט ער געזאגט אז מיט איהר מעג מען....  

אין אויף ר' אברהם לייטנער האט דער ברך משה געזאגט ברבים אז ער איז א רשע בן רשע. ווער האט געזאגט? דער ברך משה אליין? ווייז מיר זיין שו''ת ספר... ר' אברהם האט נאך געקענט אזוי גוט לערנען וואו דער ברך משה און ער האט זיך נישט געבאקן אונטערן זוהן אין פלארידע, ער האט זיך ממית געווען באהלו של תורה יומם ולילה 
.
האסט א פראבלעם שמד דיך. אז איך האלט נישט פונעם ברך משה דארף איך מיך נישט שמדן, נישט דא איז די גרעניץ פון אידישקייט 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/4/2009 20:16 לינק ישיר 

פרוכטבאר כתב:
אין אויף ר' אברהם לייטנער האט דער ברך משה געזאגט ברבים אז ער איז א רשע בן רשע. ווער האט געזאגט? דער ברך משה אליין? ווייז מיר זיין שו''ת ספר... ר' אברהם האט נאך געקענט אזוי גוט לערנען וואו דער ברך משה און ער האט זיך נישט געבאקן אונטערן זוהן אין פלארידע, ער האט זיך ממית געווען באהלו של תורה יומם ולילה 


זיין שו"ת ספר ליגט ביי מיר אין שאנק לעבן די שו"ת ספר פין רב לייטנער.

 



תוקן על ידי יודלע ב- 24/04/2009 20:14:57




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2009 20:18 לינק ישיר 

פרוכטבאר די קענסט מיך נאך אלטס נישט ברענגען א ליסטע פון דיינע פאן טרעגער חוץ די שוכני עפר און מיין אויבענדערמאנטע ליסטע?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/4/2009 20:42 לינק ישיר 

ענדליך איז שוין דא 80 נארמעלע בחורים אין קווינס וואס האבן די קוראזש צי אגנארירן די נער'שיע ליצנות פין אברהם וואלף שטויבער, נעמט מען זיי נישט צוריק אויף די נעקסטע זמן 
זיי מיזן זיך פאר נעמען יא צי לאכן פין די גיטע זשאקוס זיינע.

אין דאס הייסט א פיינע ישיבה ?
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > משכיל בלומנפעלד ווארפט 50 בחורים פין קווינס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.