בית פורומים כל העולם כולו

מעג מען שוין רעדן פון "גלאבעל ווארמינג"?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/4/2009 09:58 לינק ישיר 
מעג מען שוין רעדן פון "גלאבעל ווארמינג"?

געווענליך יעדעס יאר ווען דער ווינטער הייבט זיך אן הערט מען פון אלע אונזערע היימישע 'עקספערטן' הויפענעס מיט ליצנות אויפן חשבון פון די "גלאבעל ווארמינג" אלארמיסטן. פאר יעדע ברעקל שניי וואס פאלט האבן זיי דריי הונדערט זשאוקס אויף זייער חשבון.

ווילט זיך זיי פרעגן אין ליכט פון די רעקארד-ברעכנדע היץ כוואליע וואס גייט מיר קאסטן א שיינע פאר טאלער אין עלעקטריציטעט קאסטן, איז שוין ווינטער פארטיג? מ'מעג שוין אנפאנגען צוריק צו טראכטן וועגן "גלאבעל ווארמינג" און אירע קאנסעקווענצן?

[דאנט געט מי ראנג. איך בין פונקט ווי אייך בכלל נישט אינטערעסירט צו צאלן ביטערע שטייערן און נישט קענען נוצן געהעריג מיין אייגענע ביהכ"ס בלויז דערפאר וואס על גאור זאל קענען באצאלן זיינע הויכע עלעקטרי בילס און זיין פריוואטן זשעט. ס'גייט מיר גאנץ ווייניג אן אויב ס'איז דא עפעס אין די שטותים.

וואס שטערט מיר איז צו זען די 'היימישע' 'חסידישע' יונגעלייט וועלכע באמבלען נאך אלע קאנסערוואטיווע טאלק שאו'ס - איין באשעפער ווייסט פארוואס זיי גלייכן ענדערש די קאנסערוואטיווע אנטיסעמיטן ווי די ליבעראלע - מיט זייער פייערדיגער רעטאריק קעגן "גלאבעל ווארמינג".

זיי זענען אזוי זיכער און אזוי היציג מיט זייערע ארגומענטן, וועלכע זענען בדרך כלל פונקט אזוינע שטותים ווי די טענות פון זייערע קאנטער קאלעגן אויף די אנדערע זייט, אז ס'קוקט שוין אויס ווי ס'איז פאראן צוויי גלויבנס, פאר גלאבעל ווארמינג און קעגן דעם. דוק ותשכח].



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2009 12:00 לינק ישיר 

יא, זיכער, האסט שוין געקענט רעדן דערפון נעכטן אויך, און אויך אין די לעצטע צוויי וואכן ווען עס זענען געווען זעלטן קאלטע טעג אין די צייט פון יאר, אריינגערעכנט ערב פסח ביי קידוש החמה ווען עס איז געווען ביטער קאלט אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל.

נו, אז איר שפירט יא אז עס איז שוין געקומען די צייט צו רעדן דערפון, קענט איר שוין אנהייבן דעם לאנגען פשעטל פארוואס דוקא היינט איז גלאבאל ווארעמינג און פאריגע וואך נישט.

ב"ה מ'האמיר כאטש איין 'היימישער', 'חסידישער' יונגערמאן וואס איז קלוגער סיי פון על גאור און סיי פון די קאנסערוואטיווע טאלק שויס.

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 28/04/2009 12:00:22




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2009 15:53 לינק ישיר 

א צווייט מאל זייט מוחל און ליינט דורך וואס איך האב געשריבן בעפאר איר ענטפערט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2009 16:23 לינק ישיר 

אפשר_דאך הער מיר אויס
דער עיקר פראבלעם וואס א אידיש קינד דארף האבן מיט די גלאבעל ווארמינג רעליגיע, איז אז מען נעמט ארויס דעם באשעפער פונעם פיקטשער, כאילו ער קען זיך מיט דעם נישט קיין עצה געבן.
מיר אידישע קינדער ווייסען אז דער בורא כל העולמים האט באשאפען א וועלט פאר 6 טויזענט יאר, דאס טייטש אז אין 231 יאר ארום איז די וועלט פערטיג. און לויט זייערע חשבונות וועט די וועלט חרוב ווערן אין א פאר הונדערט יאר ארום, נו וואס איז דער פראבלעם???
או בכלל קוק אריין אין ספר צמח דוד (א תלמיד פון רמ"א, דער סדר הדורות ברענגט פון אים אויך), וועסטו זעהן זייער אסאך מאל גלאבעל ווארמינג אין די לעצטע 5,769 יאר. די עקספערטן ווייסען נאר פון די לעצטע 150 יאר, זעען זיי אז עס ווערט ווארעם, און זיי ווייסן נישט אז דאס איז דער סדר פון די וועלט.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2009 17:05 לינק ישיר 

גאסט,
דיין טענה אז די וועלט גייט שטיין זעקס טויזענט יאר, ממילא דארף מען נישט מורא האבען פאר גלאבאלע ווארעמונג, ווערט פשוט אנגעפרעגט, ווען מען וועט דיך פרעגען, קען די וועלט חרוב ווערען דורך אן אטאם באמבע?

און ר' יונה,
גוט געזאגט, איין חכם לאכט פין אנדערע חכם, גוט ארויסגעברענגט.
איך האב נאר הנאה ווי איינער קומט מיט א מעשה, אז אלע זענען גלויבענס, ווען אין אמת'ן איז קיין איינס נישט קיין גלויבען, עס איז פשוט אז עס איז דא עפעס אמת אין די זאך אז עס איז עטוואס ווארעמער, נישט קיין זאך וואס א מענטש קען פילען, נאר, די לינקע פראבירען דאס תולה צו זיין אין די עמישענס, ווען עס נישט דא קיין זיכערע באווייזען אויף דעם, ווייל זיי ווילען העכערען די שטייערען, כדי זיי זאלען קענען געבען מער געלט פאר די שווארצע, לעומת די רעכטע וואס זענען קעגען שטייערען, אבער זייער מחלוקת האט גארנישט מיט די אמת פין גלאבאלע ווארעמונג.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2009 17:05 לינק ישיר 

גאסט, דאס הייסט גערעדט צו דער זאך.

ווי געזאגט, איך בין הונדערט פראצענט מסכים אז דער רבש"ע קאנטראלירט פונקטליך וויאזוי די וועלט וועט אויסזען אין פופציג יאר ארום, און ס'איז נישטא וואס צו זיין באזארגט (כאטש איך גלייב אויך אין בחירה, פארן גוי ווי פארן איד, אבער דאס איז שוין א באזונדערער שמועס).

פון די אנדערע זייט איז אוממעגליך צו לייקענען אז די וועלט איז אין די לעצטע צענדליגער יארן ווארימער ווי די וועלט וואס מיר האבן געקענט אלס קינד. ס'איז פארשטענדליך אנצונעמען אז ס'איז א נאטור צירקל וואס דרייט זיך אזוי יעדע שטיק צייט, אבער אויפטאנצן ביי יעדן שנייעלע און שרייען "גלאבעל ווארמינג" איז קינדיש און נאריש.

און דער עיקר וואס שטערט מיך דערין איז דער פאקט אז א גרויס טייל פון די ליצנות קומט פון די טאלק שאו'ס, וואס אונזערע יונגעלייט רעדן זיך איין אז יענע וואלטן נישט געמאכט ליצי ליצנות פון זיי ווען זיי באגעגענען זיך ווען אויף די גאס.

תוקן על ידי אפשר_דאך ב- 28/04/2009 17:24:30




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2009 17:50 לינק ישיר 

http://www.breitbart.tv/?p=326953




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/4/2009 17:53 לינק ישיר 

מען דארף וויסן אז די אלע אויפ'ן ראדיא זענען מער דעמאגאגן, ווי פראפעסארן.
און בכלל איז ראדיא און טעלעוויזיע געמאכט און געצילט פאר'ן נידרעריגן און מיטל קלאס פונעם פאלק,
די בעסערע געלערנטע ערלים שעמען זיך צו ציהערן צו זיי.
און אוודאי דארף זיך א אידיש קינד א בן מלך עקלען פון די טמנ'א ערלים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2009 20:15 לינק ישיר 

און פאר וועלכע קלאס איז היידפארק געמאכט?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/4/2009 21:55 לינק ישיר 

זיכער נישט פאר אזאלכע אומבאטעמטע אינגען ווי דיר וואס קענען נישט רעדן צו די זאך און קען נאר פארדרייען אשכולות'ער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2009 22:33 לינק ישיר 

אפשר דאך
די שרייבסט
ווי געזאגט, איך בין הונדערט פראצענט מסכים אז דער רבש"ע קאנטראלירט פונקטליך וויאזוי די וועלט וועט אויסזען אין פופציג יאר ארום, און ס'איז נישטא וואס צו זיין באזארגט (כאטש איך גלייב אויך אין בחירה, פארן גוי ווי פארן איד, אבער דאס איז שוין א באזונדערער שמועס). ע"כ דבריך.

איז זיי זשע מסביר דיינע דברים של טעם. קענען אונז מענטשען חרוב מאכען די וועלט אדער נישט?
טאקע דער באזונדערע שמועס, דאס וויל איך מיט דיר אדורך שמועסען.

אויב האלטס די אז נישט, פין ווי נעמסט די דאס?

סעדער
אוודאי טאקע נאר די נידריגע שווארצע זיי הערען די טאק שוי, די העכערע קלאס, זיי הערען די עף עם דזאז מוסיק אגאנצע טאג. און טאמער האסט שוין אמאהל זוכה גווען, האסטו אוודאי געהערט אז די וואס רופען אריין און רעדען אויף די טויק שואס, רעדען טאקע ווי די שווארצע נידריגע קלאס מנוולים, און איבער דעם לייקענען זיי אין גלאבאלע ווארעמונג, ווייל זיי גלייבען אין א באשעפער וואס פירט די וועלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2009 03:29 לינק ישיר 

איך גלייב אז ס'איז דא א בחירה פארן גוי צו טון וואס ער וויל, ער קען למשל ארויסשיקן צען נוקלעארע באמבעס און חרוב מאכן די גאנצע וועלט.

איך גלייב אבער אויך אז הקב"ה, דער "נורא עלילה", וועט שוין זיכער מאכן אז דאס זאל נישט פאסירן. די באהאלטענע האנט פון דער השגחה עקזיסטירט אפילו אין א וועלט פון בלעקבערי'ס און ספעיס שאטלס.

דאס זעלבע גלייב איך אז ער וועט נישט לאזן חרוב מאכן די וועלט בעפאר די צייט. און אויב וועט די וועלט חרוב ווערן וועט דאס זיין בלויז דערפאר וואס ער, און נאר ער, וויל אזוי.

ס'איז אמת אז ס'קען זיין ס'וועלן געשען קאטאסטראפעס אדאנק גלאבעל ווארמינג (מיט דער הנחה אז ס'איז דא עפעס דערין), אבער וואס ס'וועט נאר פאסירן פאר עמיצן סיי ווען אין די וועלט'ס היסטאריע וועט עס נאר זיין אקוראט וואס עס קומט אים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2009 05:22 לינק ישיר 
אנטשולדיגט היפאקריטן (וויינשטאקל אינקלאדעד) פארן אנרופן סעדער מיט ענקער נאמען

סעדער כתב:
מען דארף וויסן אז די אלע אויפ'ן ראדיא זענען מער דעמאגאגן, ווי פראפעסארן.
און בכלל איז ראדיא און טעלעוויזיע געמאכט און געצילט פאר'ן נידרעריגן און מיטל קלאס פונעם פאלק,
די בעסערע געלערנטע ערלים שעמען זיך צו ציהערן צו זיי.
און אוודאי דארף זיך א אידיש קינד א בן מלך עקלען פון די טמנ'א ערלים.



היפאקריט, די אלע גלאובעל ווארעמונג עקספערטן זענען קדוש וטהור און זיי דארף מען גלייבן מיט א בלינדע אמונה, איי זייערע שטודיעס זענען געבויעט אויף מינות וכפירה אז די וועלט שטייט שוין אפאר מיליאן און לויט טייל סייענטיסטן אפאר ביליאן יאר???
זייער הויפט באווייז איז אז זיי טרעפן סקעלעטנס פין גרויסע חיות און מיט זייערע סייענטיסטישע לערנונגען און שטודיעס שאצן זיי אפ וויפיל מיליאנען יאר צוריק דער חי' האט געלעבט און מ'שטודירט זיינע ביינער אין א לאבאטאריע און אזוי קומען זיי אויף מיט זייערע ערפידונגען אז די וועלט גייט חרוב ווערן.
אז די ווילסט גלייבן אין זייערע שטודיעס און אפשאצונגען קענסטו קודם אראפ-פלאשן דיין אמונה מיט די גאנצע תורה.

דער ווידיאו וואס איך האב דא געברענגט איז פין לא דאבס וואס איז נישט קין דעמאגאג, ער ברענגט בלויז אפיר די סטיעטמענטס וואס דיינע הייליגע סייענטיסטן האבן געזאגט פאר כמעט פערציג יאר צוריק און ער קוקט איבער צו זיי האבן געוואוסט וואס זיי רעדען. די סייענטיסטן האבן געזאגט די סטעיטמענטס אין 1970 פאר 39 יאר צוריק:
ערשטע סטעיטמענט
צווישן איין הונדערט מיליאן און צוויי הונדערט מיליאן מענטשן וועלן שטארבן איעדעס יאר אין די נעקסטע צען יאר פון הונגער צוליב גלאובעל ווארעמונג.  
צווייטע סטעיטמענט
רוב מענטשן וועלן אומקומען אין די קומענדיגע יארן פון פארפלייצונגען
דריטע סטעיטמענט                                    
אויב אונז נעם מיר נישט איצט קעיר פון גלאובעל ווארעמונג וועט זיך ציוויליזאציע ענדיגן צווישן פופצן אין דרייסיג יאר
פערטע סטעיטמענט
ביז פופצן יאר וועט בלויז האלב פון די זון ליכט גרייכן אונזער ערד

ביזדערווייל איז נאך גארנישט געשעהן און אלע ווארענונגען האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פאלטש.


תוקן על ידי פרוכטבאר ב- 04/05/2009 5:22:14




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/5/2009 06:19 לינק ישיר 

איז ר' אפשרדאך

יעצט אז די ברענגסט ארויס דיין שיטה בעסער.
ביסטו טאקע גערעכט???

פין ווי ווייסט איר אז די וועלט גייט שטיין? דער נורא עלילה, ער קען וועלען אז דוקא טאמער די בעלי בחירה וועלען וועלן שיקען אטאם באמבעס און חרוב מאכען די גאנצע וועלט, זאל עס טאקע יא חרוב ווערען.

פין ווי ווייסט דו, אז די וועלט דארף נאך שטיין? אפשר האט די "נורא עלילה" געזאגט, טאמער וועלען די בעלי בחירה מאכען אן אטאם באמבעס און שיסען, זאל די וועלט יא חרוב ווערען, אויב אבער נישט, זאל די וועלט ווייטער שטיין?

און טאמער די זאגסט אז די ווייסט וואס די "נורא עלילה" וויל, במטותא מינך, פין ווי ווייסט איר?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2009 07:17 לינק ישיר 

באראפארקער
מיר ווייסן אז וואס די גמרא זאגט איז חיי וקים אויף אייביג, עס קען נישט קומען קיין שום סייענטיסט און פרעדיקטן אנדערש ווי מיר האבן מקבל געווען מפי הגבורה.

סנהדרין צ"ז ע"א
אמר רב קטינא שית אלפי שני הוו עלמא, און די גמרא ברענגט א ראי' צו אים. תנא דבי אליהו ששת אלפים שנה הוי עלמא, אליהו הנביא זאגט אז ששת אלפים שנה הוי עלמא, פון די גמרא ווייס איך אז די וועלט וועט נישט חרוב ווערן פאר די צייט, און משיח דארף קומען מיט תחיית המתים ווי דער רמב"ם זאגט, אז מען וועט לעבן אזוי ווי היינטיגע צייטן, נו מוזן מיר אידן מאמינים בני מאמינים, וואס אונזערע חכמים האבן אלעס געוואוסט טויזענטער יאר צוריק (ווען די אלע זיידעס פון די סייענטיסטן זענען געווען אן-אלפאבעטן, אדער לשיטתם מאנקיס) זיצן און לאכן פון די אלע פרעדיקשאנס פון די קורץ קעפיגע סייענטיסטן.

איך רוף זיי קורץ קעפיג, ווייל זיי בויען אויף אלעס וואס זיי וויסען פון די לעצטע 50 ביז 150 יאר צוריק, און וואו איך האב שוין פריער דערמאנט, לייען אדורך דעם צמח דוד וועסטו זעהן, אז עס איז שוין געווען אסאך הייסערע צייטן וואו היינט, נאר דער בורא עולם האט אריינגעשטעלט אין די טבע, אז זי זאל זיין SELF CORRECTING נאר די סייענטיסטן זען דאס נאך נישט, ווייל זיי האבן זייער א קורצע סעמפל.

דער גרעסטער טיפשות פון די אלע סייענטיסטן איז זייער "גלייבען" און די אלע מינע אפיקורסות וויאזוי די וועלט איז באשאפן געווארן, ווייל אלע זייערע טיאריעס, איז נישט מער ווי א טיאריע, און זיי גלייבן דערין, אבער רופן אן אונז מאמינים בני מאמינים, די קלוגסטע פאלק און די וועלט, אז מיר גלייבן אין באשעפער, אז מיר זענען נישט גענוג פארגעשריטן. אבער גלייבן וואס סטיווען האקינגס זאגט, אדער טשראלס דארווין, דאס איז פארגעשריטן. פון דעם אליינס זעהסטו אז זיי זענען קורץ קעפיג.

איך וואלט געקענט גיין ווייטער, אבער איך האלט נישט אז דא איז דער פלאץ וואו מען זאל שמועסן פון די אפיקורסות פון די סייענטיסטן און אויפווייזן וואספארא שטותים זיי רעדן. און דאס אליינס פרעגט זיי אפ ביי יעדן איד וואס גלייבט אין די אני מאמין'ס




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2009 07:43 לינק ישיר 

גאסט, ווען די ביסט גוט ביסטו גוט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מעג מען שוין רעדן פון "גלאבעל ווארמינג"?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext