גאון הדור רבי חיים קניבסקי שליט"א שיקט א ניחום אבלים צו רבינו שליט"א
הרה"ח הנגיד ר' חנוך סגל הי"ו פון בני ברק איז געגאנגן דינסטאג נאכט פ' אח"ק צום
גאון הדור רבי חיים קניבסקי שליט"א זיך צו געזעגענן פאר זיין פארן קיין ניו יארק צו מנחם אבל זיין רבינו שליט"א,
שטייענדיג ביי רבי חיים שליט"א מקבל צו זיין ברכת צאתכם לשלום.
פלוצים גיבט זיך רבי חיים שליט"א א שטעל אויף פון זיין פלאץ מלוא קומתו,
און זאגט צו ר' חנוך נ"י, איך וויל דעם רבי'ן מנחם זיין,
שלוחו של אדם כמותו!
איהר זענט מיין שליח, זאלט איהר אזוי זאגן "המקום ינחם אתכם"
און אזוי ווי איר זענט מיין שליח, וועל איך אייך באגלייטן ד' אמות, און הגאון רבי חיים שליט"א האט אים באגלייט ביז צום טיר.
ר' חנוך איז אנגעקומען קיין ניו יארק מיטוואך אום 7 אזייגער בבוקר און געדאווענט שחרית מיט רבינו שליט"א, און האט מנחם אבל געווען בשליחות פון רבי חיים שליט"א, האט דער רבי געזאגט פאר ר' חנוך
האסט א זכי'.
דער רבי שליט"א האט געזאגט פאר אחיו האדמו"ר מדאמבראווא שליט"א אז ניחום אבלים זענען פון די מצוות וואס מען קען מקיים זיין דורך א שליח.
און גלייך דערנאך האט דער רבי שליט"א וכל המשפחה זיך אויפגעשטעלט פון די ימי השבעה
|
|