בית פורומים כל העולם כולו

היום יום הדין! רייסט איין פאר בחורים אין יאפאן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/4/2009 21:53 לינק ישיר 
היום יום הדין! רייסט איין פאר בחורים אין יאפאן

היינט דארנארשטאג 8 אזייגער אמעריקאנער צייט דארף ארויס קומען איין פסק פון די 3 בחורים וואס זיצן אין יאפאן, פאר הבחור יוסף בן איטע רבקה.

רבותי רייסט איין

שפאטל הימלן

ותשובה ותפלה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה!!!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/5/2009 01:48 לינק ישיר 

וואס טוט זיך מיט דעם ארוני מיללער, דרייווער און מקורב פון ר' אהרן גייט ער זאגן תהילים?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/5/2009 07:06 לינק ישיר 

JAPAN: Yosef ben Ita Rivka (bondo) sentenced to 5 years with a 3rd of time off for good behavior he can also use 266 days already sat towards his sentence. (Total of 2 years & 7 months). He may be able to sit in Israeli jail, just trying to have laws changed to allow this to happen.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/5/2009 07:15 לינק ישיר 

פינף יאר טורמע מיט א קנס פון $40,000




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2009 07:16 לינק ישיר 

ער זיצט דאך שוין 14 חדשים, פארוואס נאר 266 טאג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2009 08:22 לינק ישיר 

שרעקליך און שוידערליך.

אוי טאטע אין הימל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/5/2009 16:03 לינק ישיר 

ס'איז זייער שוידערליך און הארץ רייסענד אז אזא יונגע בחור זאל דארפען שמאכטען אין א יאפאנישע תפיסה על לא עוול בכפו!!!
רבש"ע טרייסט דעם בחור!
טרייסט די צובראכענע עלטערן!
טרייסט די צושאסענע משפחה!
טרייסט די פארווייטאגטע כלל ישראל!

אזוי ווי אונז זעמיר אידען און אונז זעמיר באשאנקען געווארען פונעם אייבערשטען מיט אזא גוטע זאך ווי אמונה און בטחון, לאמיר זיך אלע מחזק זיין אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד...
וואס מיינט עטס אז דער רבש"ע איז בלינד כביכול???
ער זעהט דען נישט די אלע טרערען, די אלע תהמלים זאגען'ס, די אלע קבלות טובות וואס אידען האבערן געוויינט, געזאגט, זיך אונטערגענומען לטובות זייער באפרייאונג???!!!

אוודאי זעהט ער עס!!!!

די באשעפער האט אראפגעשיקט די נשמה און ער באגלייט אים אויף יעדן טריט און שריט, ער איז דארט מיט אים אין יאפאן! אין תפיסה! און פון דארט באגלייט ער אים אויף די וועג וואס איז דאס בעסטע פאר דעם מענטש....
גם כי אלך בגיא צלמוות לא אירא רע כי אתה עמדי!!!

מ'דארף גלייבען באמונה שלימה אז דער כל יכול האלט דעם בחור אויפ'ן שויס און טוט וואס ער וויל!
לב מלאכים ושרים ביד השם!
אז דער שופט האט ארויסגעגעבן אזא פסק איז ער נאר דער שליח איבערצוגעבן די פסק וואס דער בורא עולם האט אים פארגעשריבען....

לאמיר אלע בעטן צוזאמען אז ס'זאל שוין זיין "הראינו ה' חסדיך" ווי די ספרים טייטשען אז אונז גלייב מיר טאקע אז אלעס איז א חסד פונעם אייבירשטען, ס'איז נאר איינגעהילט אין הסתרת פנים, פארדעם בעט מיר אונז אז דער אייבישטער זאל אונז ווייזען די חסדים, אונז זאל מיר זעהן אז ס'איז גוט....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2009 18:05 לינק ישיר 

איך האב געהערט אז יאפאן איז שוין מסכים אז ער זאל גיין זיצן אין איזראעל

אידן תהילים תהילים אין נאך אמאל תהילים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/5/2009 18:09 לינק ישיר 

נישט ריכטיג, דערוויילע האלט מען נאך נישט דערביי אין יאפאן ער זאל זיצען אין די מדינה, און בכלל דארף קודם קומען אן עמטליכען בקשה פון די ישראלים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2009 01:38 לינק ישיר 

שוידערליך! יעצט אויפגעדעקט אין 'בחדרי חרדים' אז נישט ווי באריכטעט האט דער בחור'ל פרייטאג האט באקומען 5 יאר, נאר 8 יאר און מיט די אלע הטבות באקומט ער נאר 5, אויסער דעם באריכטן זיי אז די רעדע פון אריבער ברענגען דעם בחור זיצן אין ארץ ישראל איז נאך ווייט פונעם מציאות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2009 20:37 לינק ישיר 

אויף כל מבשר איז אויך דא א אינטערוויא מיט אן עסקן וואס האט געטאן פארן בחור זאגט ער אויך דארט אז מען האט אים געגעבען 8 יאר.

דער עסקן זאגט אז דאס אריבער ברענגען די בחור קיין א"י איז יא א גרינגע זאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2009 22:09 לינק ישיר 

יא גראדע מעלדען זיי היינט אין בחדרי אז ארץ ישראל האט ארויסגעשיקט אן אפיציעלן פארלאנג קיין יאפאן צוריק צובאקומען דעם בחור'ל זאל קענען אויסדינען זיין אורטייל אין ארץ ישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > היום יום הדין! רייסט איין פאר בחורים אין יאפאן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext