בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג! ק"י נישט דא קיין וואלן היי יאר!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/5/2009 18:24 לינק ישיר 
ברעקינג! ק"י נישט דא קיין וואלן היי יאר!

ברעקינג! ק"י נישט דא קיין ווילידזש וואלן היי יאר!

סקומט יעצט אן די נייעס אז אשוי ווי די זאלי/ אלייענס וכל שם חניכא דאית ליה
האבן אריינגעגעבן זייערע פאפירן צו לויפן פאר מעיאר א טאג צו שפעט
קענען זיי נישט זיין אויף די ליסטע אין די שטום בודקעס אין דאס מיינט עס וועט
נאר זיין 1 ליסטע פון קהל יטב לב אן אויטוימאטישן געווינס פאר סאטמאר!
אויך האבן זיי אריינגעגעבן נאר א קאנדידאט פאר מעיאר נישט פאר טראסטיס

ווער סעהאט מער דעטאלן זאל מעלדן






דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2009 19:57 לינק ישיר 

אין קובא איז אויך נישטא קיין וואלן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/5/2009 20:04 לינק ישיר 

פרוכטבאר סהאט ציטין מיט די         "תהליכי הקהילה"     פארשטייסט ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2009 20:42 לינק ישיר 

מאחורי הפרגוד פין די זאליס הערט מען אז דאס איז געטאן געווארן דירעקט, ביי די זאליס הערט מען א קול ענות חלושה א שטימנוג פין דעמאלארעזאציע אין קאפטעלאציע.
קיין איינער האט זיך ניטאמאל געוואלט ארויס שטעלן אלץ טראסטי, א חוץ דער פרעזידענט פין די בערזע הנגיד באנדא אלץ מאיער, וואס האט אויך אריין געגעבן שפעט זיין אפליקאציע.

איינע פין די הויפט פאקטארן איז געלט 
אביגדור יאקאבוויטש זאל ריען אין לעכטיגן ג' אין שוין נישט בין החיים. 
אברהם בער יאקאבוויטש'ס 2 מיליאן איז געבליבן ביים ציזאגן.
וואלי לעפקאוויטש איז אויף פענסיאן.
יחזקאל בראך שמועס מען איז אויפן בויך מיט די עקנאמיע.
משה מאנראוער איז ביזי מיט קיטשי בלעקבערי. 
אין יונה זיפנוק זאגט ער איז גרייט צי קומען וואטן, אבער נישט קיין טאלער.

אבער פאר די יונגעלעך פארקויפט מען אז מען ארבערט אויף פלאן מעסיגען צי גאנג פין 3 מהלכים .

1) מען גייט זיך נאכאמאל ציזאמעם ביים לעיק טייל מיט שטריימעלך, קוטשמעס, טליתים אויף די איקסעל, אין יוסף בן מרים גייט דאס רעקראדירן, אין מען וועט אנהייבן צי שרייען דעם א-ל אדון 
מען וועט אראפ ברענגען נישט נאר דעם זין, נאר אויך די לבנה מיט שטערנס, קען גאר זיין דעם גאנצען מילך וועג, אין ווייזן פאר די גאנצע וועלט אז הגז"ל איז רבי 

2) ר' מנשה דער דיין פין ראסס סטריט עולמי וועט אנדריין אין פאסט אפיס, ווי ער האט גאר גרויסע 
קאנעקשענס, אז מען זאל עס נאכאמאל סטמפען אויף מיטוואך.

3) אויב דער שפיטווקער איז נישט אנשטעקיג מיט שוויין פלו, וועט ער מפיל זיין אפאר שארפע מעסיזשעס פאר דעם אברהם ווידער'ן, ביז די ווילזיש וועט זיך ברעכן.      
 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/5/2009 20:58 לינק ישיר 

פרוכט בער זאג נאר, וואו אזוי פירט מען זיך אין קובא ווען איינער גייט מחנך זיין א ביה"ח וואו ער איז פין די חברה קדישא, און מיט רשות פין די בעלי בתים? און וואס איז די מנהג אין קובא ווען בחורליך נעמען אפ א קרוין וואס זיי האבען פארבארגט פאר א חתונה, וואס איז דעמאלטס דער מנהג? און וואס טוט מען איו קובא ווען א זיידע מאכט חתונה זיין אייניקעל און וואו אויך ווען א עלטער זיידע מאכט חתונה זיין איר אייניקעל לאזט מען אים גיין אדער איז דעמאלטס דער מנהג אז מען כאפט זיך אריבער דעם אינזעל קייו מיאמי? עס איז קיין סוד אז עס איז געווען סוף מעשה במחשבה תחילה, אזוי דארף מען זיך נישט פלאגען מיט תרוצים פארוואס די עליענס האבען פארלוירענערהייט געווינען, און געווינעןערהייט פארלוירען, מען נעמט זיך וויינען מיט קראקעדייל טרערען קובא אין פארטיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2009 21:18 לינק ישיר 

עס איז גארנישט אזוי פשוט, עס איז א אידילאגישע מחלוקה צווישן די זאליס מיט די בני יואל, מען האט געדארפט האבן 350 אונטערשריפטן צו שטעלן א מעיאר קאנדידאט, די זאליס האבן 'אלע' אונטערגעשריבן, די בני יואל האלט נישט ביים אונטערשרייבן, זיי זאגן אז ר' יואליש מיט ר' טשאטה זענען גאר שארף אנטקעגן בחירות, עכ"פ האבן די זאליס מיט זייער "בלאק וואוט" נישט געקענט צוזאמקראצן גענוג אונטערשריפטן, טראץ דעם וואס זיי האבן רוב, און די אהרונים געווינען נאר די וואלן אדאנק די ישיבה בחורים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2009 21:26 לינק ישיר 

וואס גייט זיין מיט פרענעצע'ס גראז, ס'איז שוין אזוי הויך געוואקסן מען קען עס שוין ניצן פאר סכך.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/5/2009 22:24 לינק ישיר 

די דעפרעסטע זאליס באושלדיגען זיגי בראך אין דעם שאנדפולן דורכפאל.
זיגי בראך האט באשלאסן אז די זאליס האבן נישט קיין שאנס צי געווינען קיין וואלן אין קרית יואל
אין באנדא אליינס האט געמאכט א כאפ לאפ אין נאר זיך אריין געגעבן.

אזוי קוקט מען אויס ווען מען האט 72 שולן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2009 22:29 לינק ישיר 

זעהט אויס אז די הקפדה פון אדמו"ר הזקן מבלעקבערי האט שוין געשאדט פאן אינגערן ברודער אנצוהויבן מיטן לינקן פיס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2009 23:05 לינק ישיר 

רעילא לאלאלאם רעילאלאלאם ריללאאלאם ריללאלאם רעילללאאללאאם טארארא רא ריללאלאם טאראארא רילללאאם רילללללאאאאללאם ריללללאאם רילללאלאללם רילללללאאאםםםם רעיללללאאאלאאללם ריללללאלאלללאאאם

איך בין שוין הייזעריק מבעט דער עולם זאל ציהעלפן

רעלילילילללאללאאלאללאם רעיליליללאללאללאלם רעיליליליללאאאללאלטאראראט רעיללללאאאאם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2009 23:17 לינק ישיר 


טאטלע די זינגסט "דעם רבין'ס" קל אדון??

איך האב געמיינט אז היי יאר האבן זיי שוין א וועג ווי אזוי זיי זאלען געווינען די וואלן זיי וועלן זינגען "דעם רבין'ס" קל אדון אין אלעס וועט זיין אין ארדענונג,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2009 00:06 לינק ישיר 

יאפס יודעלע יו גאט איט רייט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2009 01:02 לינק ישיר 

ארגינעלער איך פארשטיי אז די זאליס זענען דעמאראלזיריט ביי וואלן איבער זייער פארלירן יערליך נאכנאד.

אבער ביי די וואלן האבן זיי פארשפראכן וועגן די בית החיים גייען זיי אינוועסטירן מיליאנען אין די וואלן.

וואס איז געווארן מיט דעם ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/5/2009 01:29 לינק ישיר 

אוי געוואלד, ס'איז ביטער...

די תלמידי רבינו, דער געלער בדחן שלמה יאנקעל געלבמאן, מיט פיני יאקאבאוויטש און באנדא האבן געשיקט דעם
 שיכור מעני מענגיועל, דעם מלומד בדורכפאלן, און ווייל מ'האט אים נישט אויסגעלערנט דעם רבינ'ס ק-ל אדון (ר' ליפא לויאשע'ס), האט מען פארשפילט... די וועלט און יענע וועלט, ליידער ליידער.

ראטעוועט... 23 מינוט !
כ"ג בגי' "גיי"





ראטעוועט
ראטעוועט
ראטעוועט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2009 01:30 לינק ישיר 

איינער וויסט צי פנחס יאקאבאוויטש (דער מיט די באנטש פאלדערס) בלייבט מיט זיין דזשאב אדער מגייט עם געבן נאך א טשענס 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2009 01:38 לינק ישיר 

וואס איז דער פראבלעם, דאס מיינט אז באנדא איז ווייטער מעיאר אזוי ווי ביז היינט און ער ווערט אויטמאטיש ריעלעקטיט...

שאלי פערלשטיין וועט זיך אויפשטעלן און זאגט אז אלעס איז גוט, און אלעס איז אזוי ווי עס איז ביז היינט געווען אן קיין ענדערונג...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג! ק"י נישט דא קיין וואלן היי יאר!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext