סקומט יעצט אן די נייעס אז אשוי ווי די זאלי/ אלייענס וכל שם חניכא דאית ליה האבן אריינגעגעבן זייערע פאפירן צו לויפן פאר מעיאר א טאג צו שפעט קענען זיי נישט זיין אויף די ליסטע אין די שטום בודקעס אין דאס מיינט עס וועט נאר זיין 1 ליסטע פון קהל יטב לב אן אויטוימאטישן געווינס פאר סאטמאר! אויך האבן זיי אריינגעגעבן נאר א קאנדידאט פאר מעיאר נישט פאר טראסטיס
ווער סעהאט מער דעטאלן זאל מעלדן
נשלח ב-3/5/2009 19:57
אין קובא איז אויך נישטא קיין וואלן
נשלח ב-3/5/2009 20:04
פרוכטבאר סהאט ציטין מיט די "תהליכי הקהילה" פארשטייסט ?
נשלח ב-3/5/2009 20:42
מאחורי הפרגוד פין די זאליס הערט מען אז דאס איז געטאן געווארן דירעקט, ביי די זאליס הערט מען א קול ענות חלושה א שטימנוג פין דעמאלארעזאציע אין קאפטעלאציע.
קיין איינער האט זיך ניטאמאל געוואלט ארויס שטעלן אלץ טראסטי, א חוץ דער פרעזידענט פין די בערזע הנגיד באנדא אלץ מאיער, וואס האט אויך אריין געגעבן שפעט זיין אפליקאציע.
איינע פין די הויפט פאקטארן איז געלט
אביגדור יאקאבוויטש זאל ריען אין לעכטיגן ג' אין שוין נישט בין החיים.
אברהם בער יאקאבוויטש'ס 2 מיליאן איז געבליבן ביים ציזאגן.
וואלי לעפקאוויטש איז אויף פענסיאן.
יחזקאל בראך שמועס מען איז אויפן בויך מיט די עקנאמיע.
משה מאנראוער איז ביזי מיט קיטשי בלעקבערי.
אין יונה זיפנוק זאגט ער איז גרייט צי קומען וואטן, אבער נישט קיין טאלער.
אבער פאר די יונגעלעך פארקויפט מען אז מען ארבערט אויף פלאן מעסיגען צי גאנג פין 3 מהלכים .
1) מען גייט זיך נאכאמאל ציזאמעם ביים לעיק טייל מיט שטריימעלך, קוטשמעס, טליתים אויף די איקסעל, אין יוסף בן מרים גייט דאס רעקראדירן, אין מען וועט אנהייבן צי שרייען דעם א-ל אדון
מען וועט אראפ ברענגען נישט נאר דעם זין, נאר אויך די לבנה מיט שטערנס, קען גאר זיין דעם גאנצען מילך וועג, אין ווייזן פאר די גאנצע וועלט אז הגז"ל איז רבי
2) ר' מנשה דער דיין פין ראסס סטריט עולמי וועט אנדריין אין פאסט אפיס, ווי ער האט גאר גרויסע
קאנעקשענס, אז מען זאל עס נאכאמאל סטמפען אויף מיטוואך.
פרוכט בער זאג נאר, וואו אזוי פירט מען זיך אין קובא ווען איינער גייט מחנך זיין א ביה"ח וואו ער איז פין די חברה קדישא, און מיט רשות פין די בעלי בתים?
און וואס איז די מנהג אין קובא ווען בחורליך נעמען אפ א קרוין וואס זיי האבען פארבארגט פאר א חתונה, וואס איז דעמאלטס דער מנהג?
און וואס טוט מען איו קובא ווען א זיידע מאכט חתונה זיין אייניקעל און וואו אויך ווען א עלטער זיידע מאכט חתונה זיין איר אייניקעל לאזט מען אים גיין אדער איז דעמאלטס דער מנהג אז מען כאפט זיך אריבער דעם אינזעל קייו מיאמי?
עס איז קיין סוד אז עס איז געווען סוף מעשה במחשבה תחילה, אזוי דארף מען זיך נישט פלאגען מיט תרוצים פארוואס די עליענס האבען פארלוירענערהייט געווינען, און געווינעןערהייט פארלוירען, מען נעמט זיך וויינען מיט קראקעדייל טרערען קובא אין פארטיג.
נשלח ב-3/5/2009 21:18
עס איז גארנישט אזוי פשוט, עס איז א אידילאגישע מחלוקה צווישן די זאליס מיט די בני יואל, מען האט געדארפט האבן 350 אונטערשריפטן צו שטעלן א מעיאר קאנדידאט, די זאליס האבן 'אלע' אונטערגעשריבן, די בני יואל האלט נישט ביים אונטערשרייבן, זיי זאגן אז ר' יואליש מיט ר' טשאטה זענען גאר שארף אנטקעגן בחירות, עכ"פ האבן די זאליס מיט זייער "בלאק וואוט" נישט געקענט צוזאמקראצן גענוג אונטערשריפטן, טראץ דעם וואס זיי האבן רוב, און די אהרונים געווינען נאר די וואלן אדאנק די ישיבה בחורים.
די דעפרעסטע זאליס באושלדיגען זיגי בראך אין דעם שאנדפולן דורכפאל.
זיגי בראך האט באשלאסן אז די זאליס האבן נישט קיין שאנס צי געווינען קיין וואלן אין קרית יואל
אין באנדא אליינס האט געמאכט א כאפ לאפ אין נאר זיך אריין געגעבן.
אזוי קוקט מען אויס ווען מען האט 72 שולן.
נשלח ב-3/5/2009 22:29
זעהט אויס אז די הקפדה פון אדמו"ר הזקן מבלעקבערי האט שוין געשאדט פאן אינגערן ברודער אנצוהויבן מיטן לינקן פיס.
איך האב געמיינט אז היי יאר האבן זיי שוין א וועג ווי אזוי זיי זאלען געווינען די וואלן זיי וועלן זינגען "דעם רבין'ס" קל אדון אין אלעס וועט זיין אין ארדענונג,
נשלח ב-4/5/2009 00:06
יאפס יודעלע יו גאט איט רייט
נשלח ב-4/5/2009 01:02
ארגינעלער איך פארשטיי אז די זאליס זענען דעמאראלזיריט ביי וואלן איבער זייער פארלירן יערליך נאכנאד.
אבער ביי די וואלן האבן זיי פארשפראכן וועגן די בית החיים גייען זיי אינוועסטירן מיליאנען אין די וואלן.
וואס איז געווארן מיט דעם ?
נשלח ב-4/5/2009 01:29
אוי געוואלד, ס'איז ביטער...
די תלמידי רבינו, דער געלער בדחן שלמה יאנקעל געלבמאן, מיט פיני יאקאבאוויטש און באנדא האבן געשיקט דעם
שיכור מעני מענגיועל, דעם מלומד בדורכפאלן, און ווייל מ'האט אים נישט אויסגעלערנט דעם רבינ'ס ק-ל אדון (ר' ליפא לויאשע'ס), האט מען פארשפילט... די וועלט און יענע וועלט, ליידער ליידער.
ראטעוועט... 23 מינוט !
כ"ג בגי' "גיי"
ראטעוועט
ראטעוועט
ראטעוועט
נשלח ב-4/5/2009 01:30
איינער וויסט צי פנחס יאקאבאוויטש (דער מיט די באנטש פאלדערס) בלייבט מיט זיין דזשאב אדער מגייט עם געבן נאך א טשענס