די כולל שומרי החומות וואס איז באקאנט מיט זייערע לינקע אנשוועניגן.
סיי מיטן נעמען געלט פין די מדינה.
סיי מיטן האבן רבנים וואס שטיצן די בחירות.
האבן זיי יעצט ארויס געוויזן זייערע פינסטערע לאפעס מיטן אריין ברענגן אין וויליאמסבורג איינעם וואס דער פאטער זיינער איז
געווען א חברי הכנסת, אים צי באהערן ביי דינער.
יודען אין וויליאמסבורג קוקן צי מיט רעגעניש, ווי גייט זיך דער כולל אפשטעלן.
נישט אימזיסט האבן אסאך יודען אויף געהערט צי שטיצן דעם כולל אנגעהויבן שטיצן דעם סאטמארען כולל יטב לב.
פארשטייט זיך ביי די זאליס איז דאס א פלאס נאכן גיין צי ציניסטישן בג"ץ זענען זיי מיט שומרי החומות ברידער'ס.
נשלח ב-5/5/2009 01:38
פין וועם איז די רעדע ?
נשלח ב-5/5/2009 01:55
זיי ברענגן אהער דעם חברי הכנסת מאניע שפירא זין פין לאנדאן, פאר נואם הכבוד ?!
מען האט שוין גערעדט צי ר' שלמה מיאער אין מיט זלמן לייב שלעזינגער.
דערווייל פאלן אלעס אין טויבע אויערן.
נשלח ב-5/5/2009 02:06
הרה"ח ר' וואלף נאוויטש מיט הרה"ח ר' אפרים ראזנפעלד זאגן מען האט זיי גארנישט געפרעגט
נשלח ב-6/5/2009 01:46
איך הער א רומער אז דער סאטמאר וויליאמסבורגער שליט"א גייט נישט גיין צים דינער.
נשלח ב-6/5/2009 03:32
דיין צדיק מווילאמסבורג שליט"א גייט נישט צום שומרי החומות דינער פאר גאר א צווייטע סיבה ווי ציונות, עס איז פשוט צו בויקאטירן כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א וואס ווערט דארט געקרוינט אלס חבר הנשיאות, פאר די חוצפה פון וויילן דעם שב"ק הבעל"ט במחיצתו אין מחנה דברי יואל. וואס אגב איז דאס נישט די ערשטע בויקאט פון די אהרונים אנטקעגן שומרי החומות, מיר געדענקן נאך אלע ווען מען האט בהוראת הנשיא בעל ברך משה זי"ע ממנה געווען בנו כ"ק מרן רבינו שליט"א אלס סגן נשיא איז דאן די קאנסוס געווען אונטערגעשריבן פון אלע סגני נשיאים חוץ דער קרית יואל'ער רב.
נשלח ב-6/5/2009 08:26
באלאנד טאקע זייער פיין אז די האסט ארויפגעברענגט די התמנות פון רז"ל אלס סגן, ווייל דאס איז מענינא דיומא, רבינו שליט"א האט נישט אונטערגעשריבן אויפן קאנסוס צוליב די תקנה פון שומרי החומות אז 2 ברידער טארן נישט דינען אלס נשיאים, און די זעלבע תקנה לויטעט אז עס טארן נישט אויפגענומען ווערן נשיאים פון ארץ ישראל, וואס ברויכסטו מער פון דעם אז שומרי החומות אליין האלט זיך נישט צו אירע תקנות הן מיטן אויפנעמען רז"ל אלס סגן און הן מיטן אויפנעמען ר' טובי' ווייס פאר נשיא.
נשלח ב-6/5/2009 09:30
וויינשטאקל לאקשן זאלסטו פארקויפן פאר דיינע פערדן, ר' ארון האט נישט אונטערגעשריבן אויפן קאנסוס פאר איין סיבה, "אני אמלוך אני ולא אחר".
נשלח ב-6/5/2009 19:36
רבינו שליט"א האט נישט אונטער געשריבען אפען קאנסוס ווייל ער איז נישט דער קנעכט פון דעם זאלי שלמה מאיער וואס פילט זיך אן די טאשן פון שומרי החומות דא אין אמעריקא, און נישט פון יחזקאל דוד לעפקאוויטש וואס פילט זיך אן די טאשן פון שומרי החומות אין א"י.
די גאנצע שומרי החומות איז היינט סתם א זייפן בלאז, עס איז א רייכע קאמפאני, זיי נעמען געלט פון די מדינה מלא חפניים, זיי האבן צענדליגע בילדונגס אין מאה שערים וואס זענען פארדינגען פאר גרויס געלט פאר גשעפטן, שארן גראבע דירה געלט און רענט פון די דירות אין ירושלים, די היים פאר די אלטע לייט שארן זיי גאלד פון די מדינה, א גמ"ח וואס ליגט מיליאנען דאלער וואס מענטשן האבן איבערגעלאזט דארט שוין באלד 100 יאר, איין מינוט נאך עפעס... א דענטיסט... וואס די מעדיקעד באצאלט עד פא ויותר.
יא... סארי... פארגעסען ... איין זאך נאך...
זיי געבן פאר פסח נאר פאר די יוצאי אונגארן (ח"ו נישט פאר די סאטמאר אידן ווייל זיי שטאמן פון רומעניע..) 100 דאלער, און פאר סוכות 75 דאלער...
עס האט היינט א שייכות מיט רבי מאיר בעל הנס, גענוי ווי בית יתומים דיסקין האט היינט א שייכות מיט ר' יהושע לייב דיסקין.
נשלח ב-6/5/2009 20:22
איינער ווייסט ווי מ'קען זעהן די תקנות פון "כולל שומרי החומות" ?
נשלח ב-6/5/2009 20:50
די תקנות פון שומרי החומות זענען היינט בערך אזוי.
א. גנבנען וויפיל מקען.
ב. נעמען געלט פון די מדינה.
ג. זיך אנפילען די טאשן.
ד. נאכמאל גנבנען.
ה. בלעיק מעלין דעם תמימות'דיגער ציבור אז עס איז היינט נאך א צדקה קאסע.
ו. מאכן נאך געלט און נאך געלט און פאקן אין טאש.
וכו' וכו' וכו'
נשלח ב-6/5/2009 22:54
עס איז אונז א שטאלץ זיך צו האלטן מיט די דרך הקדמונים, און שטיין און קוקען פון די זייט ווי די אהרונים זענען פארנומען אונטערצוברענגן יעדע דבר שבקדושה וואס די פריעדיגע האבן מייסד אדער מתקן געווען, איינס נאכן צווייטן. אלס פאר בלויזן פרייז פון "אני אמלוך". אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען נישט קיין אהרונים.
נשלח ב-6/5/2009 22:57
אשרינו מב טוב חלקינו ענק זענען זאליס אין ב"ה ענק זענען נישט ביי אונז
ביי די וועי איינער וויסט אפשר צי הגז"ל גייט די וואך לכבוד ירושלימער רב זאגען תורה אדער מטאר ח"ו נישט משנה זיין אין חלילה זאגען תורה
ישר כח פארן מיך דערמאנען נאך א פרט פונעם שינו אין דרך האבות וואס דיין רבי פאברעצירט, ניין דער רבי גייט נישט זאגן קיין תורה ל"ג בעומר ווייל אזוי האט מען זיך געפירט, משא"כ ר' ארון גייט זיך אויפשטעלן רעדן קבלה (זאג נאר עס ערווארטעט אייך נאכאמאל אזאלכע בזיונות ווי עס איז געווען פאר 2 יאר צוריק?) ווייל דאס האט מען זיך נישט געפירט, מוז ער משנה זיין.
נשלח ב-6/5/2009 23:11
מען גייט זינגען קל אדון...
זאג א שטריימל וועט ער אנטאן...?
אבער חס ושלום ל"ע חס מהלזכיר מען וועט נישט משנה זיין קיין כי הוא זה כל שהוא נישט קיין ריר אוועק פון די זאך וואס מרן רביה"ק זי"ע האט געהאט מסירת נפש ממש און געשריבען א גאנץ ספר אז עס איז א מצוה גדולה חשוב מאוד על גבי מצוה וציווי ה' צו טאן