מארגן - דארנעשטאג נאכט - וועט אי"ה פארקומען די יערליכער "דינער" אין וויליאמסבורג פאר די באקאנטע און באוויסטע "כולל שומרי החומות" און די זאלן פון 'עטרת אברהם'
ווי יעדעס יאר איז דאס דער צענטראלער דינער פאר די גאנצע שטאט ווי מענטשן און רבנים פון אלע קרייזן קומען זיך דארט משתתף זיין.
היי יאר גייט עס פארקומען אינאיינעם מיט א "מעמד הכתרה" פאר די צויי נייע נשיאים ה"ה הגאון הגדול גאב"ד ירושלים שליט"א און הרה"ג רב וואזנער שליט"א פון בני ברק.
עס וועט זיין מיט די פערזענליכע השתתפות פון ירושלים'ער רב שליט"א וועלעכע וועט אויפטרעטן מיט דברות קודש.
כ"ק מרן אדמו"ר מהרז"ל מ'סאטמאר שליט"א קומט ספעציעל אהיים פון אפרו אין מחנה דברי יואל צום יערליכען דינער און לכבוד ירושלים'ער רב שליט"א.
קומט און שטיצט רבי מאיר בעל הנס.
נשלח ב-7/5/2009 21:50
קומטס אין די מאסן, עס איז פארשפראכן א אהרוני-פריי אווענט, זיי האבן דאס ב"ה בויקאטירט.
נשלח ב-8/5/2009 03:10
באלאנד איך ווייס נישט וועם די טרייסט דא צו פאפען מיך אדער גאר דיך אליינס.
און ס'וועט זיין ביים דינער אי"ה א פול געפאקטע קאליפורלע ציבור, אידען פון סאטמאר, פאפא, וויען, צעהלים, ועוד....
וגם אני בתוכם...
תוקן על ידי מה_טובו ב- 08/05/2009 3:08:19
נשלח ב-8/5/2009 09:08
יא כולל שומרי החומות האט זיך שיין אהער געשטעלט, קודם האבן זיי שיין מכבד געווען דעם סאטמאר וויליאמסבורגער רב שליט"א געזעצט תיכף נאך נשיאים
אין ב"ה ס'איז געווען א גרויסער עולם פין אנ"ש.
אין נאך א חלק פינעם סוקסעס איז אז קיטשי עסלאר, מיט שאול פערלשטיין, האט מיאוס געשאלטן.
נשלח ב-8/5/2009 16:40
ס'איז טאקע געווען א הערליכער דינער. מיט אלע רבנים פון שטאט און סגני נשיאים פון כולל, חוץ איינער און ב"ה אז וזר לא יתערב ב...
אדמיראל, זיי האבן נישט "שיין מכבד" געוען ר' מענדעלע, ער האט "זיך אליין מכבד געווען", מענטשן האבן געקוקט מיט ווינדער ווי דער בעל גאווה בלייבט זיצן דארט אונעם סאמע מיטן פונען אויבן-אן כאטש עס זענען אריינגעקומען רבנים וואס האבן געקענט זיין זיין זיידע.
נשלח ב-8/5/2009 16:49
גדול ממנו בחכמה ובמנין
נשלח ב-8/5/2009 19:21
די אויפפירונג פון די אהרונים לגבי ר' מענדעלע'ס זיץ אויבנאן
די ערשטע נעבן די נשיאים איז דער געלעכטער פון שטאט,
שוין א לענגערע צייט וואס די אהרונים פירן א שמוציגען קאמפיין אקעגן
די הייליגע צדקה פון כולל שומרי החומות, פארן האבן די חוצפה צו אנערקענען אז סאטמאר
איז צוטיילט אויף צוויי, און אויך אויפגענומען דעם אנדערן רבין פאר נשיא,
זייער מערכה ווי אלע זייערע מערכות האט זיך אנגעהויבן טאקע דא אויף היידפארק,
דערנאך איס עס געגאנגען צום בלאט וואס האט ערקלערט זייער כולל אין ירושלים פאר צדקת
רבי מאיר בעל הנס, פאראיאר האט שוין אדמו''ר מהר''א דאס אפען געהעצט ביי א דרשה כידוע,
אבער עס איז דא איין זאך וואס די אהרונים דארפן נאך צוקומען צום כולל דאס איז וועגן די
בילדער פון זייערע מסיבות וואס ווערן שטארק צושפרייט, וואס דאס איז דאך דער יסוד ביי די אהרונים
פיקטשערס פיקטשערס פיקטשערס וואס זיי מוזן האבן כאויר לנשימה, דערפאר האבן די אהרונים געלייגט
גרויס דרוק אז היות זייער רבי קומט נישט אריין צו די מסיבה נישט קענענדיג פעיסן אז זיין קליינע ברודער
איז אויך נשיא, זאל ר' מענדעלע זיצן די ערשטע נעבן די נשיאים, זאל די גאנצע וועלט זעהן ווי אנערקענט
זייער רב איז,
נאך א רייע פארהאנדלונגען אהין און צוריק איז געבליבן אז אויב ער קומט אן גענוג פריה
צו כאפן דעם זיץ וועט מען איהם נישט אויפשטעלן,
וכך הוה אנשטאט אזוי ווי פאראיאר ווען ער איז געזיצן דארטן קוים א האלבע שעה
איז ער אנגעקומען גאר פרי אנהייב די מסיבה צו פארכאפן דעם פלאץ און געזיצן דארט פאר קרוב צו 4 שעה!!
פאר דעם צוועק האט מען ספעציעל איינגעשפאנט דעם עקספיריענסד סטעטשו ר'
ש.ז. שטיין זאל דינען אלס סטעטשו אונטערן בענקל פאר לאנגע שעות לכבוד די
בילדער,
ווי אויך האט מען יעצט צייטווייליג געשיקט לופטערן דעם געווענליכן סאלידן
גבאי'ן טעללער און אראפגעשטעלט אונטער ר' מענדעלע א גאר היציגען אגרעסיוון
יונגערמאן זאל שטיין גרייט על כל צרה שלא תבא, וואס מען קען זאגן
ער האט ערליך אויסגעפירט זיין תפקיד מאכנדיג זעכער אז קיינער וואגט איהם נישט צו ריקן, דער גרויל איז געקומען צו א קלימאקס וען עס האט ערשיינט כ''ק הגה''צ ר' שמואל זאב ליכטער שליט''א ווען מען האט געוואלט אראפרוקן ר' מענדעלע מיט א זיץ ווי עס פאסט זיך האט ער זיך נישט גערוהרט און דער ראצער גבאי האט געפערליך געווילדעוועט און געסטראשעט מיט ידים וואס פון וואס מען האט זיך דערשראקען
יעצט קוקן די אהרונים ארויס אויף די שיינע פיקטשערס ווי אויך וועלן זיי יעצט לכאורה זיך נעמען גאר שטארק קרייען אז הגז''ל איז דער פיקטשער רעבע.......
נשלח ב-8/5/2009 20:05
יא יא הרב העלד,
איך ווייס אז עטץ קענטץ עס נישט אראפשלונגען אז די אזויגערופענע זאלי געשטיצטע מוסד זאל נישט האבען בעסער וואס צו טון פאר'ן דינער נאר זיכער מאכען אז סאטמאר - וויליאמסבורגער רב שליט"א זאל קומען צום דינער.
און ווען די קליינע נעפיו רב קומט אן זעצט מען אים הארט נעבן די נשיאים, און ווען ס'קומען אריין עלטערע רבנים מאכען זיי א גאנצע צייט זיכער אז מ'זאל דעם קליינעם נעפיו רב נישט רוקען פון ארט,
אוודאי באדערט עס!!!
נשלח ב-8/5/2009 20:10
ס'באדערט? שעמט'ס ענק! ס'איז די גרעסטע בושה וואס איז פארהאן אז דער ר' מענדעלע ריקט זיך נישט אפ פאר עלטערע פון אום.
איך פארשטיי אבער נישט די הנהלת הכולל, ווי איז זייער שכל? מעגליך אז העלד איז גערעכט, פון פעטש האט יעדער מורא און זיי האבן נישט געוואלט אז עס זאל ווערן אן איבערקערעניש.
נשלח ב-8/5/2009 20:13
יעדער האט געזעהן ווער עס מאכט זעכער
נשלח ב-8/5/2009 20:15
אוי!!!! וואס טוט מען מיט די קליינע נעפיו?????
אוי!!!! וואס טוט מען מיט כושה"ח???? זיי קענען זיך נישט אפלאזען פון די פארשאלטענע ארוינים????
אוודאי באדערט עס!!!!!!!!
נשלח ב-8/5/2009 20:20
איך האב געזעהן ר' שמואל זאב ליכטער, ר' ישראל חיים מנשה ראב"ד ראסס, און נאך אלטע רבנים, אנקומען צו די מסיבה, און רז"ל האט זיך נישט געריט פון זיין פלאץ געזיצען דארט און געקוקט אפען דאך, זיך נישט געריקט פאר זיי, כאטשיג זיי וואלטן געקענט זיין זיין טאטע.
נשלח ב-8/5/2009 21:01
העלד, גאנץ גוט פין דיין זייט.
די מעשה איז אזוי, ר' שלמה מייער איז פארברענטער זאלי בשיטה, ער פורבירט עס ניטאמאל צי באהאלטן ער שטיפט די זאלי וואגן ווי ער קען.
למעשה פאליטיש טרייט ער צי ווייזן אז ער איז נאטראל, ער האט שוין אפאר וואכן צוריק געריפן דעם רב שליט"א צים דינער דער רב האט נישט געפלאנט צי גיין, ווייל רבינו שליט"א גייט אויך נישט
די וואך מאנטאג האט די רבינו שליט"א גערעדט צים רב אין ער האט געמאכט א שליח צי גיין צים דינער לכבוד דאס התמנות פינעם ירושלימ'ער רב.
ווי באקאנט איז דער ירושלימ'ער געווען ביי א וויזט ביים רב שליט"א אויף די זאליס ברענען ווי שיין ס'איז געווען צי זאמען מיטן ראש הקהל הרב החסיד ר' יצחק ראזנבערג שליט"א
מען האט אנגעקאלט ר' שלמה מייער אז די רב שליט"א קומט, תיכף ומיד האט ר' שלמה געזאגט בכבוד גדול איך געב אים דעם שענסטען פלאץ וואס איך קען .
ווען ר' שלמה מייער איז נישט קיין זאלי, וואלט ער געגעבן פארן רב א פלאץ אדער גראד נאכן ירושלימ'ער רב
אדער אינמיטן די נשיאים
1) ער קומט אין נאמען פין זיין טאטן, אזוי ווי סקווירא רבי זין גייט ערגעץ אין נאמען פין טאטן זיצט ער אויף זיין טאט'נ'ס פלאץ
2) ער איז דער " גרעסטער רב " בדורינו אין וויליאמסבורג.
אבער גיי לערנען מיט א זאלי ברטנורא ...
ר' שלמה מייער האט אים פרעזנדליך דארט אראפ געזעצט צי זאמען מיט ר' בן ציון מארקאוויטש'ס זין
א חוץ מאיר ראטה אין שימלא וואלדמאן אינעם זאל האט זיך ווייטער קיינער נישט אויף געשטעלט
דעם סאלידן גבאי קאמפואט האבן זיי נישט מיט געברענט, נאט דעם קלעץ קלאץ מרדכי דוד ווידער
מיט דעם ציווילדווען בן פראדל
מענטשן אין זאל האבן געשטוינט ווען כ"ק אדמו"ר מקיוושאד שליט"א איז אנגעקומען אין אלע נשיאים האבן זיך פאר אים אויף געשטעלט, א חוץ דער נועם המידות הגז"ל האט זיך נישט אויף געשטעלט, א מין חוצפה פין א רבי
די זאליס האבן במשך דעם דינער געשפיגן בלוט, מענדעלע ווערטהיימער מיט אברהמי ברוין האבן א גאנצען צייט געווינקן ר' שלמה מייער אז עפעס א רב איז אריין געקומען, אין מען זאל אוועק ריקן דעם רב שליט"א
ער האט זיי איגנארירט
קיטשי עסלאר איז געלאפן ארויף אין אראפ, בן פראדל האט קיין אויג נישט געקענט אראפ נעמען פינעם רב
זיי זענען פשוט קראנק וואס זייערס א מענטש ר' שלמה מייער האט געטיען מיט זיי
פין די אנדערע זייט איז דער רב שליט"א געזעצן אאין לע רבנים זענען צי געגאנגען צי אים געשמיעסט.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 08/05/2009 22:53:47
_________________
נשלח ב-8/5/2009 21:25
דער העלד איז נאטורליך ברוגז
ער האט געמיינט ס'וועט זיין אהרוינים פריי, דערווייל האט ער געזעהן ר' מענדל אין צענטער פינעם זאל פאר 4 גאנצע שעה
ס'איז נאר מיט רעכט.
תוקן על ידי בלומבערג ב- 08/05/2009 21:22:38
נשלח ב-8/5/2009 21:35
ר' מענדל ארויף ר' מענדל אראפ, דיין גרויסער צדיק פון קרית יואל האט נישט געהאט די גאטטס אריינצוקומען צו דעם דינער בהשתתפות רבבות בית ישראל, פשוט ווייל ער קען נישט צוקוקען ווי דער קליינער ברודער'ל קומט אריין מיטן זילבערנעם שטעקן און זעצט זיך צווישן די אדמור"י דורינו בשעת ווען ער האט אים געוואלט זעהן אפשימלען אין יואל ביהמ"ד אין ירושלים.
נשלח ב-8/5/2009 21:43
סארא חוצפה, ר' מענדל איז געזעצן אין צענטער פון זאל פאר 4 שעה און ער האט נישט געשפירט פאר וויכטיג מקיים צו זיין דעם חובת מחאה און ארויסוואקן פון זאל בשעת ווען דער מסור ומלשין עזריאל גליק האט גערעדט?, וואסארא מין ווערטשאפט איז דאס?. איך זאג אייך אהרונימלעך, "ר' מענדל וועט פיהל שנעלער באגראבן זיין טאטן ר' ארון, ווי זיין טאטע האט באגראבן זיין טאטע דעם ברך משה!"