|
|
| נשלח ב-6/5/2009 19:33 |
|
| |
ברוך הבא! כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א
און די טעג וויילט כ"ק גאב"ד הרב ווייס שליט"א בתוכינו באמעריקא לרגל זיין התמנות אלס נשיא כולל שומרי החומות.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2009 19:42 |
|
| |
ווי באקאנט איז די גאב"ד שליט"א וואס זיצט אויף זיין שטוהל וואס הייליגע פריערדיגע צדיקים זענען געזעצען א גרויסער אוהב שלום און בורח ממחלוקות,
הגם דאס זיין אן "איש השלום" האט שוין געברענגט שטארקע אומאנגענעמליכקייטען פאר געוויסע יחידים און ווי אויך פאר געוויסע חסידות'ן, אבער וויסענדיג אז דאס אלעס ווערט געטון ח"ו נישט אויף לקנתר נאר אויף להרבות שלום בעולם דארף מען קוקען און שווייגען,
אבער דאס מאל איז שוין דאס נוטראלקייט אביסעל ארויס פון גבול,
איך מיין נישט דאס גיין צו קווינס קעמפ אויף שבת, זיין איידעם האט דאך דארט א באנגעלוי און ער האט געוואלט זיך אפרוען פאר שבת,
אבער צו זיין דארט אינאיינעם מיט א הולך בערכעות און אזא איינער וואס גייט אונעם ציוניסטישען טרפה'נעם בג"ץ און צוזאמען אפרעכטען א שבת???!!!!
דאס איז שוין אביסעל - אסאך!! מער ווי סתם אן "איש השלום" און נייטראל!!!!!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2009 20:45 |
|
| |
עס איז א שידוך צווישען נייטראל אין נועם המידות, ריכטיג ענבי הגפן.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2009 22:22 |
|
| |
לויט מיין אינפארמאציע איז ער דאהי צוליב עניני רפואה פאר זיין שטוב.
השי"ת ישלח לה רפו"ש מן השמים, בתוך שח"י, אכי"ר.
לויטן פלאן וועט דער גאב"ד שליט"א וויילן דא עטליכע וואכן.
כולל שומרי החומות האט אריינגעכאפט און געמאכט א נשיאות'ל... פאר אפאר דאלאר איז אלץ דא צייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2009 22:49 |
|
| |
די אהרונים זענען גרייט קראנק צו מאכן דעם ירושלימ'ער רב מיט די גאנצע ב"ב פאר די איינע חטא פון גיין אין מחנה דברי יואל אויף שבת במחיצת רבינו שליט"א!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2009 22:52 |
|
| |
באלאנד, פון מיין זייט זאל ער זיצן אין קווינס קעמפ מיט רז"ל א גאנץ יאר.
נאר, דער אמת איז אז דער גאב"ד איז דא פאר עניני רפואה, און איך ווייס עס בידיעה ברירה.
ער איז נישט געקומען אהער זונטאג ווייל כולל שומרי החומות האט א דינער דאנערשטאג.
און ער פארט נישט צוריק נאכן דינער.
ער איז געקומען צוליב א צוועק. דער בוכ"ע זאל העלפן אז ער זאל אהיימפארן פון דא ווי פריער געזונט און שטארק.
באלאנד קען ווייטער בילן
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2009 22:57 |
|
| |
ווען ער גייט ווען זיך ווייקן ביי דיין רבי'ן אין קר"י וואלסטו ווען אויך געוויסט בידועה ברורה אז ער איז דא פאר עניני רפואה???? נ.ב. איך ערווארט נישט זאלסט צו מיר מודה זיין!.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2009 23:00 |
|
| |
פון מיין זייט זאל ער כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א זיין געזונט אין שטארק ער שטערט נישט די אהרונים קיין כי הוא זה נישט.
אדרבה ער האט נאר קראנק געמאכט דער ראב"ד ראסס סט. צוזאמן מיט זיין רעביצן, וואס האבן גרייט געהאט געפאקט די פעקלעך איבער צו נעמען די רבנות, מיט א שיינעם נייעם ירושלימער קאפטען, און א שטערן טיכל.
אזש טראך... די בראך איז געשעהן נעבעך... און זיך אויסגעפאקט די פעקלעך און געבליבן ראב"ד אויף גאנץ ראסס סט. פון קענט עוו. ביז דיווישאן עוו, און א פאשקווילען שרייבער.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2009 23:08 |
|
| |
אט טאקע דאס באדערט (איי פיעל יאר פעין...), טראץ וואס ריח"מ איז נישט גאב"ד קומט זיך דער רב ווייס -וואס פאררופט זיך נאטירליך- און ער גייט פראווענען א שבת מיט דיין בלוט שונא.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2009 23:15 |
|
| |
איי פיעל יאר פעין...), טראץ וואס ריח"מ איז נישט גאב"ד...
אוי וויי געוואלד..
לאמיך נישט טראכטן...
אוי ווען די וואלסט ווען געקענט שרייבן אזוי...
איי פיעל יאר פעין...), טראץ וואס די אהרונים האבן נישט געוואלט איז כ"ק מרן קודש הקדשים רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן גאב"ד ירושלים...
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2009 00:16 |
|
| |
צו בלייבט די ירושלימ'ער רב אין ניו יארק אויף ל"ג בעומר?? אויב יא ווי גייט ער פראווענען???
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2009 00:32 |
|
| |
אויב יא זעה מען זאל אים נעמען צו ענקער הדלקה, ער זאל זיך אביסל מטהר זיין נאך די טומאה וואס ער וועט איינזאפן שבת אין מחנה דברי יואל
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2009 00:54 |
|
| |
אונז שלעפ מיר נישט קיינעם!
אויב וויל איינער האבען די זכי' און זיין ביים רבי'ןס הדלקה קען ער קומען.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2009 01:19 |
|
| |
איך האב מברר געווען, דער ירושלימער רב געזאגט ביים באזוך ביי רבינו שליט"א אז ער פארט אהיים זונטאג ער וויל זיין ל"ג בעומר אין ארץ ישראל.
ב"ה קיינעם אינטערעסירט נישט צו ער גייט קיין קווינס, צו ער וועט גיין קיין גיבערס, אזעלכע זאכן ווערט אנערופן "טשעקס וואס האבן נישט קיין דעקונג", נישט אז ר וועט פארן קיין קווינס קענען די זאלונים נישט דאס אויפקעשן, און נישט לו יהא ערוועט קומען קיין קרית יואל אויף שב"ק און זין אלע טישן ביי רבינו שליט"א קען מען דאס אויך נישט אויפקעשן, סא הא קערס.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2009 01:28 |
|
| |
איך פארשטיי נישט איין זאך ?
פארט דער ירושלימ'ער אויף קווינסער קעמפ אדער צי זיין איידים ?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2009 01:38 |
|
| |
ווען די מעשה וואלט געווען פארקערט!!!
ווען די מעשה וואלט געווען פארקערט!!!
ווען ח"ו די ארוינים זאלען ווען גיין אין בג"ץ, און די ירושלים'ע רב קומט אויף אמעריקא וואלט געווען פראטעסטען ווי ער גייט נאר אז ער זאל פועל'ן ביי די ארוינים ארויסצוגיין פון בג"ץ,
זיי וואלטען ווען איבערגעדרייט די דינער!
ס'וואלט געהאנגען ריזיגע שונד פלאקטען אויף די גאסען!
"דער שטורמער/איד" וואלט געווען פול מיט פראטעסט בריווען!
ועל כולם דער "געוואלט זיין" גאב"ד וואלט געשריבען א בריוו אויף א בי"ד לעטערהעד!!!!
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
1 2 סך הכל 2 דפים.
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|