|
|
| נשלח ב-7/5/2009 18:59 |
|
| |
בערל
ווען קען איך האבן א מיטינג מיט דיין טאטע ?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2009 19:20 |
|
| |
ביי די וועי מה בני די האסט געשריבן
דער שרייבער'ל וואס האט ווייזט אויס מורא געהאט אריינצולייגן אט די ארטיקלן אין זייער "משה היה רועה" ביכל
איך וואלט די געראטן זאלסט דיר איינהאנדלן דעם ספר "ומשה היה רועה" טאקע די גאנצע סעט אין לייען עס אדארעך גערענטיערט אז סוועט דיר גיט גיט ציפיעדלען
טיילענאל העלפט געווענטליך
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2009 22:35 |
|
| |
זאג נאר מה בני
דו עסט אזוי ווייניג ווי דער רבי ז"ל האט געגעסן, דו שלאפסט אזוי ווייניג וי דער רבי ז"ל איז געשטארבן, און אנטשולדיגט פארן פרעגן דיינע בעטן אין שטוב ליגן אזוי ווי ביים רבין ז"ל...
נאר ווען מען קען שטויסן יענעם זענטס עס דא מיט רבי ז"ל
אנדערע האבן עס גערופן "רבי ז"ל סינדראום"
נעבעך א אונטערגאנג, א פלאו
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2009 01:36 |
|
| |
די אלע זאכן זענען אי-רעלעווענט. שלאפן, עסן אד"ג. אבער דער גאנצער ארטיקל, אזוי אראפצורייסן כל הקודש לנו, דאס איז א פרעכער חוצפה און פגיעה קעגן חסידי סאטמאר איבער די וועלט.
איר וועט דאס אויך מודה זיין אז אזא הייליגער איד ווי רבינו הקדוש זי"ע איז נישט געווען זיינס גלייכן, ער איז ליידער נסתלק געווארן לגנזי מרומים און מיר האבן געמיינט אז עס איז אויס-וועלט.
למעשה זענען געווען מענטשן וואס האבן שוין אלע יארן נאך ווען די רבי האט געלעבט געזיכט אינטערצוברענגען דעם רבינ'ס שטוב און דא האבן זיי געזעהן א געלגענהייט דורכן אויפנעמען דעם ברך משה אלץ ממלא מקום.
איך גיי אייך נישט מסביר זיין וואס דאס מיינט אז מ'זאגט אז דער ברך משה איז דעם רבינ'ס ממלא מקום. איר ווייסט דאס אליין. און דאס באדערט אייך!
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2009 01:44 |
|
| |
מה בני
די האסט געזען אינעם אויפנעמען דעם ברך משה פאר רב אז מען ברענגט אינטער דעם רביס שטיב ?
זיי מיא מסביר אויב די קענסט וואס האט געמיינט אויפנעמען הגז"ל פאר רב ?
תוקן על ידי טאטלע ב- 08/05/2009 1:44:29
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2009 01:51 |
|
| |
סופרעמעיסי איך מיין אז די דארפסט שוין ממשיך זיין וויל די אשכול פארפארט שוין פינעם נושא
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2009 02:20 |
|
| |
גאר א גוט ארטיקל !
די גאנצע געטשקע וואס מען האט געמאכט די פין רבי'ן איז אבסורט אין לעכרליך
סאך הכל רעדן דא אפאר זאליס (פערדן) נאר פין הרגשים
אין קיין שום נארמאל פלאץ אין דער וועלט האט מען נישט אזוי גערעדט
מען וויל אויס רייסן ,אין וויל מאכן פארגעסן, מען וויל אראפ קלאפן, דעם רבי'ן
ס'האט איין תכלית די גאנצע גערעדכטס, אז רבי שליט"א זאל קיין השפעה נישט האבן .
אין פארדעם האט הגז"ל נישט געקענט א נאמען געבן מתביתא ברך משה, ווייל ער ליגט מיט
פערדן אין איין בעט.
אין אז ס'טוט וויי איז א סימן דער שטיין איז געלינגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2009 03:17 |
|
| |
| מה_בני כתב: |  | די אלע זאכן זענען אי-רעלעווענט. שלאפן, עסן אד"ג. אבער דער גאנצער ארטיקל, אזוי אראפצורייסן כל הקודש לנו, דאס איז א פרעכער חוצפה און פגיעה קעגן חסידי סאטמאר איבער די וועלט.
איר וועט דאס אויך מודה זיין אז אזא הייליגער איד ווי רבינו הקדוש זי"ע איז נישט געווען זיינס גלייכן, ער איז ליידער נסתלק געווארן לגנזי מרומים און מיר האבן געמיינט אז עס איז אויס-וועלט.
למעשה זענען געווען מענטשן וואס האבן שוין אלע יארן נאך ווען די רבי האט געלעבט געזיכט אינטערצוברענגען דעם רבינ'ס שטוב און דא האבן זיי געזעהן א געלגענהייט דורכן אויפנעמען דעם ברך משה אלץ ממלא מקום.
איך גיי אייך נישט מסביר זיין וואס דאס מיינט אז מ'זאגט אז דער ברך משה איז דעם רבינ'ס ממלא מקום. איר ווייסט דאס אליין. און דאס באדערט אייך! |
|
איך האב נישט די ווערטער אין מויל דיר צו באדאנקן פאר די איינמאל וואס דו ברענגסט ארויס וואס דיר באדערט
זאג נאר דער רבי איז אפשר הייליגער געווען ווי זיינע זיידעס דער ישמח משה ייטב לב קדושת יו"ט, די אלע האבן געהאט ממלא מקום'ס
הרב ביק האט אמאל נאכגעזאגט א גוט ווארט, פני משה כפני החמה פני יהושע כפני הלבנה זקנים שבדור אומרים אוי לאותו בושה וכלימה, וואס איז די בושה, ווייל ווען משה רבינו האט געלעבט עוד מעט וסקלוני, נאר ווען ער איז אוועק דעמאלטס האט מען געזאגט פני משה כפני חמה, זאגט ער פארוואס האט מען געזאגט פני משה כפני חמה, צו קענען זאגן פני יהושע כפני הלבנה, דער ממלא מקום איז נישט אזוי גרויס, און אויף דעם האבן די זקנים וואס האבן נאך געדענקט וואסערע צרות די - וואס זאגן אזוי - האבן אנגעמאכט בחייו פון משה רבינו, האבן זיי געזאגט אוי לאותו בושה.
לענינינו, איך וויל נישט אויסרעכענען נעמען, ס'איז שוין דא אסאך שוכני עפר, אבער יעדער ווייסט פון וועם מען רעדט און וויפיל הנאה זיי האבן געמאכט פארן רבין.
לאמיר רעדן פון ר' סענדער דייטש ר' לייבוש לעפקאוויטש, געווען גענוג געטרייע גווארדיסטן פארן רבין ז"ל, און מיט דעם אלעם האבן זיי איינגעזען אז ס'דארף זיין א ממלא מקום.
דער פאפער רב בעל ויחי יוסף איז נאך געווען אזוי קלוג פון די אלע אני אמלוך אידן, און דער ראחובער רב א תלמיד פון עצי חיים אויך
די אלע זויערע אידן האבן ליב צו פארקנייטשן די היט און זאגן "אה, רבי זכרוינע לבראכע געווען דער לעצטער אמת'ער מנהיג"
אפשר איז דער דברי חיים געווען דער לעצטער, דער רבי ז"ל אליין האט געזאגט אויפן שינאוואר רב ער האט זיך נאך מיטגעכאפוט אויפן וואגן פון תלמידי בעש"ט, איז ווי נעמט עטס דאס אז דער רבי איז געווען דער לעצטער.
איין חסידות איז דא וועם עטץ האטס געוואלט נאכמאכן אז ס'איז נישטא א ממלא מקום, ברסלב, וראו מה עלתה להם
ס'בליייבט נישט איבער נאר וואס מעתיק צו זיין וואס שטייט אין נוצר חסד (פ"ו מ"ב) בשם רבי ר' אלימלך פון ליזענסק, כל מקום שאין שם ראש ומנהיג אז הס"מ שרו של עשו נעשה שם ראש.
און צו דעם האבן די זאלונים זוכה געווען, אשרי להם ואשרי חלקם, מ'איז מבטל די גאנצע תורה די גאנצע ויואל משה אלעס פאר איין סיבה
רעבי ז זי זיכ זיכר זיכרו זיכרוי זיכרוינ זיכרוינע ל לי ליוו ליוור ליוורא ליווראכ ליווראכע עעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעע
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2009 03:55 |
|
| |
וואלען ס"ח
כ'האב נישט געוואוסט אז די קענסט אזוי גוט
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2009 05:05 |
|
| |
אין ליבאוויטש איז אויך נישט דא קיין ממלא מקום ווייל די רעבי זכרונהלברכה לעבט נאך...
די סאטמארע לאכן פון די ליבאוויטשע וואס זענען א גאנצן טאג ביזי מיט די רעבי זאל זיין געזונט און שטארק...
אבער די ליבאוויטש'ע לאכן אויף פארקערט פון די פאר נערישע זאליס מצורעים וכו', וואס האלטן בעסקלי אזוי:
די רבי האט נישט געוואלט מהודר'דיגע מצות, נישט קיין ממלא מקום א מאן נאר א רעביצן, נישט זינגען ח"ו חי' ה' פאר די אייער צוויבל, זינגען די ניגונים פון יוסף אשכנזי רעביצן, נישט זאגן קיין תורה שושן פורים, לא תבושו טאנצן נאר אויף זיין ניגון, עסן דייקא בארן קאמפאט, נישט האבן א מהודר'דיגע שחיטה, נישט האבן שערי חמלה, נתון יוסף זאל פירן אידישקייט, עסן נאר די רעביצן טשיז קעיק, פרויען פארטי זאל זיין נאר אין בית המדרש, דער געלער בדחן זאל פארקויפן גארביטש אויף אים, די רעביצן הייליגע קאקאש קעיק, ישעי' יעקב שטויבער זאל זיך ארום דרייען וויינענדיג, וכו' וכו'
נאר אינעם הייליגען בג"צ האט דער רבי געוואלט גיין...
פרעגט קוטשי וואלי וואס איז דער מנהיג פון די משוגעים ער וועט דיר מסביר זיין דעם ענין מיט שפייעכטס...
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2009 10:49 |
|
| |
מה טובי: וויסען זאלסטו אז דאס וואס דער ברך משה איז געווארען ממלא מקום, דאס איז די גרעסטע צער פין יעדען סאטמערע חסוד, און דאס איז אויך געווען די גרעסטע ווייטאג פארען רבי'ן ז"ל דער ברך משה, איך האב אמאל ציגעזעהן מיט מיינע אויגען וואו איינע פין די אייניקלעך האבען ארויפגעברענגט די פרשה אויפען טיש ביי פרישטוג, די רבי איז געווארען זייער צעבראכען ווען ער האט גערעדט דערפין ממש איך קען נישט באשרייבען וואו צישאסען די רבי איז געווען יענע גאנצע טאג.
און די קרעדיט קימט זיך פאר צוויי מענטשען אויב מען קען זיי ריפען מענטשען, קיין איינע פין די צוויי לעבען שוין נישט וועל איך נישט זאגען קיין נעמען, נאר אזויפיל איינער איז געווען א מאן'ס פערזאן אין איינע א פרוי, דער מאן וואס האט דאס בידיים ארלעדיגט האט נישט מוצא שנתו געווען אין די פרוי וואס האט דאס נאר קארדינעטעט האט יא מאריך ימים געווען יארען שפעטער, נאכען נישט איבערלאזען קיין אנדערע ברירה נאר איין אויסוואל פאר א ממלא מקום, ונסתרים דרכי ה'.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2009 15:51 |
|
| |
רבי יונה
כ'האב קיינמאל נישט געכאפט אז דאס וואס איך זינג נישט חי ה' פאר די אייער און צוויבל איז וועגן רעבי ז"ל, איך קוק בדרך כלל נישט די שטותים אין זמירות דברי יואל, איך פלעג נאר אסאך עסן ביי מיין זיידן און ער פלעגט אזוי טון האב איך אויך אזוי געטון (מיין טאטע טוט נישט אזוי), יעדע וואך זוך איך נאך א מעשהלע ווי אזוי צו האלטן מיינע קינדער ווייל מען קען דאך נישט זינגען חי ה', בלי נדר די וואך אנגעהויבן זינגט מען חי ה' גראד נאך די פיש.
אגב איז דא א באקאנטע בריוו וואס דער רבי דער ברך משה האט געשריבן בנוגע די מנהגים אין הגדה דברי יואלס'איז געדרוקט אנהייב שו"ת וישב משה פון הג"ר משה זאב זארגער, איך בין עס מעתיק דא:
ב"ה
עש"ק לס' וצויתי את ברכתי לכם בשנה הששית תשמ"ו לפ"ק
שלומים מרובים וכט"ס לכבוד ידידי הרב הגאון חריף ובקי נפלא ויראתו קודמת לחכמתו כש"ת מוה"ר משה זאב זארגער מו"צ דקהלתנו בקרית יואל בירושלים עיה"ק.
קיבלתי מכתבו, דעתי ג"כ שהיטב אשר עשה לרמז בקראו שם ספרו היקר ולרמז בהשם שמו ושם אביו ז"ל והוא בודאי לכבוד אביו ז"ל, וידוע שרש"י רמז שם אביו בתחלת ספרו הגדול על התורה.
ובענין מה שכתב מע"כ ע"ד מה שנדפס בהגדה של פסח מנהגי מרן דודי הגה"ק זצולל"ה שאסר העיסה שנפל בה סיד, אין לדבר זה שום שייכות עם סיד דוקא רק הי' זהיר שלא יפול שום דבר בהעיסה, כמו שהחמיר הגר"א ז"ל בסימן תס"א.
ואגב בודאי ראה שנדפסו שם הרבה דברים בטלים וגם שקרים כמו בס"ק מ"ו וס"ק ס"ג ועוד.
והנני מברכו שהשי"ת יהי' בעזרו ללמוד וללמד בתוה"ק מתוך הרחבת הדעת וכל טוב עדי נזכה כלנו לשמוח בשמחת כלל ישראל ושמחתן.
ידידו דושת"ה באה"ר.
משה טייטלבוים
יו"ט שחל בשבת טאר מען נישט זינגען נאר כל מקדש און מנוחה ושמחה, ב"ה רוב אידן האבן שוין דעם מנהג אויך אויסגעריסן
נ.ב. באנאנע, האסט עפעס זייער נישט קלאר געשריבן, זיי מסביר וואס דו שרייבסט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2009 16:10 |
|
| |
בענאנע:
מיינסט אוודאי נישט מיך נאר מה_בני
אבער איך פארשטיי נישט וואס די שרייבסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2009 16:25 |
|
| |
איך וויל נישט אריינגיין אין פרטים, אבער דאקטוירעם האבען אין יו"ד יארען פעסט געשטעלט, אז ווען נישט א געוויסע מעשה רצוחה וואלט דער בעל דברי יואל געהאט אן אייניקעל, וואס וואלט ווען געקענט זיין א ממלא מקום.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2009 16:35 |
|
| |
מיינסט צו זאגען אז דאס וואס דער דברי יואל ז"ל האט נישט איבערגעלאזט קיין מ"מ פון יוצאי חלציו דאס איז צו פארדאנקען דיינע אויבענדערמאנטע 2 מענטשען.
א איד טאר נישט אזוי רעדן, ס'איז געווען רצון ה', אפילו ס'איז געווען מענטשליכע (?) האנט דערינען, אבער אזוי ווי די זאגסט נסתרים דרכי ה'....
|
|
|
|
|