|
|
| נשלח ב-8/5/2009 16:48 |
|
| |
רח"ל די דיבורים וואס מ'רעדט דא.
בענאנע, זאג , די געדענקט נאך די יו"ד יארן ? די האסט געזעהן א צעטיל פון א דאקטאר? אדער האסט עפעס א מה שהוא פרוף אויף דיין שוידערליכער בילבול ?
איך האב נישט קיין אנונג וועלעכע צוויי מענטשן די בארעדסט דא, איך ווייס נישט וואס די מיינסט, איך הער יעצט א נייער בילבול.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2009 17:46 |
|
| |
הער מיך איין מה בני איך געדענק נישט די יו"ד יארען אין אויך נישט די האוליקאסט, אבער איך גלייב אין ביידע אפיי' פריעדמאן פין איראן לייקענט עס, און די מעשה גלייב איך אויך אפי' מה בני לייקענט עס.
איך גיי נישט אריינגיין אין די נושא, איך האב שוין געשריבען מער וואו איך האב געוואלט, איך בין דיך מכבד אליין אויסציפרעגען די אידען וואס געדענקען נאך יא די יו"ד יארען. ותמצא פלאות. אז די ווילסט קענסטו אנפרעגען דוד 46 ער האט אמאל געהאט א גאנצע באשרייבונג דערוועגען, ער האט דאס בשעתו געפלאנט אריינצולייגען אין א געוויסע צייטונג, אבער למעשה האט עס נישט אויסגעפעלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2009 17:50 |
|
| |
איינער האט מיר דאס אריין געשיקט אין אושית אין געבעטן איך זאל עס פאסטן ווייל ער האט נישט קיין רשות כתיבה
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2009 21:23 |
|
| |
מיר ווייסן יא פון וואס בענאנע רעדט און מיר פארשטייען נישט פאר וואס ער האט מורא ארויס צו שרייבן פרטים,
אדרבה למען ידעו דור אחרון איז א מצוה מפרסם צו זיין עושי רשע לדראון עולם,
מען זאל וויסן און געדענקען די ריכטיגע און אמתע נישט פארדרייטע פאקטן, מיר ווילן נישט שרייבן קיין וד"ל,
בענאנע רעדט פון די רשעים וואס האבן געהארגעט די גאלדענע רויז,
די איינציגסטע פארבליבענע טאכטער פון רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע נאך דעם צווייטן וועלטס קריג,
ה"ה הרבנית הצדיקת חיה רויזא טייטלבוים-(מייער) ז"ל,
און מיר שרייבן ארויס הי"ד,
בענאנע רעדט פון דעם וואס מען האט איר אראף געקאפעט די טרעפ פון 500 בעדפארד עוועניו, - זייענדיג אין די מיטעלע מאנאטן, יא, א אייניקל פארן בעל דברי יואל -
יענעם ערב יום הקדוש, וואס איז ליידער זכור לשמצה,
וואס דאן האט מען אויך נישט אריין געלאזט מתחילה בן אחיו חביבו מרן הברך משה זי"ע,
און ענדליך ווען ער איז שוין יא אריין זיך מזכיר זיין פארן הייליגן טאג,
האט זיך דער גרויסער פעטער פאר אים אויס גערעדט מיט ווייטאג,
איין איינציגע טאכטער האב איך און קומט זיך נישט געזעגענען פון איר טאטן ערב דעם הייליגן טאג,
דער ברך משה האט גענטפערט - זי איז דאך פארט געווען זיין געשעצטע שוועגערין -
[אנדערע זאגן אז ער האט נישט גענטפערט]
אז זי איז יא דא געווען מען האט איר נאר נישט אריין געלאזט,
דער דברי יואל האט געפרעגט ווער האט נישט אריין געלאזט,
אויף דעם האט דער ברך משה שוין נישט גענטפערט,
יא, א געוויסע פרוי וואס האט געוואוסט אז זי האט שוין נישט קיין רחם און קען נישט האבן,
נאך דעם ראטשעסטער שפיטאל, וואס דאס האט מען אויס באהאלטן פון איר גרויסן מאן,
איינער נישט דאס איז געווען בן אחיו הברך משה,
און די מומע האט אים עס שפעטער פאר געהאלטן ביי די אסיפה ביי ר' לייבוש לפ"ק אין שטוב,
און נאך דעם וואס זי האט זיך נישט געקענט האלטן דאס מויל,
כפי ברכת, הבטחת וציווי הרה"ק בעל דברי מנחם מסטראפקאוו זי"ע
יא, ליידער די מושג אז איך קען נישט זאל אלעס אונטער גיין,
איז ליידער נישט קיין נאווינע אין די קורות ודברי הימים אין די סאטמארע היסטאריע,
דער בעל דברי יואל האט זיך אויס געדריקט בשעת ער איז געזעצן שבעה נאך זיין באליבטע טאכטער,
איך האב נישט געוואוסט אז זי איז געווען קראנק, קאן זיין אז איך וואלט איר געקאנט אויס בעטן,
איר הערט דיבורים עס שוידערט אויף יעדן רעכט דענקענדיגן מענטש,
א טאטע ווייסט נישט אז זיין איינציגסטע פארבליבענע צווייגעלע איז נישט געזונט,
נישט געציילטע טעג, נאר א גאנצע מאנאט,
פון ערב יום הקדוש ביז צו איר פטירה אין מיטן מר-חשון, י"ד בו,
יא, די זעלבע אינשי דלא מעלי ווי מרן רבינו הברך משה האט זיי מיט יארן שפעטער [נאך שיין] באטיטעלט,
האבן אויך געוואלט אויס באהאלטן אין תשכ"ה, ביי דעם באזוך אין ארצינו הקדושה,
אז זיין פלומעניק און געוועזענער איידעם, אוי, דער באליבטער ר' ליפאלע ליגט על ערש דוי,
נאר עס איז דאן מקויים געווארן זממם בל תפק,
אוי, ווער עס האט מיט געהאלטן אדער ווייסט נאך צו פארציילן פון דעם הארץ רייסנדן ביקור חולים,
וויפיל טרערן עס זענען דארט פארגאסן געווארן,
מיר האבן נאך נישט בארירט דעם גאנצן טעמע וואס איז ארוכה מארץ מידה, 1. די סיבה פאר וואס מרן הברך משה האט זיך אריבער געצויגן קיין ב"פ, 2. ווער איז שולדיג אין שטיצן די העצעס קעגן דעם קלויזענבורגער רב, 3. וועגען וואס דער דעמאלטסדיגער ר"י אין ירושלם הרמ"א האט מען ארויס געווארפן פון שטוב, ווען ער איז געקומען קיין אמעריקא, נאכן צו ברעכן זיין שטענדער און בענקל אין בימ"ד אין ירושלם, און אלע יארן איז ער געבליבן זיצן ביי שלש סעודות צווישן צוויי בענק [נישט אויף] א בענקל האט געפעלט.
עס זענען מן הסתם אריין געפאלן עטליכע אום פונקטליכקייטן, עס איז דאך שוין אריבער באלד זעכציג יאר און געצייכענט געווארן איז עס נישט, עס איז נאר אריבער בשמועה מפה לאוזן, מאימת המלכה,
ווי אדונינו דוד המלך האט געשריבן שגיאות מי יבין,
און די מלחכי פינחא וועלן זיך זיכער ארויף כאפן דערויף, ווי צו א געבראטענס,
אבער פון מיר זאלן זיי קיין ענטפער נישט ערווארטן,
ווי דער חכם מכל האדם שלמה המלך האט אונז אן געווארענט אל תען כסיל,
ווי אויך האבן מיר עטליכע וויכטיגע אנדעקאטן און קאמענטארן אויף דעם תוכן פולע פתיחה פון דעם אשכול,
וואס אויב עס וועט זיין עיתותי בידי וועלן מיר עס אי"ה בעזהי"ת ארויף לייגן ביי דעם קומענדיגער געלעגענהייט,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2009 22:30 |
|
| |
ביבער פארצייל אלעס, נישט מיט קיין רמזים.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2009 22:42 |
|
| |
די אלע לבלרים דא זענען פרי עמלו פון ר"א ט"ב וואס ארבעט שוין מיום עמדה על דעתו (?) אז דער מושג פון רביה"ק זי"ע זאל אויסגעראטן ווערן פון דעם עולם, און ליידער קען מען זאגן אז ער איז היבש מצליח, געוואלד ווי האלטן מיר אויף די וועלט? קומען שרייבער וואס זענען אלע פון סאטמארן חדר אין זענען בועט ברבם ואביהם אויפן נידריגסטן אופן וואס נאר שייך.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2009 23:01 |
|
| |
ביבער, יישר כח פארן נישט פארדעקן היסטאריע
דאס איז אויך איינע פון די שקרים וואס מען פלעגט נאכזאגן אז דער רבי איז נישט מוחל ווער ס'וועט רעדן פון די פרשה
וואס איז אבער פשט פון די ווערטער
און נאך דעם וואס זי האט זיך נישט געקענט האלטן דאס מויל,
כפי ברכת, הבטחת וציווי הרה"ק בעל דברי מנחם מסטראפקאוו זי"ע
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2009 23:53 |
|
| |
ישר כח ביבער,
כ'האב נישט געוואוסט אז מ'האט נאכגעזאגט פונעם רבי'ן אז ער איז נישט מוחל ווער עס וועט רעדן דערפון, וואס איך ווייס יא איז אז ווען כ'האב געפרעגט אידען דערוועגען האבען זיי מיר קיינמאל נישט געוואלט ענטפערן,
און יעצט נאכדעם וואס באנענא האט געשריבען ברמיזה האב איך געפרעגט מיין טאטע (יא, דער מיט די נעגל....) און ער איז רויט געווארען און מיך תיכף צוריק געפרעגט וואס ס'איז די וועטער פאר מארגען, און האט זיך נישט געלאזט אויספרעגן,
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס....
ס'איז אזא בחינה ווי איך האב חוה"מ פסח נ"ט געציטערט צו טראכטען שלעכטס אויף משה גבאי ווייל די רבי ז"ל - ברך משה האט געזאגט שארפע ווערטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2009 08:47 |
|
| |
מיר האבן נישט געוואוסט אז דער רבי ז"ל [דבר"י] האט געזאגט אז ער וועט נישט מוחל זיין ווער עס וועט רעדן פון די פרשה,
אפשר ווען מיר ווייסן וואלטן מיר נישט געשריבן דערפון 
עס דערמאנט מיר א ענטפער פון איינע פון די היימישע רבנים פון פריערדעגן דור ז"ל,
וואס האט געזאגט אז לערנען אין רבינס ישיבה איז קרוב להפסד יותר מן השכר,
מיט די מחיקה קלה תקנה,
מיר האבן אויך נישט אן גערירט די נקודה הפנימית ווער עס איז געווען דער שליח [אנטשולדיגט, שעיר המשתלח] איבער צו געבן פאר דעם צובראכענעם טאטן אז זיין איינציג פארבליבענע טאכטער איז שוין אויך נישט דא, ווער זענען געווען די צוויי יושבים ראשונה במלכות וועלכע זענען אים געקומען בעטן אז ער זאל זיין דער שליח ? פאר וואס זענען זיי אריבער געקומען פערזענליך ? נישט גערופן דורך דעם טעלעפאן ? ועוד יש להאריך בזה טובא.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2009 08:51 |
|
| |
אויך נישט פארגעסען די סבה פארוואס מען האט אנגעהויבען צי רודפן דעם סיגעטער(עפל) נאכדעם וואס ער האט געוואלט אז דער רבי זצל זאל איבערלאזען א יורש (אין נישט געטראכט פין זיך) האט ער געגעבען אן עצה וואס די רביצין איז געוואיר געווארען דערפין
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2009 10:31 |
|
| |
סופערמעסי ביטע לייג שוין ארויף דעם צווייטן חלק, עס איז דאך יעצט דער יומא דפגרא פון דעם אמונה טפילה, 'מירון אותיות מאנרא' (איינע פון די געוואלדיגע בליצן פון עזריאל גליק בערך אזוי ווי 'משיח וועט ווייזן מיטן פינגער'...) ווער געדענקט דען נישט ווען דער שגעון האט געטריבן אלע סאטמארע אידן צום ציון הק' פון רבי'ן ז"ל ביום ל"ג בעומר.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2009 12:55 |
|
| |
סופרעמעסי א גרויסן דאנק
אז מען איז גוט מדייק פינעם רבי'נס לשון זעט מען ווי ער שרייבט " אם הן המה דברים ששמעו מפי"
אין אזוי די זאגסט דעס שרייבט ער אויף ר' נתן יסף
אין די רבי האט דאס געפילט וויכטיג ארויס צישרייבן ווייל די רבי האט געוויסט אז "זיי" זאגן ליגנט אין זיין נאמען אין מען קען זיי מיט נישט טראסטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2009 16:51 |
|
| |
פינעם גאנצן על הגואלה לאכט'ס עטס ענק גוט אויס .
פלוצלניג פין די הקדמה כאפט'ס עטס ענק ארויף, אין אויף דעם חשבון מעג עטץ טיען כאלעריי שקאצרייען אין דער וועלט.
מען האט געפענט א סיסטאמאטישין סיסטעם אפ צי לאכן פין כל הקדוש לנו אין ליידער גייט עס
ווער ס'גייט עפעס נאך זאגן פין רבי'ן וואס ענק געפעלט נישט האט עטץ שוין די הסכמה פין רבי'ן אפ צי לאכן דערפין
אלעס ווייל אין זמירות דברי יואל איז דא נער'שיקייטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2009 18:02 |
|
| |
| געווארט כתב: |  | פינעם גאנצן על הגואלה לאכט'ס עטס ענק גוט אויס .
פלוצלניג פין די הקדמה כאפט'ס עטס ענק ארויף, אין אויף דעם חשבון מעג עטץ טיען כאלעריי שקאצרייען אין דער וועלט.
מען האט געפענט א סיסטאמאטישין סיסטעם אפ צי לאכן פין כל הקדוש לנו אין ליידער גייט עס
ווער ס'גייט עפעס נאך זאגן פין רבי'ן וואס ענק געפעלט נישט האט עטץ שוין די הסכמה פין רבי'ן אפ צי לאכן דערפין
אלעס ווייל אין זמירות דברי יואל איז דא נער'שיקייטן.
|
|
אפשר צייגסטו אן איין סימן אין על הגאולה וואס מען לאכט אפ, ביי אונז איז דער ספה"ק ויואל משה און על הגאולה קודש קדשים, ביי אונז איז הייליג און טייער אלעס וואס "דער רבי האט געזאגט", און נישט וואס די יוצא משרתים האבן געזאגט.
ובו בזמן איז ביי אונז הייליג וואס דער רבי האט מיט אונז געלערנט נישט צו גלייבן די אלע מעשיות וואס האבן נישט קיין מקור, יא און נאכאמאל יא, יעדע זאך וואס מען זאגט נאך פון רבין וואס האט נישט קיין הענט און קיין פוס לאך מיר אונז אפ.
אין לנו אלא דברי רבינו וואס ער האט געשריבן אין זיינע הייליגע ספרים, אין די אלע איש מפי איש זאכן אין אנו מאמינים, בפרט ווען ס'ווערט געזאגט דורך מענטשן וואס זיי אליין האלטן נישט זאכן וואס דער רבי שרייבט קלאר ארויס.
און יעצט קען מען אנהייבן לייקענען אין על הגאולה ווייל דער רבי זאגט אזעלכע ווערטער קילורין לעינים.
איך ווייס יעצט קומט די לעבנסלענגליכן טענה וואס איז מתיר אלע איסורים שבתורה, הלמאי סאשע רעדט עברית!!!!, מען פאלגט נישט ויואל משה.
איך האב שוין לאנג געוואלט מגיב זיין אויף דעם, ס'איז מיר נאר נישט אויסגעגקומע, ועכשיו שבאה לידי וועל איך דיר ענטפערן נאך פאר דו פרעגסט.
ס'איז מיר אויסגעקומען עטליכע יאר אין א צי זיך צו דרייען בבית רבינו שליט"א (נאך אלס רב), און ס'איז מיר אויסגעקומען צו זיין אויך בסביבות פון די רעבעצין, ס'הייסט איך האב איר אסאך געהערט רעדן אויפן טעלעפאן (איך שרייב נישט קיין פרטים מפני סיבות ידועות), איך געדענק נישט ווען איך זאל איר האבן גגעהערט רעדן עברית, יא, ס'מאכט זיך גענוג אז זי רעדן צו געשוויסטער און זי האט גענוצט א אויסדריק אויף עברית, אבער פירן א גאנצן שמועס דאס האב איך קיינמאל נישט געהערט.
יעצט לו יהא לשיטתך אז ממש זי רעדט עברית א גאנצן טאג, די יארן וואס רז"ל האט געוואוינט אין ירושלים, האלטסטו בשיטה אז זיין רעבעצין האט פון איר מויל נישט ארויסגערעדט קיין ווארט עברית, דארפסט מיר נישט ענטפערן, אבער כ'האף דו פארשטייסט דעם חילוק אז אויב איינער וואס קומט פון חוץ לארץ אהין, קומט גענוג אויס צו רעדן די טריפה'נע שפראך, איז כל שכן איינער וואס איז געבוירן און אויפגעוואקסן דארט איז זיכער אזוי, וויפיל היימישע ווייבלעך וואס האבן זיך אהער געצויגן פון א"י נוצן ליידער די שפראך.
און יעצט וועלן מיר אזוי דרך אגב אויסשמועסן די אויסגעדראשענע טענה אז רבינו שליט"א האט נישט געטארט ווערן רב אין קרית יואל וועגן וויזניץ.
ס'איז באקאנט ווען מען האט געדארפט אויפנעמען א ראב"ד אין ירושלים, און ס'איז געקומען די הצעה אויפן מנחת יצחק, זענען געווען וואס האבן געטענהט אז ער איז נישט אזא קנאי (אגב ער איז בזוו"ש אויך געווען א איידעם אין וויזניץ), האט דער רבי דעמאלטס געזאגט, א קנאי קען מען ווערן אין 24 שעה און א תלמיד חכם נישט.
קוקט אויס רבינו סר מן הדרך, ווי אזוי האט ער צוגעלאזט אזא מעסיגער מענטש ווי דער מנחת יצחק (אין יענע יארן) זאל ווערן ראב"ד פון די עדה החרדית, און ווי אזוי האט מען בכלל צוגעלאזט אז ער זאל ווערן דער ממלא מקום פון רבינו הקדוש, יא איר הערט גוט, ער האט ממלא מקום געווען דאס רבנות אין ירושלים נאך די פטירה פון רבין, ווי אזוי מעג מען, ער איז דאך א איידעם אין וויזניץ, ער איז נישט אזא קנאי, (און דוכט זיך ער האט געזאגט תורה שושן פורים אין ל"ג בעומר).
נאר וואס דען, מיר וועלן קומען צו די מסקנא:
נישט וועגן וויזניץ
נישט וועגן ציונות
נישט וועגן וכו' וכו' (איך געדענק שוין נישט אלע נארישע טענות)
האט מען גערודפט דעם רבין דער ברך משה ולהבחל"ח בנו רבינו שליט"א
נאר וועגן מען האט געזזען א המשכת הדורות, א המשכה פון הנהגת הקהלה על פי דרך התורה, א המשכה היפך פונעם איש כל הישר בעיניו יעשה, א קלין אפ פון אלע אינשי דלא מעלי (אזוי האט מען עכ"פ געהאפט)
והא ראי' די אלע רדיפות וואס דער רבי האט געהאט פאר תשכ"ו, אפשר קען איינער דאס פארענטפערן?
|
|
|
|
|