בדידי הוי עובדא:
אין יאר וואס רז"ל האט אנגעהויבן צו פירן הקפות בחיי אביו זצ"ל (איך געדענק נישט פונטקליך אויב תש"ס ... די יאר וואס אין סוכה איז פארגעקומען די יוסף שפיל דורך משה פראדל וד"ל) איז שמיני עצרת פארגעקומען א שאלה אינעם ס"ת אינמיטן קריאת התורה, מ'האט ארויף גערופן רז"ל דעמאלטיגער ראדני רב הצעיר, גייענדיג אויפן וועג צום באלעמער האט מען שוין געזען הכרת פניו ענתה בו אז די מצב איז ביטערליך, הכלל, ער קומט ארויף אין קוקט אריין אין ס"ת און קוקט אויף די עולם וחוזר חלילה, בקיצור אזוי ווי די ... אין בני אדם, סוף סוף קומט ער אויף מיט א מורא'דיגע געדאנק "מזאל רופן א סופר סת"ם", די עולם האט זיך געהאלטן אין די זייטן, דאס האט מען געקענט אליין טון אן די גאונישע פסק, חוץ מזה מ'האט געהערט אז מען רופט א קטן אבער א סופר ווי האט מען געהערט אזוינס?, אדהכי והכי איז קיינער נישט ארויף געקומען אים ארויס צוהעלפן, האט ער גע'פסק'נט אז מ'זאל צוריק לייגן די ס"ת און ברענגען א צווייטע ס"ת, (ס'איז נישט אזוי פשוט דאס צו טון וועגן ביזיון ס"ת, כידוע), וראה זה פלא מען ברענגט א צווייטע ס"ת, אין דער רב הייסט מ'זאל ווייטער ליינען ווי מ'האט געהאלטן פריער, (א סתירה מניה וביה, אויב ס'איז נישט כשר געווען די ערשטע ס"ת, דארף מען דאך איבער ליינען פון אנהייב) די מעשה האבן אלע מענטשן אין ראדני מיטגעהאלטן, אינטערעסאנט אז ער האט פון דעמאלט נאכנישט דורך געלערנט הלכות קריאת ס"ת.
תוקן על ידי מצות ב- 18/05/2009 12:43:15
 |
|
|