די וואך אין די בריווען אין דער איד איז געשטאנען אז די רבי זי"ע האט יא געלאזט פארן ל"ג בעמור קיין מירון
די קווינסער בחורים האבן היינט אין וויליאמסבורג אויס געהאנגען דעם צעטיל.
נשלח ב-19/5/2009 18:42
באקומען אין אישי פון זאלי_איד. אפענע בריוו צו די רעדעאקציע פון "דער איד" הי"ו
נשלח ב-19/5/2009 18:44
מיר האבן גענומען די מיה צו שרייבן די פאר ווערטער אין ליכט פון די לעצטע אנטשואינגן וואס קומען פאר אין די ראמען פון אונזער וואכנצייטונג "דער איד".
ווי יעדער ווייסט איז די צייטונג "דער איד" געגרינדעט געווארן דורך רביהקוה"ט זי"ע עס זאל דינען אלס חומה בצורה נישט אריינצונעמען די טריפענע גוי'אישע צייטשריפטן אין א אידישע ערליכע שטוב וואס איז מהרס יעדעס טראפעלע אידישקייט, און נאך כמה טעמים ווי עס איז שוין באשריבן געווארן בשעתו דורך דעם ארגינעלער רעדאקטער הרה"ח רבי סענדר דייטש ז"ל מראשי קהלתינו אין זיין ספר בוצינא קדישא.
און יעצט צום פונקט, די וואך זענען מיר תלמידי וחסידי סאטמאר אויפגעשוידערט געווארן ווי עס איז ערשינען א בריוול פון א ליינער (כ'מיין א שרייבער אין "דער איד") איך רעד שוין נישט פון די דברי סילוף ועמי הארצות וואס איז דארט געשטאנען אויפן חשבון פון רביה"ק ז"ל נאר פשוט ארונטערגעריסן דער יסוד אויף וואס דער צייטונג איז אויפגעשטעלט געווארן, נעמליך צו דינען אלס קול שופר אנטקעגן די פרעמדע גאס, און דער שרייבערל האט זיך צושמירט מיט זיין גיפטיגע פענע מיט האס און שנאה אנטקעגן חסידי סאטמאר צוליב די 'שוואכקייט' וואס זיי האבן נישט צו פארן ל"ג בעומר קיין מירון, און זיי האבן נאך די חוצפה פון הענגען לייליכער אין די גאסן מיט מחאות אנטקעגן דאס פארן.
הזאת נעמי?! פארדעם קויפן מיר און פאטאנזירן דעם איד?
אין אז איך האב שוין דאס פעדער אין די האנט פיהל איך פאר א פליכט ארויסצוברענגן די חוצפה פון אריינשטעלן מז"ט אין "דער איד" פאר דעם אויסווארף זינגער וואס האט חרוב געמאכט אונזערע דורות מיט זיין שטארקע כח הטומאה, און דאס איז שוין נאך וואס כ"ק רבינו שליט"א איז אזוי שארף ארויס פארגאנגענעם חוה"מ ביים אסיפה כללית אנטקעגן די ביטערע ערשיינונג פון די גוי'אישע מוזיק ביי שמחות וואס איז איינגעפירט געווארן דורך דעם זעלבען יונגאטש טמא ומטמא ל.ש., איך רעד שוין נישט פון די היפאקרטיזים וואס ליגט אין דעם פון לייגן איין וואך ריזיגע מחאות אויף די חינגאות פון דעם יעניגן און די קומענדיגע וואך שרייענדע באגריסונגן לכבוד די שמחה ביי דעם אויבנדערמאנטן.
נאך א נקודה, ווי עס איז באקאנט האט רבינו שליט"א ביי די דרשה חוה"מ מעורר געוועהן איבער די שעדליכע לייען מאטריאל ספעציעל די אנגלא-אידישע צייטונגען וואס קומען ליידער אריין אין אידישע שטובער, טייערע רעדעאקציע פון "דער איד" איר ווייסט ווער עס איז שולדיג אין דעם? איר ארויסגעבער פון דער איד, אנשטאט דער צייטונג זאל פרובירן צוצושטעלן גענוג רייכע לייען מאטריאל אז די פרויען (וואס זענען די עיקר ליינער פון די אנגלא-אידישע פרעסע) זאלן האבן וואס צו ליינען, איך ברויך נישט מסביר זיין, איר ווייסט גאנץ גוט וואס איך מיין, ענקער צייטונג איז יבש, פארוואס זאל דען נישט א ווייבל קויפן א אנדערע צייטונג ווען אין דער איד קען זי נאר ליינען מיט וואס סארא עקסטאז נשים צדקניות גרייטן זיך צום יערליכן פארטי פון מוסדות מאנטיווידעא, און סארא געהויבענע באזוך די פאפא רעבעצין האט אפגעשטאט אין די פאפא מיידל שולע אין מאנסי?
מיר האפן אז איר וועט זיך רעכענען מיט אונזערע געפילן און מאכן א גענצליכן טויש אין אייער רעדעאקציע.
נשלח ב-19/5/2009 19:35
צו דעם שרייבער וועלכער גיסט זיך אויס דאס הארץ צו די רעדאקציע אין דער איד:
מיין הארץ גייט אויס צו דיר, און צו די זעלבע צייט האב איך פשוט רחמנות אז דו רעדסט דיך נאך איין אז "דער איד" איז דא פאר עפעס וואס דער רבי זי"ע האט געמאנט אדער געפאדערט, און עס שרייט ארויס פון דיר דאס ווייטאג: הלמאי, דער איד איז דאך געגרינדעט געווארן פאר דעם ! ניין?
דער איד איז געגרינדעט געווארן צו באקעמפען דעם רעיון הציונות. אמת ויציב.
אבער ווער איז באלעבאס דערויף, און אין וועמענס הענגט ליגט עס, און וואס איז היינט דער אמת'ער ציל פון דער איד?
אויף וואס איז משה פרידמאן מקדיש דעם גאנצן צייטונג?
אויף צו האקן אויף אלע וועלכע גייען נישט אין שפאן. אראפרייסן און מבזה וואך איין וואך אויס, און מיינטסטו שרייבער אז איינער צעקראצט זיך? א גרויסן טעות.
מ'לאכט זיך אויס פון דער איד, ווייל פינקט ווי עס אינטרעסירט אונז נישט וואס דער פארווערטס שרייבט, אינטרעסירט אונז קיין משהוא נישט וואס דער איד שרייבט. לאז ער בילן און שרייבן און וכל המרבה הרי זה משובח.
דאס וואס דער איד ווערט געפירט דורך משכילים און ליצים און צו די זעלבע צייט איז ער נאך דער אפיציעלער גבאי און פארטרעטער פון אייער רבי'ן, צייגט קלאר אז ער איז דער פאליסי מאכער, ער איז דער דעסיזשאן מאכער, ער איז דער פוסק אחרון ביי ענק, על פיו יצאו ועל פיו יבואו. קיין דיינים, קיין בית דין, קיין הנהגת התורה, קיין רבי זי"ע קיין רבי שליט"א.
און אויב ווילסטו זיך איבערצייגן אינעם ווארהייט פון מיינע ווערטער, גיב איך דיר דעם טעסט:
אויב וועלן ארויסקומען די דיינים פון ענקער קהילה, ענקער בית דין און די רוחניות'דיגע מנהיגים און אריינשטעלן א מחאה קעגן "דער איד" (דאס בריוול האט זיך נישט אריינגעגליטשט בטעות. עס איז געטאן געווארן בערמה). וועל איך דיר אפען זאגן אז יא, עס איז ביי אייך דא הנהגת התורה.
איך ווייס קלאר אז קיין שום מחאה קעגן "דער איד" וועט נישט זיין פון ענקערע דיינים. ע"כ זאג איך דיר בתורת שבועה: סאטמאר שע"י רז"ל ווערט געפירט דורך משה פרידמאן הוא ולא אחר!
און נישט אומזיסט טראגט אייער רבי און אייער קהילה און אייערע רוחניות'דיגע פירער אזא ארימצייגעניש, אזא דערשלאגן פנים אומעטום. מיט א רבי'ן משה פרידמאן וואס ער טוט מיט רז"ל ביי די 55 יאר, דאס וואס ער האט געטאן מיט זיין פאטער ביי די 90 יאר - האט מען די רעזולטאטן.
איך פרוביר קיינעם נישט איבערצומאכן מיט מיין געשרייבעכץ:
2) ווייל מיר נויטיגן זיך ב"ה נישט אין קיין נייע מענטשן. מיר דארפען פון בוכ"ע השפעות טובות, פון די זאליס ברויכן מיר ב"ה גארנישט!
נשלח ב-19/5/2009 20:15
נאך א געלונגענער ביישפיל פון די "רעבע זכרוינעלבראכע" שגעון, וואו יעדער ראצער נעמט זיך די רעכט אפצומאכן וואס ס'איז געווען דעם רבי'נס מיינונג, באזירט אויף זיינע אייגענע פריוואטע געפילן.
אפשר קען עמיצער מגלה סוד זיין פאר דעם קווינס שרייבער אז זיין אייגענער רז"ל פילאפף, איינער פון די נייע "רבי זכרונו לברכה'ס" בדורינו, איז יארן לאנג געפארן ל"ג בעומר קיין ארץ ישראל זיך דערקוויקן דאס הארץ ביי די אויסטערלישע שמחה פון רבי שמעון בן יוחאי?! ער האט נאר אויפגעהערט צו פארן ווען ער האט געזען אז מ'האלט אים ביים קרוינען אלס דער לעצטער אין א לאנגע רייע פון ממלא מקום'ס פאר די "רעבע זכרוינעלבראכע" שגעון, און באשלאסן אז ס'לוינט אים נישט פאליטיש.
ביידע פאקטען וואס די שרייבסט דא אז עס איז באוויסט פאר יעדעם, זענען נישט ריכטוג. ערשטענס די רבי האט די צייטונג אפגעקויפט, און ער האט דאס נישט אליין געגרינדעט.
צווייטענס ר' סענדער איז נישט דער ארגינעלער רידאקטער, קודם כל דער ארגינעלער רעדאקטער איז מיטגעקימען דער וואס איז געווען רעדאקטער פאר מען האט דאס אפגעקויפט, און נאך אים איז געווארען די רעדאקטער ר' מאיר וואלף גאלדשטיין לרפו"ש און ר' בערל פריעדמאן און איך מיין אז עס איז געווען נאך איינער אינצווישען און הערש נאכדעם איז ר' סענדער געווארען רידאקטער.
איך גיי נישט אריין אין די נושא וואס איז היינט געווארען אז כל הרוצה ליטול את השם נוטל, און מען רעדט אין נאמען פין רבי'ן וויפיל מען וויל, עס איז נישט אינטערעסאנט פאר מיר צו דיבארטירען די נער'ישקייט, איינער האלט אז די רבי האט נאר געלאזט יענם משב"ק עסען קרעמיש קעיק אין איינער האלט אז ער האט נאר געהייסען מען זאל אים איבערלאזען ווייל ער האט אים ליב געהאט, און ר' עזריאל האלט גאר אז די רבי האט אזוי געזאגט ווייל ער האט אים געוואלט טשעפען, איך לאז מיך נישט אריין אין דעם נושא.
פאר מיר איז דעם רבי'ןס נקודה אין זיינע ספרים, איך טרעף דארט וואס איך זיך, טאקע נישט אלעס איז לויט וואו איך האב געוואלט טרעפען, אבער ווען איך זיך וואס די רבי האט געהאלטען טריי איך צו פארגעסען אלעס וואס איך האב געהערט און נאמען פין רבין אין איך זיך עס אויף אין די ספרים, און ווען מען טרעפט נישט דארט קיין מיינונג מיינט נאך נישט אז מען מאכט א היימישע, מען גייט פשוט צו א רב פרעגען.
נאר דאס אז מען פארדרייט פשוטע פאקטען צו ווייל מען ווייסט נישט, אדער ווייל מען וויל מאכען די עבירה גרעסער, און מען שרייבט צו דאס איז פאר יעדעם באקאנט, דאס ברענגט זייער גוט ארויס די גאנצע מהלך וואס זיי האבען אין תורת רבינו,( אפי' באמת איז נישט צו שטארק משנה די פונקט וואס מען וויל דארט ארויסברענגען אבער די תורת רבינו זענען זיי אויך נאר משנה דא א ביסעל און דארט נאכמער).
תוקן על ידי בענאנע ב- 19/05/2009 22:41:55
נשלח ב-20/5/2009 01:16
1) די גאנצע ברייוו פין קווינסער בחורים איז געמאכט צי פארדעקן די בלאמזאש
פין די רציחה פין די קווינסער בחורים
2) בחורלעך פירן היינט די קינאות ביי די הגז"ל פארטיי ( נישט דער ארבער בן ציון שווארץ )
3) בן פראדל פלאקרט אז מען הענגט אפיצעל אויף אין "זיינע " בתי מדרשים מחואת קעגן אים
ווער געדענקט ווען ער האט געשאלטן ווען מען פארברענט דעם איד אין קרית יואל.
נשלח ב-20/5/2009 01:33
1) די אהרונים פרובירן אויף אלע אופנים צו באשמוצן די ישיבה הק' אין קווינס, אזוי וועט מען נישט רעדן פון די טעגליכע אקטיוויטעטן וואס טוט זיך אפ אין מאנרא ישיבה. 2) אזוי ווי די זאגסט, אפילו סופרעמעסי האט פרובירט אפצושטעלן די אמונה טפילה וואס רופט זיך רבי ז"ל (עפ"ל) ווייזן די ישיבה בחורים די געטרייע סאלדאטן אז לא אלמן ישראל, דער קול מחאה וועט ווייטער דערהערט ווערן. 3) ווער האט פאברענט דעם איד אין קרית יואל? אויך די קווינס בחורים???