| נשלח ב-20/5/2009 05:49 |
|
| |
וואל רעזולטאטן אין מאנסי
גאנץ מאנסי איז ארויסגעקומען שטימען אין די סקול באורד וואלן מיט אן אומגלויבליכן בלאק וואוט.
ווי מען האלט יעצט זענען די היימישע קאנדידאטן פאראויס מיט צווישן 53 און 56 פראצענט.
די פראפאזיציע 2 צו באגרעניצן באס טראנספארטאציע פאר חרדישע מוסדות איז דורכגעפאלן (דערווייל) מיט 69 פראצענט.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2009 05:55 |
|
| |
ראמאפא איז די איינציגסטע פלאץ וואו די היימישע אידן קומען נאך ארויס שטימען פאראייניגט אין א מעכטיגן בלאק וואוט, אן קיין פאמפע דראמפע, מייקס, קאלירפולע צעטלעך א.א.וו. כאטש ס'רעדט זיך פון בלויזע סקול דיסטריקט וואלן.
ווער ס'האט הענט און פיס איז ארויסגעקומען שטימען. ס'איז געווען א גרויסער קידוש השם, און ווי ס'קוקט אויס האט די אידישע מאנסי געהאט א זיג.
באלד וועט מען הערן די ענדגילטיגע רעזולטאטן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2009 06:00 |
|
| |
11 אזייגער אפדעיט
די היימישע קאנדידאטן האבן (דערווייל) אנגעצויגן שטערקער ווי 3 קעגן 1.
פראפאזיציע 2
איז דורכגעפאלן 77 קעגן 23 פראצענט
קאהן געווינט
67 קעגן 32
סאלאמאן
65 קעגן 34
סטאון
68 קעגן 31
און מען האט נאכנישט געציילט אלע אידישע שטימען.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2009 06:03 |
|
| |
ווי ס'קוקט אויס וועט דער בודזשעט דורכפאלן.
הערה: מען האט נישט געזאגט פאר'ן עולם וויאזוי צו שטימען אויפ'ן בודזשעט אבער מאנסיער אידן זענען אנגעווייטאגט פון צענדליגער יארן פון ווערן געטרעטן אויף די הינער אויג און צוקוקן וויאזוי זייערע טעקסעס ווערן געהעכערט און ס'איז שוין אן אויטאמאטישע זאך אין מאנסי אז מען שטימט קעגן דעם סקול בודזשעט, יאר איין יאר אויס, כאטש היי-יאר האט הר"ר בנציון ווידער, דער ענערגישער היימישער סקול באורד מעמבער, וועמען מען האט פאראיאר צום ערשטן מאל אריינגעברענגט, באוויזן שטארק צו רעדוצירן די סקול בודזשעט העכערונג.
האפנטליך מיט'ן האבן א מאיאריטעט מעמבערס אויף די סקול באורד וועט ער שוין ביי די קומענדיגע עלעקשאנס קענען אינגאנצן אפשטעלן די זינלאזע סקול בודזשעט העכערונגען.
ר' בנציון האט שוין געזאגט אז אויב דער סקול בודזשעט וועט דורכפאלן היי-יאר וועט ער לייגן גרויס דרוק נאכמער צו רעדוצירן די סקול בודזשעט העכערונג ווי די רעדוקציעס וואס ער האט שוין געמאכט.
תוקן על ידי ziskeit ב- 20/05/2009 6:05:07
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2009 06:24 |
|
| |
ענדגילטיגע רעזולטאטן
13,000 מענטשן זענען ארויסגעקומען שטימען
כמעט 9,000 פון זיי זענען געווען היימישע אידן
דער בודזשעט איז דורכגעפאלן
54 קעגן 45 פראצענט
3,802 שטימען דערקעגן
3,202 שטימען דערפאר
(די היימישע עסקנים האבן נישט גענומען קיין שטעלונג אויפ'ן בודזשעט היי יאר)
פראפאזיציע 2 צו באגרעניצן די באסעס פאר היימישע מוסדות איז דורכגעפאלן
77 קעגן 22 פראצענט
8,968 שטימען דערקעגן
2,630 שטימען דערפאר
די היימישע קאנדידאטן האבן שטארק געווינען
דער היימישער קאנדידאט ר' משה קאהן איז אריינגעקומען
67 קעגן 32 פראצענט
8,967 שטימען פאר קאהן
4,276 שטימען פאר'ן קעגענער
אלי סאלאמאן (פון אלי'ס בעגעלס)
איז אריינגעקומען 65 קעגן 34 פראצענט
8,498 שטימען פאר סאלאמאן
4,570 שטימען פאר זיינע צוויי קעגענערס
דער אינקאמבענט סעמי-היימישער קאנדידאט ריטשארד (ישי) סטאון האט געוואונען ווידערערוויילונג
68 קעגן 31 פראצענט
8,666 שטימען פאר סטאון
4,022 שטימען פאר'ן קעגענער
תוקן על ידי ziskeit ב- 20/05/2009 6:23:57
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2009 06:34 |
|
| |
קידוש השם: היימישע סקול באורד מעמבערס זענען סאך מער ווירקזאם ווי גויאישע סקול באורד מעמבערס
בעל כרחך יענה אמן. ליינט וואס דער ווייס פרעזידענט פון איסט ראמאפא סקול באורד שרייבט, וויאזוי די היימישע אידן מאכן סאך א בעסערן דזשאב אפילו פאר די גוים!
'Us vs. them' mentality hurts East Ramapo
No one will win the "us or them" campaign that is currently being waged in East Ramapo. In his May 15 letter, "'Bloc's' real power is they turn out to vote," Steven White seems to wrongly characterize anyone from the non-public school community with a voting "bloc" that is against public education in East Ramapo. Anyone who regularly attends school board meetings knows that there are many positive contributions from the "non-public" board members. Richard Stone has been recognized by New York State School Boards Association for Mastery of Boardsmanship. Aron Wieder and Moshe Hopstein have attended PTA functions and have visited many of our schools. Nathan Rothschild has served on the board for 13 years and has personally donated to support auxiliary East Ramapo programs when the school board could not provide assistance. The reality is that since the "bloc" took "control," the board has made many enhancements, which include a long desired full-day kindergarten program, improved energy efficiency in our schools, and expansion and renovation of the tennis courts at Spring Valley High School. This year the board made the difficult decision to close an under-utilized elementary school.
The biggest challenge that our unique district faces, is that the state aid formulas are unfair and continue to underfund East Ramapo.
This is our district. We provide educational services for more than 26,000 children. Know the facts and vote for unity in East Ramapo.
Stephen Price
Chestnut Ridge
The writer is the vice president of the East Ramapo Board of Education.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2009 06:40 |
|
| |
איי איז דאס גיט געוועהן אזא זיג צי האבן...
איך האב געארבעט פין 12PM ביז PM10:30 צי נעמען מענטשען...
אין ביי די עלעקשען HQ איז ממש געוועהן פריילעך די עולם איז ממש שיכור פין פרייד!!!
זיסקייט די וואוינסט אפשר אין מונסי? אפשר האב איך דיך געדרייווט?איך בין געוועהן דרייווער 12
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2009 06:50 |
|
| |
אה, נאך גוט אז מיר זענען אמאל אויף איין צד...
אבער מר. עלמאנסי, נאך אביסל קומט פאר וואלן פאר סופערווייזאר, מאך זיכער אויך דארט נישט צו זיין א פורש מן הציבור.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2009 07:15 |
|
| |
זיסקייט איך וועל דיר זאגן פארוואס איך בין געווהן קעגן סט.לארענס.
ביז ממש פאר די לעצטע וואלן האט יעדער געבויט הייזער אין געבויט ממש מיעס.
אזוי ווי איך בין שוין אין מונסי פאר די לעצטע 22 יאר האב איך ליב וויאזוי מונסי האט אמאל אויסגעזעהן בין איך געוועהן ממש בייז אויף סט. לארענס.
יעצט האט סט. לארענס געמאכט אז יעדער וואס בויט מיז עס מאכן אויסזעהן שיין מיט ביימער אין גראז וכו' איז עס שוין אסאך בעסער ווי מיט 2 יאר צוריק.
איך האב אים געטראפן לעצטע וואך ביי א ספעציעלע ceremony פאר די EMS אין איך האב באקימען א סערטיפיקעט...אין ער האט מיך ווארעם באגריסט...
אגב די אנדערע גרייט זיך ארויסצישטעלן גאר א שארקע קאנידאט אין עס גייט זיין א שווערע פארמעסט...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2009 07:58 |
|
| |
יא, א געוואלדיגע קידוש ה'
זעט אויס אז די היינטיגע מצריים וועלכע זאגן אויך פן ירבה, און זענען מקיים דעם ויקוצו מפני בני ישראל, וועלן קיינמאל נישט אויפגעבן, יעדעס מאל וועלן זיי נאכאמאל טרייען נאר צו ליידן נאך א דורכפאל.
יא, עס קומט שוין באלד די וואלן פאר סופערווייזער. ר' על מאנסי, איך פארשטיי דיך זייער גוט פאר דיינע בייזע געפילן אויף סט. לארענס לעצטע מאל, אבער דאך זענען מיר אידן, און א גוי וועלכער האט געלייגט נישט נאר זיין פאליטישע קאריערע, נאר אויך זיין משפחה "אויפן ליין" ווי מזאגט אין ענגליש, און אלעס פאר אידנס וועגן, דארף מען אזא גוי ארויסווייזן הכרת הטוב און שטימען פאר אים.
מיך באדערט אויך אז די דעוועלאפערס פולן זיך אן די טאשן פון זיינע פאליסיס און איך פארדין נישט דערפון, עס איז אבער נישט קיין תירוץ, ער טוט פאר אידן, דארף מען אים מכיר טובה זיין. און איך האף אז מען וועט זיך טאקע דאסמאל צאמנעמען, נאך שטערקער פון לעצטע מאל, און ווייזן פאר די באנדיטן, די מצריים, די אנטיסעמיטן אין א שיינעם שלייער, אז מיר וועלן בעקן די וואס העלפן אונז.
אינטערעסאנט נאר, אז אין די צייטן פון ריזמאן שר"י האבן זיי קיינמאל נישט געפילט פאר וויכטיג ארויסצושטעלן א קאנדידאט, דעמאלס זענען זיי געווען צופרידן, נאר יעצט, ווייל ער העלפט אידן, מוז מען אים באקעמפן.
נונו, מיסטער ברוס לעווין, מיר קוקן ארויס אויף דעם פייט, דו וועסט בעז"ה לערנען א לעססאן איבער דעם רצון פון די פיפעל אוו רעמעפא.
איך וויל נאר צולייגן, אז אין דעם לעצטען שטערן איז געווען גאר אן אינטערעסאנטער און באלערנדער ארטיקל איבער סט לארנס, עס איז באמת כדי עס צו ליינען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2009 08:11 |
|
| |
מזל טוב מאנסי.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2009 08:22 |
|
| |
מזל טוב מזל טוב תושבי מאנסי, ממנו ילמדו וכן יעשו.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2009 08:41 |
|
| |
אפדעיט:
נאך 100 פראצענט פון די שטימען איז דער בודזשעט דורכגעגאנגען מיט גאר א קליינע אויבערהאנט.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2009 09:13 |
|
| |
East Ramapo: Budget passes; Stone, Kohn, Solomon elected to board
Randi Weiner
[email protected]
SPRING VALLEY - Voters in East Ramapo today passed a $196.3 million budget for the 2009-10 school year and filled three spots on the board of education.
The spending plan included closing Colton Elementary School, cutting staff, eliminating freshman sport teams and closing down the district's Gift of Time program for struggling elementary school children. It allows for the school board to rent out Colton and to move full-day kindergarten to the Ramapo Freshman Center.
Elected to the school board were incumbent Richard Stone and newcomers Eliyhu Solomon and Morris Kohn.
Voter turnout appeared heavy and votes were not counted until about midnight after a problem occurred with a machine at the Ramapo Freshman Center.
Read more about this story tomorrow in The Journal News.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2009 09:18 |
|
| |
גענויע טשארט פון די וואל אויסגאנג (דאס איז געווען נאך פאר עס זענען אריינגעקומען די לעצטע שטימען און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער בודזשעט איז יא דורכגעגאנגען)
קרעדיט: אידיש נייעס כ
|
|
|
|
|