היינט מאנטאג אויפדערנאכט - אין דער זעלבער טאג ווי די קול קורא קעגן רב שלעזינגער איז ערשינען - איז ארויסגעקומען א בריוו פון רובה דרובה נייטראלע רבנים - וואס מיידלעך שטערן האט אריינגעכאפט אויף זיין קול קורא - ווי זיי ציען אלע צוריק !!
די רבנים זענען געוואויער געווארן וואס די האנדלט זיך און איבער וואס די רעדע איז, וואס "שטערן ענד קאמפני'ס" אמת'ע מטרה איז, די שמוץ אין וואס זיי זענען אריינגעשלעפט געווארן. און זיי האבן אלע צוריקגעצויגן פון זייערע פריערדיגער שטעלונג אז מ'זאל גיין מחזק זיין שטערן'ס עצרת אונעם מאריאט האטעל . אלע זאגן עס יעצט אפ!
די רבנים אויפן נייעם ערשינענער בריוו זענען:
כ"ק אדמו"ר מ'סקולען שליט"א
הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א – ר"מ ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואד
הגה"צ שמואל זאב ליכטער שליט"א - אבדק"ק כוונת הלב
הרה"ג חיים אברהם דובער פלאהר שליט"א – ראה"כ זכרון מנחם
הרה"ג מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א – אבדק"ק נייטרא, מאנסי
הרה"ג משה הלוי ראזנער שליט"א – אבדק"ק פאפא, מאנסי
הרה"ג משה יהודא מייזעלס שליט"א - אבדק"ק אבני שלמה, מאנסי
עס בלייבן איבער בלויז די עטליכע פעיראל דיינים, רב מארגענשטערן און ר' חיים יושע וואס האבן סייווי אינטערגעשריבן נאך פאר זיי האבן געוויסט פון וואספארא ענין מ'רעדט דא.
ס'ארא ביזיונות דאס איז. אךךךך.... א שווערע וואך פון בריוו'ן פאר די זאלי'ס...
עס קען נאך ווערן בעסער??
(א פאטא-קאפי פונעם "גילו דעת" וועל איך אי"ה שפעטער ארויפלייגן)