בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג ! רבנים ציען צוריק פין די קול קורא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/5/2009 21:33 לינק ישיר 

עס בלייבט איבער די הייליגע פעיראלל בד"צ ואלו הם:

הרהצה"ק רז"ל טייטלבוים שליט"א
הרהצה"ק ריח"ם פרידמאן שליט"א
הרהצה"ק רח"ד כ"ץ שליט"א
הרהצה"ק רז"ל פילאפף שליט"א
הרהצה"ק רש"ל וויינבערגער שליט"א
הרהצה"ק משאפראן שליט"א
הרהצה"ק רמ"מ טירנויער שליט"א
הרהצה"ק מניימארק שליט"א
הרהצה"ק מקאשוי שליט"א
הרהצה"ק מיאוואזשנא שליט"א
הרהצה"ק מבראד שליט"א
הרהצה"ק מלאשאנץ שליט"א

קיין אנדערע רבנים וועט מען נישט זען היינט ביינאכט !




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2009 21:57 לינק ישיר 

א איד זאגט מיר היינט א גוט ווארט.

ביינאכט האט די גאנצע זאלי קאמפאני געהאנגען צעטלעך... צופרי ווען ס'איז ארויסגעקומען די הכחשות און גילוי דעת, האבן זיי געוואלט רייסן די צעטלעך און הענגען די רבנים!!...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2009 23:46 לינק ישיר 

(באקומען פריער אין אימעיל)


אזווי די מהרסים טראגען יעצט ארום שמועות אז די רבנים האבען קיינמאל נישט אינטערגעשריבען די גילו דעת, באגלייט מיט עדות פין א באקאנטע שקרן ואכמ''ל, ווילן מיר זאגען די פאלגענדע:
דער אמת וועט זיך יעדער איבערצייגען ווען מיר וועלן ארויסגעבן די ארגינעלע חתימות פין אלע אינטערגעשריבענע רבנים.

ווי אויך די שמועס פין היינט אינדערפרי פין הגאון ר' אליקים שלעזינגער שליט''א מיט כ''ק אדמו''ר מ'סוקלען שליט''א, ווי כ''ק אדמו''ר מסוקלען האט זיך שארף אויסגעדריקט קעגן די בעלי מחלוקה אין התגרות באומות

טייערע אידן געדענקט: והוי זהיר בגחלתן!

פאקטן:
וועד להצלת בתי עלמין באיירופה ווערט געפירט דורך רבנים מבהקים, צווישען זיי הרה''ג רבי אליקים שלעזינגער שליט''א, הרה''ג רבי חיים מאיר וואזנער שליט''א, הרה''ג אהרן דוד דוננער שליט''א ועוד, אין יעדע החלטה ווערט געמאכט ציזאמען מיט הגאון הגדול פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט''א.

ווי אויך האבען די עדה החרדית אפגערופן די פראטעסט אין ארה''ק וואס האט געדארפט פארקומען נאך פסח העעל'ט, דורך דעם אויבנדערמאנטען שטערן.

וואס דארפט איר מער ווי דעם אז כ''ק אדמו''ר מ'פשעווארסק שליט''א האט בשו''א נישט געוואלט מתחילה אינטערשרייבען דעם א''ג קול קורא, אזוי אויך נאך צענדליגע רבנים וואס שרייבען כסדר אינטער אין שטיצען אלע עצרת'ן פין יהדות החרדית.

(דערמאנט אייך וויאזוי די קול קורא'ס פין די פאריגע פראטעסטן אין עצרת פאר סיי וועלכע ענין, האבען אויסגעקוקט)

ווי אויך האבען די חברי ביד''ץ התאחדות הרבנים שטרענג  אנגעזאגט דעם ''שטערן'' אין עולם המחלוקת אז ער מעג נישט ניצן זייער דרוקסארט (לעטערהעד) פאר זיינע מעשים שפלים.

ס'איז א שפיל מיט פייער!

אגב, איר געדענקט נאך די ליגענט אז סקוואדראן איז קעגן מציצה בפה??..

מיר האפען צו אינפארמירן דעם ציבור אין די קימענדיגע וואכען ווען די מעמד פין לוי פין הייליגע עצמות וועלן פארקומען אין שטח הביה''ח ע''פ פסקו פין הרבנים הגאונים הנ''ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2009 01:25 לינק ישיר 

עס איז פריער געקומען א מעלדונג פון שטוב פון האדמו"ר מסקולען שליט"א אז ר' זלמן לייב פערזענליך האט פארלאנגט א מיטונג ביי אים אויף היינט נאכמיטאג.

איך ווייס נישט וואס עס איז צום סוף געווארן, אויב עס איז צושטאנג געקומען צו נישט, אבער אויב לייגן זיי אזויפיל פרעשור לאזט זיך גייבן אז דער סקולענער וועט זיך באטייליגן ביים זייער עצרת.

אויב איינער האט מער אינפארמאציע איבער דעםמיטונג ווערט מען געבעטן צו מעלדן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2009 01:44 לינק ישיר 

די שמועות קומט פון זייערע אייגענע מענשטן, זעהט אויס אז מענצער האט די ריכטיגע שליסלען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2009 02:35 לינק ישיר 

ד זאליס זענען געפערליך אין כעס אויפן סוקלענער רבי אז ער האט צוריק געצויגן פין די קול קורא
הגז"ל, מיט סוקלענער רבי'ס גבאי שמעון ישראל פריעד, פרענדליך האבן זיך געבעטן צי אים ער זאל קומען, אבער ער וויל נישט. 

זיי האבן פרובירט ער זאל רעדן אין א הוק אפ אפילו נאר צוויי ווערטער האט ער אויך נישט געוואלט.

דערווייל הייסט עס יעצט אז מען גייט איינעם אויף שטעלן רעדן כלומר'שט איינער וואס האט גערעדט צים סוקלנער רבי אז ער הייסט יא גיין.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/5/2009 06:03 לינק ישיר 

כמעט קיין שים רב וואס באקומט נישט קיין פעיראל האט זיך נישט באטייליגט
דער אויבן האט אויס גכקוקט חלשות

סוקלנער רבי'ס איידים וויינבערגער ( ר' שלמה לייב וויינבערגערס ברידער פין די חברי הלישקע )
האט אויף געטרעטן אז זיין שווער האט נישט צוריק געצויגן
דאס איז געקומען נאכדעם וואס סוקלנער רבי'ס זין האט נישט געוואלט רעדן זאגנידג אז ס'איז א הוילע ליגענט וואס מען זאגט נאך אין זיין טאטע'ס נאמען  



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/5/2009 06:11 לינק ישיר 

די אלע וואס האבן חוזר זענען קיינער נישט געווען

הרה"ג ר' יחזקאל ראטה
פאפא רב
ווינער רב
ר' טודרוס זילבער
ר' מענדל זילבער
גלאנטער רב
דינוב רבי
צעהלימער רב
רב ליכטער
ר' הלל וויינבערגער
רב ביק
די זענען נישט געווען

נישט פארגעסן ר' טשיי יעקב שטבויער איז יא געווען



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/5/2009 07:30 לינק ישיר 

איינער שווערט זיך מיר אז ר' ישעי' יעאנקל שטויבער האט געהייסן דיר עולם זיך אראפ זעצן אויף דער ערד
טאמיר ס'איז וואר איז ער דער גרעסטער לץ ביי די שטויבער'ס ער פאקט איין זיין ברידער דער מארשעליק שלמה הערש אין ליצנות

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 27/05/2009 9:08:38




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/5/2009 08:21 לינק ישיר 

קדש את שמך על מקדישי שמך וקדש את שמך בעולמך! מיט די ווערטער הייב איך אן מיין קורצע באריכט (איך האף מארגן וועט שוין דער עולם קענען ליינען דעם איד באגלייט מיט אלע פרטים און בילדער פון דעם עצרת) פונעם היינט נאכטיגן מעמד קידוש שם שמים וואס איר אפקלאנג גייט מסוף העולם ועד סופו אז מיר אידן מאמינים בני מאמינים נאמנים לד' ולתורתו זענען נישט איינשטימונג מיט די כת פשרנים הר' אליקים שלעזינגער ושותפו הר' אהרן טייטלבוים וההולכים בעקבותם וואס זענען גרייט מאיזה סיבה שהוא מפקיר צו זיין די מקום מנוחתם פון אבותינו ורבותינו הקדושים אשר בארץ המה. און יעצט צום קורצן ס"ה: דער ברוקלין מעריעעט האטעל איז געווען אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן 3500 זיץ פלעצער, ממש א שעה נאכן פתיחת המעמד האט די פאליציי אפגעשפארט דאס זאל צוליב די איבערפלוס פון אנ"ש וואס האבן זיך משתתף געווען, עס איז געווען א מחזה הוד אנקומענדיג קיין דאונטאון ברוקלין זעהנדיג ווי טויזענטער אידן שטייען אויפן גאס אין פארענט פון זאל ווארטנדיג אריינצוגיין. דער יו"ר המעמד איז געווען דער באגאבטער מנה"ר פון ישיבתינו הק' הרה"ג רבי נפתלי בלומענפעלד שליט"א וואס האט באצויבערט דעם עולם מיט זיינע פערל ווערטער, און צוגאב צו די ביטערע פאקטן פון די השתלשלות המערכה. דער אויבענאן איז געווען פיהל מיט הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א תלמידי וחסידי רביה"ק זי"ע ובראשם כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ובית דינו הצדק, ספעציעל איז געווען די ערשיינונג פון הגה"צ אבדק"ק באבוב שליט"א וואס איז געקומען בפקודת זיין געהוינענעם שוואגער כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א און באגלייטונג פון די בחורי חמד פון די באבובער מתיבתא (וואס אויפן באפעל פון באבובער רבי'ן שליט"א האבן זיך אלע בחורים משתתף געווען). עס האבן אויפגעטראטן מיט פלאמפייערדיגע דברות קודש ומחאה (איך געדענק נישט אלע) הגה"צ רבי משה מנחם טירנויער שליט"א דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן צו דעם מעמד, הגה"צ רבי זלמן לייב פילאף שליט"א חבר הביד"ץ, הרה"ג רבי ישעי' יעקב שטויבער שליט"א וואס האט פארגעזאגט די ספעציעלע תפילה מיסודו פון רבי חיים פלאגי' זצ"ל אנטקעגן די ביטערע גזירה פון חיטוטי שכבי, הרה"ג רבי מרדכי בעק שליט"א ראש ישיבה וואס האט אויפגעטראטן מיט א גאר דערהויבענע דרשה, הרה"ג רבי שמעון יואל וויינבערגער שליט"א דומ"ץ סקולען-ווילאמסבורג וואס האט געברענגט שליחת קדשו פון זיין שווער כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מסקולען שליט"א. ווי אויך האט הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת לעיקוואד געשיקט זיינע ווארימע דברי חיזוק ועידוד צום עצרת. אזוי האבן אויך אויפגעטרעטן די עסקנים ושתדלנים הרב ברוך פרישמאן שליט"א וואס איז באוויסט מיט זיינע פילזייטיגע פעולות לטובת הכלל, הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו וואס האט אויסגעשריגן דאס וויי געשריי פון די חילול בתי חיים און שפאניע בפרט און אין גאנץ אייראפע בכלל, הרה"ג רבי מרדכי ברילל שליט"א וואס איז געווען דער אנפירער פון דעם מעמד מרומם וועלכע האט געשלאסן דעם אווענט מיט די רעזעלוציעס, הרב אלימלך שטערן שליט"א מראשי עסקני אתרא קדישא. א ספעציעלער רושם האט אויך געמאכט די דברים היוצאים מן הלב פון דעם שפאניער איד א נו"נ דורי דורות פון די קדושי שפאניע וואס האט פארציילט ערשט האנטיגע עדות'שאפט איבער די גראבונגען וואס קומען ליידער פאר אויפן ארט. מיט קבלת עול מלכות שמים איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר רבי אייזיק מספינקא שליט"א. דער ציבור איז זיך צוגאנגען מיטן געפיהל אז מען האט געהאט די זכי' ארויסצוברענגן אונזער קול מחאה אויפן שענסטן פארנעם, גלייכצייטיג שעפשענדיג א הייסע תפילה ובקשה צום בוכ"ע אז מען זאל שוין אויפהערן צו מחלל זיין די קברי הקדמונים די בכל אתר ואתר און מיר זאלן זוכה זיין אז עס זאל שוין זיין יקוצו וירננו כל שוכני עפר בביאת משיח צדקינו בב"א



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2009 08:28 לינק ישיר 

די לץ באלאנד

ווי זענען אלע ערנסטע רבנים פין גרעיטר ניו יארק געווען פארוואס האט זיך קיין ערנסטער רב רבי דיין נישט משתתף געווען

אין א נייער תירוץ די פאר רעוולעך שיקן שליחים

פארוואס האט סוקלנער רבי נישט געהאט די זעלבע מסירות נפש ווי ביי תימן

די תירוץ איז ווייל אלעס איז פאליטיק, אתרא קדישא פארטרעט נישט כלל ישראל מער 
זיי פארטרעטן נאר די זאליס 

ווי איז געווען ר' לייביש'ס לייזער שליח ?  פארוואס האט ער נישט געשיקט  

באלאני




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/5/2009 08:30 לינק ישיר 

האט דער מטורף בלומנפעלד געהקאט אויף די ברבבותנו צעטליך ?

תוקן על ידי פעטרסאן08 ב- 27/05/2009 8:27:35




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/5/2009 08:38 לינק ישיר 

פעטערסאן איך בין שאקירט אז די בוסט גרייט צו שענקן פאר די זאליס אזא הצלחה און סוקסעס ווי מיר האבן היינט געהאט וואס לשיטתך האט זיך דארט קיין איין פרעמדער נישט באטייליגט, זענען די זאליס טאקע אזוי גרויס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2009 08:45 לינק ישיר 

שטעלטס ענק פאר ווען ס'ווען טאקע דא 3500 בענקלעך וואספארא נאמבער עטץ וועלטס ווען געזאגט מן הסתם 6000

פין דיינע נאמבערס זע איך אז ס'איז נישט געווען קיין 2000 בענקלעך

דעס הייסט נישט קיין סוקסעס ,דעס איז נישט קיין % 10 פראצענט פין סאטמאר ניו יארק מיט די בחורים

תוקן על ידי פעטרסאן08 ב- 27/05/2009 8:45:32




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/5/2009 08:47 לינק ישיר 

סאו נאך אלעם זע איך אז ס'איז טאקע נישט געווען קיין התגרות באומות, ס'איז נישט געווען קיין פראטעסט קעגן שפאניע נאר קעגן די גדולי הדור. אבי נאר דאס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג ! רבנים ציען צוריק פין די קול קורא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 6 7 8 לדף הבא סך הכל 8 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.