בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג ! רבנים ציען צוריק פין די קול קורא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/5/2009 08:50 לינק ישיר 

האסט נישט גוט פארשטאנען דאס איז געווען א פראטעסט קעגן די מדינת שפאניע און די א.ג. גדולי הדור געלט גייציגע רע-בנים הגר"א שלעזינגער/הרב לאוב און די שותפים.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 27/05/2009 9:09:24




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2009 09:02 לינק ישיר 

יעצט קענען די ערליכע יודן קלעמין וויקטארי.

אמאל ווען אתרא קדישא האט געמאכט א פראטעסט איז דאס געווען מיט בדי אטיילנוגונג פין אלע גדולי הדור אין יעדעס מאל פין אריבער 10000 יודען אפגעשפארט גאנצטע גאסן אין ניו יארק

היינט נישט קיין גדולי אין אפילו לויט די גרעסטע אפטעמיסין ביי ד זאליס מיט די בחורים איז געווען 3500 מענטשן

די אהרוינים האבן גוט צישאסן די זאלי פירמע אתרא קדישא מען האט זיי נוטראלייזט.
 
קיין איינע פין די גדולי הדור האבן זיך נישט משתתף געווען וויסענדיג דעם חילול השם ותרתו
כלל ישראל האט א פיינע נאז מען שמעקט מי לה' ומי לבעל

מען ווייסט ווער ס'פארקויפט זיך פארגעלט, מען ווייסט ווער ס'איז א ירא השם, אין ווער ס'איז מינוויל 
אין פארדעם האט עטץ געהאט דעם דורכפאל.
 
ווער געדענקט ווען מען האט געפאמפעט אז די זאליס האבן אלע גדולי הדור. 

קאמנטארען זענען איבריג.  




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/5/2009 09:13 לינק ישיר 

אויפפאדערונג מטעם די הנהלה.

מ'בעט אלע חשוב'ע שרייבער זיך צו האלטן צו די תקנות הפארום, אפילו אין ברען פון א היציגן ויכוח.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/5/2009 09:23 לינק ישיר 

פארגעסן צו ערווענען די פלאמפייערדיגע דעת תורה וואס איז געהערט געווארן פון הרב הגאון הגדול רבי אשר קאלמנוביץ שליט"א מראשי ישיבת מיר, וואס האט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די כפירה און השארת הנפש וואס דאס איז דער גורם אז מען זאל זיך נישט אננעמען פאר די קברי קדמונים און לאזן מאכן פשרות וויאזוי מען מעג יא גראבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2009 09:27 לינק ישיר 

אן אגודיסט ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/5/2009 09:31 לינק ישיר 

באלאנד איך מיין די האסט אויס געלאזט די פאלם פייערדיגע ר' ישע' יאקל שטויבער פורים שפיל

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 27/05/2009 15:29:17




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/5/2009 09:35 לינק ישיר 

הגאון הגדול רבי יעקב קאמינעצקי זצ"ל איז נאך עני טיים געווען אזא אגודיסט (איך בין הכלל נישט זיכער אז דער מירער ראש ישיבה איז אן אגודאי, אבער לו יצור אז יא) אין ער האט כמה פעמים אויפגעטרעטן ביי ריזן דעמאנסטראציעס, ספעציל ביי חיטוטי שכבי. און אז מען רעדט שוין פון אגודיסטן זאג מיר נאר, הר' אליקים שלעזינגער וואס איר פאסמאקעוועט זיך מיט אים אזוי ארום לעצטענס איז א אגודיסט? הר' אהרן טייטלבוים האט א שווער א אגודיסט? הר' חיים צבי מייזליש וואס איז דער יו"ר צוות השלעגער'ס אין בני ברק איז א איידעם ביי א אגודיסט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2009 09:43 לינק ישיר 

אז מען געט די הענט פאר חברי כנסת אין מען לאכט צי זיי
איז שוין גארנישט קיין איסור.

דער אגדוסיט קאלמענוויטש איז שוין א מעלה.

נאך א פלא צי אגודים איז מען אנגעקומען, אבער קיין איין היימשיען גדול קען מען נישט געקענט דערליווערן.

הרוצה לשקר ירחיק עדתו.

נ.ב. פארצייל פין שטויבער'ס פארשטעלנוג.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/5/2009 09:56 לינק ישיר 

עס איז שוין גארנישט געווען אזא פארשטעלונג, עס איז געווען דער קלימאקס פונעם אווענט, הרה"ג רבי ישעי' יעקב שטויבער שליט"א האט גענומען די מייק אין די האנט און ער האט אנגעהויבן בקול בוכים כבן המתחטא די תפילה פון רבי חיים פלאגי' ווי פריער ערווענט, דער ציבור האט זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן מיטזאגן די תפילה און דעם ספעציעלן קונטרס וואס איז פארטיילט געווארן, נאכער האט ער אויסגערופן אז ע"פ פקודת הרבנים איז מען מחויב נוהג צו זיין אבילות און אזא פאל פון חילול המת האט ער פארלאנגט אז דער עולם זאל זיך זעצן אויף דער ערד פראווענען אבילות, א שטארקע ערענסטקייט האט געהערשט און זאל ווען דער גאנצער ציבור בראשות גדולי ומאורי דורינו שליט"א האט זיך געזעצט אויף דר'ערד נוהג זיין אבילות. לאמיר האפן אין דעם זכות זאלן מיר שוין טאקע קיינמעל מער נישט דארפן נוהג זיין אבילות מיר זאלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2009 15:12 לינק ישיר 

די זאליס/אתרא קדישא זענען אנגעקומען אויף אזא שפל המצב אויף וואס די אהרוינים האבן זיך נישט געוואגט צי בעטן פינעם רבוש"ע.
ס'קוקט מיט אויס ווי א חלום, קיין שום לייטישער רב האט זיך נישט באטייליגט.
ווידער בענקלעך איז געווען 1400 מיט די בחורים.
זייערע אייגענע רבנים לאכן פין זיי אין די פאסטן.
 
דער אייבישטער זאל העלפן זייערע פארברענגן זאל נישט שאטן פאר קיין יוד.

תוקן על ידי ארגינעלער ב- 27/05/2009 15:30:43




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/5/2009 15:28 לינק ישיר 

כ'האב שוין לאנג נישט געהאט אזא פארגענוגען פון א זאלי צוזאמקום.

ס'גייט מיך נישט אן וויפיל מענטשען ס'זענען געקומען פראטעסטירען קעגן הגאון הגדול הרב שלעזינגער שליט"א און הגה"ק רבינו שליט"א
וואס איך קוק יא איז וועלכע רבנים זענען געקומען נאך די לעצטע פאר טעג לייגען משה גבאי פרעשאר...

א שיינע מי ומי ההולכים.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2009 17:27 לינק ישיר 

איך האב אזא ליצנות שוין נישט מיטגעהאלטן יארן..

עס איז ארויסגעקומען א קול קורא ווי עס שטייען אינטערגעשריבן גדולי ישראל רבנים און דיינים וואס פארריפן מ'זאל גיין צום פראטעסט. מ'מיז גיין עס איז א שעת חירום.

אבער ווי אינטערסאנט עס הערט זיך זענען קיין איינע פון די רבנים זעלבסט נישט ערשינען צום מעמד! (איך גיי לשיטת די וואס האלטן אז דער "גילו דעת" איז פאלטש)

ווי קען דאס געמאלט זיין אז רבנים וואס שרייבן אינטער אז דער פראטעסט איז פון די וויכטיגסטע זאכן אין דער היינטיגער דור, זאלן דאס גענצליך איגנארירן און נישט נעמען די מי אריבערצוקומען קיין ברוקלין צום גרויסן עצרת??? מ'רייסט דאך קברים??!! וואס שלאפן זיי??!!

ווי איז געווען רבי שמואל בנימין ליכטער?? ער האט דאך אינטערגעשריבן אז דאס איז א וויכטיגער עצרת??

אויב איז וואר אז רבי מלכיאל קאטלער פארשטייט דאס וויכטיקייט פונעם ענין, ווי קען דאס זיין אז ער האט איגנארירט דעם מעמד? ווי איז ער געווען??

ווי איז רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל?? ער האט אינטערגעשריבן דעם קול קורא, פילט ער נישט פאר וויכטיג זיך צו משתתף זיין??

ווי איז געווען פאפא מאנסי רב ? ווי איז געווען ר' חיים פלאהר?? ווי איז געווען ר' משה יודא מייזעלס ?? זיי האבן דאך אלע אינטערגעשריבן און געוויסט די וויכטיגקייט דערפון.

איך רעדט שוין נישט פון אדמו"ר מ'סקולען, וואס האט איגנארירט דעם מעמד נאך די אלע פרעשור דורכאויס דעם טאג וואס מ'האט אויף אום געלייגט.

מיר געדענקן אלע די גרויסע פראטעסטן אין די גאסן פון מאנהעטן, איך רעדט נאך פון די סאמע לעצטע יארן, אייביג איז דאס געווען א מערכה ווי יעדער איד האט פארשטאנען אז מ'מיז נעמען א חלק.

דערמאנט אייך ווי עס האט אויסגעקוקט א אויבן-אן ביי די פראטעסטן, און מ'רעדט פון א פרעטעסט פאר א אינגערמאן וואס מ'האט אום איינגעשפארט פאר זיינע ווילדע שטיק אין ארץ ישראל. ווער רעדט נאך פון א פראטעסט פון חיטוטי שכבי? דארט האט יעדער רב, רבי און ראש ישיבה געוויסט אז זיין פלאץ איז דארט און מ'גייט מחזק זיין די מערכה.

דער נעכטיגער מעכטיגער פראטעסט האט ליבערשט אויסגעקוקט ווי דער מעמד "קיום התורה" פאר רז"לס ישיבה אין קווינס.

אנשטאט די אלע רבני העיר וואס וואלטן געברויכט דארט זיין, זענען בלויז געווען רז"ל ובית דינו הצדק! די גרויסע חברי הבד"ץ און אלע קרובים פון ארום די שאפראן'ע זייט..דער גרעסטער רבי/רב/ראש ישיבה וואס איז דארט געווען איז הרב יושע רובין. עס איז נישט געווען קיין איין רעספעקטירטער רבי אדער רב צו באקומען אונעם גאנצן זאל.

דאס ליצנות פון זאגן אז וויינבערגער, דער סקולענער'ס איידעם איז געקומען בשליחיתו איז דאך עד לשמים. ר' שלמה לייב'ס ברודער זיצט ביי יעדען דינער און מסיבה פון רז"ל, האבן זיי א מזל אז דאסמאל קענען זיי דאס אויסניצן און פארקוייפן פארן עולם אז ער קומט בשליחות פון זיין שווער.

אויב זיין שווער זיכט א שליח האט ער חשובע זוהן וואס וואלטן געקענט גיין ספעציעל בשליחיתו, דער איידעם וויינבערגער גייט דאך סייווי אייביג צו רז"ל, דאס קוקט נישט אויס ווי א ספעציעלער שליח.ליבערשט קוקט מיר עס אויס ווי א ספעצילער חיזוק..

ווען איך האב געהערט אז ר' ישעי' יענקל האט געהייסן אראפזעצן דעם עולם האב איך געמיינט אז דער חבר מיינער מאכט ליצנות פון מיר און וויל מיר פארקויפן לאקשאן. איך האב דאך געמיינט ביז היינט אז ר' יעשי' יענקל איז יא אן ערענסטער מענטש? ווי קומט דאס צו מאכן אזעלעכע ליצנות? זעהט אויס אז עס לויפט אים פארט אין די משפחה.

(מאנכע זאגן אז ער וויל גאר ווערן רז"לס ממלא מקום און ער האט דערפאר נאכגעמאכט דעם ברך משה זצ"ל ביים פראטעסט אום תשל"ח..)

בקיצור, לויט די קול קורא'ס איבעראל, די שרייענדיגע צעטלעך, שילדן אריבער די גאסן, ריזיגע מייקס און הויעך הילכער'ס אויף גרויסע באדזשעט טראק'ס אין די גאסן פון וויליאמסבורג, בארא פארק און קרית יואל, האב איך געטראכט אז דאס וועט זיכער איבערשטייגן אלע פראטעסטן און יעדער וועט פארשטיין דאס וויכטיקייט פונעם פראטעסט.

למעשה זענען דארט געווען די זעלבע מענטשן וואס גייען צו רז"לס נעילת החג טיש. מיטן אויסנאם פון אפאר שפאנישע רעדנער.


סך הכל: ליצנות!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2009 17:56 לינק ישיר 

לעבעדיגער
זייער גוט ארויסגעברענגט די זאך,

כ'האב 2 הערות
1 - דאס וואס די זאגסט אז און די פרעגסט ווי זענען די רבנים געווען,
וואס הייסט ווי?! האסט נישט געזעהן היינט די 'דבר יומו' פאשקעוויל? דארט שטייט דאך אז ס'איז נישט געווען קיין פלאץ צו אקאדאמירען דעם עולם, די אלע רבנים זענען געווען מ'האט זיי נאר נישט אריינגעלאזט צוליב מאנגעל אין פלאץ.

2- אמאל כ'מיין די לעצטע 10-15 יאר ווען ס'איז געווען א פראטעסט איז עס אלץ געווען פול פול מיט רבנים, זיי זענען דאך פארדעם דא צו זיין די אישי ציבור, אבער ליידער ליידיג (כ'מיין נישט 'ליידיג' דוקא, כ'מיין שיטער...) פון מענטשען,
נעכטען איז געווען פול (אויך מיר פול... כ'רעד פראפאציענאל) מיט מענטשען, און קיין איין רב (מיין איך אויך א רב,) פאר א רפואה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2009 18:07 לינק ישיר 

דער אויבן אן האט אויס געקוקט ווי א חמלה ואמונה אויבן אן.
ר' יושעלע רובין האט זיך באטייליגט צוליב א פרעזנדליכע מערכה מיט זיין פעטער
הרה"ג ר' בן ציון בלום פין לאנדאן וואס ער איז א חבר פין וועד להלצת
ס'האט זיך אים געלוינט לפנים פארדעם צי שמוציג מאכן די הויזן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2009 18:41 לינק ישיר 

איז דער וועגשיידער דארט געווען? אויב יא קענט עטס אלע קראכן!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג ! רבנים ציען צוריק פין די קול קורא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 6 7 8 לדף הבא סך הכל 8 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.