|
|
| נשלח ב-27/5/2009 19:45 |
|
| |
"שקר אין לו רגלים"... און הענט אויך נישט...
דאס איז דער פנים פון לצים...
א לענדסלייד פון א דורכפאל פון רבנים
א לענדסלייד פון א דורכפאל פון מענטשן
נעבעך, חוץ די פעיראלל בלייבט א "רויט פאפיר"
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2009 20:36 |
|
| |
הרב ביק אראפגענומען. (אויך פאלש)
און הרב מביאיאן אויך פאלש כמובן.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2009 20:39 |
|
| |
א שרעקליכער מגיפה האט אויסגעבראכן!!
האט נישט מורא. מיר רעדן נישט איבער די שוויין פלו...
דער הויפט נייעס אין "דער איד" אין זייער היינטיגער נומער לייינט זיך אז קרוב צו "צען טויזענט" אידן האבן זיך באטייליגט ביים נעכטיגען פראטעסט.
אונעם "דבר יום ביומו" היינטיגער פאשקעוויל-אויסגאבע שטייט אן אפציעלער אנאנס אז קרוב צו "פיר טויזענט" אידן האבן זיך באטייליגט דארט.
רח"ל, ווי זענען די איבעריגע זעקס טויזענט אידן אויסגעשטארבן ???... ל"ע א מגיפה!
און דאס איז שוין חוץ די 30 באסעס וואס מ'האט קיינמאל נישט געפינען...
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2009 22:14 |
|
| |
באקומען אין אימעל [email protected]
פרובירטס געוואויר צו ווערן די מאקסימום זיצן
Brooklyn Marriot Floor Plan * codebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab#version=9,0,0,0" id="doc_274132001428751" name="doc_274132001428751" classid="clsid:d27cdb6e-ae6d-11cf-96b8-444553540000" ="" width="100%" align="middle" height="500">
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2009 22:52 |
|
| |
נאך דעם געוואלדיגן דורכפאל (זאל זיין אזוי...) נעכטען נאכט ביי דעם עצרת רבתי ווי צענדליגער טויזענטער אידן בראשות גדולי ומאורי דורינו שליט"א האבן זיך משתתף געווען און אויסגעשריגן זייער קול מחאה אנטקעגן די רשעי ישראל וואס גראבן ליידער קברי אבות, קומט די בשורה אז הג' אליקים שלעזינגער גייט קומען אויף נ.י. גלייך נאך יום טוב און עס ווערט ארענזשירט א מעמד 'יקרא דשכבי' מיטן ציהל ריינצוואשן דעם נאמען פון רבי אליקים וואס איז געפערליך באשמיצט געווארן ביי די יעצטיגע פרשה פון חיטוטי שכבי ווי אויך וועט דאס דינען אלס עצרת חיזוק פאר די גראבונגען אין די בתי חיים וואס קומט פאר בנשיאותו פון דעם גאון שלעזינגער. כלל ישראל גרייט זיך צו שטורעמדיגע דעמאנסטראציעס ביים באזוך פון רב שלעזינגער אין ניו יארק ווי מען האפט אז ער וועט זיך כאפן אין תשובה טוהן אויף דעם געוואלדיגן עוולה וואס ער באגייט מיט זיינע מעשים!!! -פרטים יבואו-
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2009 22:59 |
|
| |
באלאנד:
מ'גייט פראטעסטירן אוף רבי אליקים???
גייט סקולענער רבי קומען צום פראטעסט?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2009 23:11 |
|
| |
ווי קומט דא אריין דער סקולענער רבי? לשי' שטייט ער דאך בכלל נישט מיט צו די מערכה.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2009 23:22 |
|
| |
לשיטתכם איז דאך סקולענער רבי א פולנער פעיראלל מענטש...
פרעג איך צי ער גייט אויך גיין צו ענקער פראטעסט קעגן רבי אליקים?
איך האב אז צוריקציען וועט ער שוין נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2009 00:06 |
|
| |
באלאנד
איך פארשטיי נישט אויפן קול קורא איז דא זיבן אין צוואנציג נעמען פין די זיבן אין צוואנציג זענען נאר געווען "זיבן" די ריפסט דאס אן גדולי ומאורי דורינו ???
יא סקולינע רבי שליט"א האט געשיקט א שליח (לאכטס נישט) אבער ווי זענען געווען אלע אנדערע מאורי דורינו
אוי כהאב פארגעסן ישעי יאנקל שטויבער איז אויכעט געווען
באלאנד רעג זיך נישט איך בין דיין בעסט פרענד כמאך נאר א דזשאק
תוקן על ידי טאטלע ב- 28/05/2009 0:09:41
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2009 00:19 |
|
| |
כ'קוק דא האב איך איך מורא אז 1400 איז טאקע א גוזמא,
אויך פארשטיי איך נישט פארוואס מ'האב געדאפט פארן ביז צו דעם מקום תואבה צו א זאל וואס איז גרויס 1800 סקווער פיס, ס'פעלט זאלען אין די גרויסקייט אין אינזער געגנט?
אגב, מ'רעדט דא פין א פראטעסט פין.... אנטקעגן ''ר' אליקום שלעזינגער שליט''א''
אין מ'טענט מיט די זאליס אהער אין אהין, וויסן זאלט איר פרעגט א לאנדענע יוד, ר' אליקום איז דארט פין די שטערקסטע רבנים א גאון מופלג אב בחכמה ואב בשנים,
פארציילט זיי וואס די זאליס האבען ''געוואלט'' טוהן מיט אים אין וויאזוי מ'האט אים געוואלט מבזה זיין, (רעדט אפי' צו א ערנסטע זאליס) די האר פין קאפ וועט זיך אויפשטעלן,
נאר וואס דען, כ'האב אויך נישט געגלייבט וואס פאר א נידריגע שטאפעל די זאליס וועלן נאך אנקומען
המשחית החבר לאיש משחית!!
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2009 00:26 |
|
| |
באלאנד, זאלסט מיר שטארק אנטשולדיגען, איך האב מורא אז די שפילסט זאלי.
די האסט דא געלייגט א לינק מיט בילדער פונעם פראטעסט וואס דעקט אויף אז צען טויזענט... מענטשן זענען בכלל נישט איבערגעשאצט...
ס'איז ביטערע ביזיונות, כ'האב פארשטאנען אז א עולם האט עט'ס יא געהאט, רבנים האב איך געוויסט זענען נישט געגאנגען, אבער סתם מענטשן, בחורים פון די בר מצוה און ארויף, אזש ר' יוסל סאקס, אלע זענען דארט געווען, און דאס אלעס??
איך קוק אויפן בילד ווי מ'זעהט משה דוד נידערמאן, איך קוק אויף די אנדערע בילדער, איך ווייס נישט ווער עס האט דאס געכאפט, אבער ס'ברענגעט ענק ביזיונות.
איך וואלט דיר געראטן אז די זאלסט עס אראפנעמען. (איך וועל עס מיסתמא צוריקלייגן סייווי)
איך לייג איבער די לינק ,ס'איז רעקאמענדירט אז דער עולם זאל דאס זעהן און אליין קאמענטירן דערויף.
נאדער:
http://stefpix.com/?p=416
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2009 00:30 |
|
| |
שמועסט אייך אפ לוזערס
3 טויזענט מענטשן = (דער פאטאגראפער) און בלאגער
4 טויזענט מענטשן = דבר ביומו
10 טויזענט = דער איד
דער אמת:
קרוב צו 1400.
פארגעסט נישט
די זאל איז פול געפאקט. ס'איז א סכנה... מ'לאזט מער נישט אריין..
און דא, פאר דיין נאז קען מען טאנצן הקפות...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2009 00:32 |
|
| |
כ'האב גערעדט צו הג''ר בנציון לאוב'ס חברותא, ער פארציילט מיר ווי די זאליס האבען אים נעכטן טעראזירט, פאר'ן חושד זיין אז ער האט ערלעדיגט ביי די רבנים אז זיי זאלען ציריקציען (איין מיניט! כ'האב געמיינט זיי האבען קיינמאל נישט ציריק געצויגען)
וויפיל פאני קאלס מ'האט געמאכט אין טעראזירט זיין ב''ב אין זיין טאטע, (זאל כאטש זיין שווער ר' יש''מ, זעהן מיט וואס פאר נידריגע פארטיי ער דרייט זיך,)
צווישען די קאללס וואס מ'האט געטרעיסט איז געווען פין דעם מקום קדוש אין קווינס, ווי דער אנגעבליכער רופער האט פארציילט אז דער ארגענטירנער וואס שטייט איין ביים דיין האט געהאט א שווערע עקסידענט אין ער שוועבט צווישען לעבן אין טויט, אין אז ער ווייסט נישט מער דיטעילס, אין אראפגעהאקט די טעל', ווען מ'האט ציריק גערופן שאקירטערהייט אויפן נומ' פין ווי דער טעל איז געקומען, האט אויפגעהויבן....... הרב נפתלי בלומענפעלד דער ראש ישיבה (מן הסתם האט ער געהאלטן נאך די טעל קאל פין ר' מלכיאל....) אין ער האט זיך פארענטפרט אז די קאמפיוטער סיסטעם שרייבט אויף א צווייטע נומ' אין דאס מאל האט זיך אויפגעשריבען זיין אפיס נומ' {אדער יא אדער נישט}
ווער ס'האט געזעהן נעכט הג''ר בנציון אין כולל האט געקענט מעיד זיין אז ער גייט דורך א זעלטן שווערע טאג
נאר וואס דען: יא מ'האט געטוהן טעראר די לעצטע 20 יאר ''אין זיי טוהן נאך אלץ'' די זעלבע משלחים אין די זעלבע שלוחים, ס'נאר ציגעקומען נאך, אין מ'טרענירט זיי אין קווינס
החזרת עטרה ליושנה
אגב, כ'ווייס ווער ס'האט געקאלט די רבנים גראדע א יוד א ת''ח עצום, נאר כ'וויל נישט לייגען זיין נאמען ווייל כ'האב רחמנות אויף אים אין זיין ב''ב
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2009 00:33 |
|
| |

|
|
|
|
|