אנטשולדיגט פאר'ן האבן א חלק אין פארדרייען אן אשכול אבער כ'האב געוואלט וויסן ווער ס'זענען די דיינים פונעם ועד הכשרות פון קרית יואל?
רובם ככולם הכשרים ווערן געגעבן דורך בתי דינים אדער מורה הוראה, למשל התאחדות איז א בית דין, עדה איז א בית דין, ר' בנימין גרובער איז א מורה הוראה, אפילו וואלאווער רב, דער טאטע פון ר' ברוך איז א מורה הוראה, וכו' וכו'. ועד הכשרות פון קרית יואל ווערט געפירט דורך בעלי בתים, טאקע ערליכע אידן, און ר' ברוך איז זייער משגיח, ר' ברוך איז ב"ה א פיינער און ערליכער יונגערמאן אבער ער איז נישט קיין דיין, און ווען ס'מאכן זיך שאלות איבער א קאך, וואו ס'דרייען זיך גויטעס, קען ער נישט אליינס פסקענען.
איז פארוואס דארף איך מיך יעצט שפירן רואיגער אז ועד הכשרות פון קרית יואל גיט א הכשר אויף אשת חיל ווען לדעתי איז עס בכלל נישט עפעס א טאפ קוואליטי הכשר?
לדעתי זאל אשת חיל אראפווארפן דעם הכשר פון ועד הכשרות און אויפנעמען ר' בעריש קויפמאן אלס משגיח. ר' בעריש בעט סאך ביליגער. ווען ער האט געפירט דעם ועד הכשרות איז ועד הכשרות נישט געווען קיין געלט ביזנעס נאר געהאט דעם איינעם ציל צו האלטן כשרות הויך (ווי מען קען זען אז ברייער'ס פיצא צאלט נאר 300 דאלאר א יאר פאר זיין הכשר, אבער באדער בלענד, וואס איז געעפנט געווארן אונטער די נייע בעלי בתים פון ועד הכשרות, מוז צאלן 5,000 דאלאר א יאר.) אויב איז ר' בעריש גוט פאר די מוסדות דאן איז ער אויך גוט פאר אשת חיל. ער איז טאקע אויך נישט קיין דיין אבער עכ"פ האט ער נישט קיינע אינטערעסן צו פסל'ען א געוויסן הכשר וועגן קאמפעטישאן, וד"ל.
נ.ב. איך וויל נישט קיינעם מצער זיין. איך זאג נאר ארויס מיין מיינונג.
 |
|
|