בית פורומים כל העולם כולו

דער יודישער פראבלעם מיט די תועבה געזעץ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/6/2009 18:54 לינק ישיר 

די גמרא  פון חולין רעדט נישט פון די שבע מצות נאר פון דרייסיג וואס זיין האבן אנגענומען וואס זיי זענען נאר מקיים 3.
איך בין נישט בלינד און אויך נישט פאנאטיש, צו ניצן אונזער רעליגיע/ווירדן אלס א סיבה זיך אנטקעגען שטעלן א געזעץ איז התגרות באומות, נישט קיין חילוק צי עס איז דא גוים וואס זענען אנטקעגען.

בכלל קוק נישט אויס אז עס וועט אדורך גיין די סטעיט סענאט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2009 20:02 לינק ישיר 

פרעגסט מיך, איך האלט אז מ'דארף שטיין 100 מייל אוועק פון דעם  אישו און עס לאזן לויפן, ס'נישט אונזער עסק די גאנצע זאך, ס'נישט נוגע פאר אונז...איי די מאראל, די הפקרות? די חרון אף, בלא בלא...ס'אלעס שטותים מיט לאקשן...האלא!! א גוט מארגן!!! וויי מיינסטו ביסטו דא, קיין שום געזעץ וועט נישט פארמיידן די אויסגעלאסענע גאסן, די סובוועיס, די עלעוועיטער און די פראדשעקטס, די רעקלאמעס אויף די באסעס, די אויסגעלאסענע קעטאלאגס, די אינטערנעט, וכו' וכו' די אלע זאכן  זענען טויזנט מאל מער שעדליך פאר די חינוך און עקזיסטענץ פון דער פרומער ווי די פאר נואפים וואס טוען אפ זייער השחתה און זייער פריוואטע בעדרום,

אונז ברויך גענוג סייעתא דשמיא צו האלטן אונזער קינדער הייליג און ריין פון די טרייפענע גאסן פאר מ'נעמט זיך גריבלען אין  די דרעק....אזאך וואס און פראקטיק קומט נישט צו קיין שום פארקער דער אלגעמיינער פרומער איד..




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2009 20:17 לינק ישיר 

שרעקעדיגע ווערטער פונעם מדרש  (בראשית רבא כ"ו)

"דור המבול לא נימוחו מן העולם עד שכתבו גמומסיות (כתובות) לזכר ולבהמה"

מען האט קיינעם נישט געהייסן ארויסגיין פראטעסטירן, אבער אז דאס אפעקטירט נישט דעם איד איז א וויסטע איינרעדעניש, סיי וויבאלד אזוי ווי עס גויאישט זיך אידישט זיך (ליידער) און אויך וויבאלד מיר אלע וואוינען אין ניו יארק, און ווי דער מדרש זאגט תיכף נאכדעם, דער שרעקליכער עונש וואס קומט און וויאזוי אומשולדיגע מענטשן ווערן נישט פארשוינט.


תוקן על ידי ziskeit ב- 03/06/2009 20:18:22




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2009 22:37 לינק ישיר 

לדעתי מאכן א גרויסער טעות די אלע מענטשן וועלכע האלטן אז (נישט נאר די נאר אלע) אוממאראלישע געזעצן זענען נישט נוגע אידן.

געדענקט איין זאך, אין א ציוויליזאציע וואס ווערט אומציוויליזירט זענען בדרך כלל די אידן פון די ערשטע וואס ליידן.

אין היטלער דייטשלאנד האט מען אויך אנגעהויבן מיט אוממאראלישע זאכן (אמת נישט די נאר אנדערע, אבער איינס ברענגט די אנדערע) וויאזוי נעמט מען א פאלק און מען מאכט זיי גלייבן אז אלע אידן זענען פאראזיטן און זיי מאכן חרוב די וועלט און מען מוז זיי הרג'ענען אן קיין שום געוויסנסביסן? און דוקא א קולטורעלע פאלק?

אמת, עס האט אסאך תירוצים, אבער איין תירוץ וויל איך זאגן. זיי האבן נישט אנגעהויבן מיט הרג'ענען אידן, ערשט האט מען אנגעהויבן מיט רחמנות'דיגע טויטן, אינוואלידן, קראנקע, שטערבליכע וכדו'. איינמאל דאס מענטשליך לעבן פארלירט דעם ווערט איז שוין זייער גרינג צו הרג'ענען אנדערע מענטשן פאר אנדערע סיבות.

איך ווייס אז דא רעדט מען פון א אנדערע ענין (און איך ווייס אויך אז היטלער האט זיי אויך גע'הרג'ט) אבער ווען מען פארלירט דעם מאראל, גייט דאס שפאן נאך שפאן, איינס ברענגט דאס אנדערע, עס איז באמת א סכנה פאר אידן צו וואוינען אין א פלאץ וואו דאס מאראל איז אינגאנצן פארפוילט און פארדארבן.

איך בין מסכים אז וואס אימער אידן טוען דארף זיין איבערגעטראכט און מיט אחריות, אבער צו זאגן אז מען דארף גארנישט טאן אדער גאר אז מען טאר גארנישט טוען איז אויסדרוקליך נישט ריכטיג




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דער יודישער פראבלעם מיט די תועבה געזעץ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext