בית פורומים כל העולם כולו

הכונו: מעמד חסד של אמת - עם הגאון האדיר רבי אליקים שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/6/2009 20:09 לינק ישיר 
הכונו: מעמד חסד של אמת - עם הגאון האדיר רבי אליקים שליט"א

קומענדיגן זונטאג פ' בהעלתך וועט אי"ה פארגעקומען א רירענדער מעמד חסד של אמת אין די צייט וואס די עסקנים פון אדמת קודש און וועד להצלת בתי עלמין באייראפע וועלן אי"ה דורכפירן אין שפאניע.

די שפאנישע רעגירונג ארבעט אינאיינעם מיט די עסקנים פון וועד להצלת בתי עלמין באייראפע שוין א לענגערע צייט און עס איז באשטימט געווארן אז קומענדיגן זונטאג מיטאג אייראפעישן זייגער, ווען דא אין ניו יארק וועט זיין בערך 11:00 צופרי, וועט מען צוריק מקבר זיין כדת וכהלכה תחת פיקוחם של הרבנים הגאונים שליט"א פונעם וועד להצלת בתי עלמין באייראפע.

זונטאג צופרי בערך 11:00 וועט אי"ה פארקומען דער מעמד חסד של אמת ויקרא דשכבי, בהשתתפות הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער שליט"א, אין ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר וויליאמסבורג, ווי מ'וועט אי"ה הערן דברות קודש און דברי כהווייתן פונעם וועלט בארימטן ראש ישיבה הרמה שליט"א, ווי ער וועט איבערגעבן א ערשט-האנטיגן באריכט פון אלע פארהאנדלונגען איבער דעם אור אלטן בית החיים אין שפאניע, און פונקטליך גענוי ווי מ'האט געארבעט "מיט" די שפאנישע רעגירנוג די גאנצע צייט, און מיט די געוואלדיגע השגחה פרטית וויאזוי מ'האט ב"ה געקענט דערגרייכן אז די שפאנישע רעגירונג זאל מסכים זיין נאכצוגעבן אלעס וואס די עסקים און פירער פון וועד להצלת בתי עלמין באייראפע האבן געבעטן פון זיי.

מ'וועט אויך הערן א הוק-אפ פונעם מעמד חסד של אמת אין שפאניע, די דרשות און הספדים וואס וועלן דארט געזאגט ווערן.

לויטן פלאן וועט מען אי"ה קענען מיטהאלטן אלעס אין קרית יואל אויך דורך א הוקאפ.
 

פרטים יבואו.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2009 20:14 לינק ישיר 

אייזיקמענדל, אויב איר קענט נאר, אפשר זענט איר מסביר אביסל מער דא וואס עס גייט זיין, ווי גייט מען זיי לייגן, וואס זענען די דעטאלן.

------
איך האף נאר אז מ'גייט נישט נעמען קיין אינטערשריפטן פון קיינעם דערפאר. איך ברויך נישט די הסכמה פון אנדערע אויב מיין רבי האלט דערפון. עס איז מיר פונקט גענוג.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2009 20:18 לינק ישיר 

מ'גייט לייגען די הייליגע עצמות, אינעם זעלבן ביה''ח, נאר אביסל אהינציר פין ווי מ'האט זיי ליידער אויפגעגראבען, לויטן פסק פין הגאון האדיר בעל שבט הלוי שליט''א אין די חברי וועד להצלת בתי עלמין באירופה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2009 20:21 לינק ישיר 

דאס הייסט, אזוי ווי געפלאנט פון פריער.

און וואס וויל מיילעך שטערן? אז מ'זאל ארינטערווארפן דעם אויפגעבויעטן בנין און דארט צוריקלייגן די עצמות?? איז דאס זייער מערכה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2009 20:22 לינק ישיר 

איז בקיצור האט מען אויפגעטוהן אז מ'גיט זיי צוריק, צו באגראבן.

פארשטיי, אז יעדע רעגירונג וואס מ'האט ביז דערווייל נאר געהאט צוטוהן [חוץ אפשר מדינת ישראל] האט נישט געזוכט צוה גראבן פאר רשעות בלויז אויף צוה מאכן אויפ'ן ארט א הייוועי, א בילדונג א.ד.ג.

אבער איך גלייב אז אויף נאכ'ן אויסגראבן צוריק צו גיבן, און די יודן זאלן זיך מטפל זיין דערמיט אנשטאט זיי, זענען זיי אייביג גרייט, נישט אזוי?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/6/2009 20:26 לינק ישיר 

אייזיקמנדל; דארפסט טוישן דעם קעפל צו "מעמד חסד של אמת על הגאון רבי אליקום שלעזינגער" עס איז ליבערשט א חסד של אמת פאר רבי אליקום אז מען גייט ריינוואשן זיין נאמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2009 20:39 לינק ישיר 

באלאנד כתב:
אייזיקמנדל; דארפסט טוישן דעם קעפל צו "מעמד חסד של אמת על הגאון רבי אליקום שלעזינגער" עס איז ליבערשט א חסד של אמת פאר רבי אליקום אז מען גייט ריינוואשן זיין נאמען.


ענק וואלטן אזוי געוואלט - אז מ'זאל דארפן ריינוואשען זיין נאמען, אבער ב''ה נאך דעם ביטערען סוקסעס פין די מחאה אדירה...... זעמיר געבליבן אן קיין שטאך ארבעט אויך דעם געביט, אין וועלן זיך בעז''ה אפגעבן מיטן ציריקלייגען די עצמות הק'

אין צו דיר זעליג! אויב אזוי פארוואס האט אויסגעפעלט די ביליגע מערכה, מ'האט שוין געוויסט פאר די דורכגעפאלענע פראטעסט אז זיי האבן געזאגט אז זיי גייען ציריקגעבן פאר וועד להצלת די עצמות אין פאר דעם האט דער אמאבאסאדער באזיכט אין שטיב פין רבינו שליט''א אין ק''י (תירוץ: דאס האט ענק טאקע וויי געטוהן - אין פאר דעם האבען ענק זיך אזוי ביליג געמאכט)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2009 21:16 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט, דאס מיינט געפויעלט ביי די ספאנישע רעגירונג? אז זיי געבען צוריק די עצמות? האבען זיי דאס אמאל נישט געוואלט צוריקגעבען? דאס איז געווען די גאנצע מערכה דא? דאס מיינט אלעס נאכגעגעבען וואס מען האט געבעטען? האט מען זיי בכלל נישט געבעטען אז מען זאל נישט אויפגראבען?
ביטע פארשטיין געבען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2009 21:24 לינק ישיר 

אויב ווארטסטו טאקע אז זיי זאלן דיר פארשטיין געבן, דאן ווארט זיי ביים קארנער מיט א שירעם און א בענקל, ווייל די וועסט א קלארן הסבר סייווי נישט באקומען!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2009 21:24 לינק ישיר 

יא! מ'האט זיי שטארק געבעטן, אין ליידער ציליב איז עס א געווען א גזירה מן השמים אין זיי האבען זיך אנגעפיפן {איין'ס פין די סיבות איז טאקע ציליב דעם ווייל זיי האבען געזעהן אז מיר האבען נישט קיין פאראייניגעטע כח, ליידער)

 אין לגבי ציריקגעבן די עצמות, פרעג די בעלי תאווה פין די א''ג וועד ''העסקנים'' להצלת בתי עלמין בשפאניא (אויב האט איר באמערקט האט מען נישט געניצט די נאמען ''אתרא קדישא'' פאר דעם שמיציגען מערכה, נאר מ'האט געגרינדעט די נייע אויבערדערמאנטע נאמען {ס'קלינגט אביסל ווי וועד להצלת פליטי תימן - וואס איז סטאק געבליבן אין די ביה''ח קארט}) ווי זיי האבען געוואלט מפנה זיין די עצמות, אזווי זיי האבען שוין געטוהן בעבר אין אנדערע בתי חיים ה''י



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2009 21:27 לינק ישיר 

און דאס איז דער גראנדיעזער הסכם וואס רב שלעזינגער האט מכלומרשט געמאכט מיט די שפאנישע רעגירונג? דער אמת הייבט צוביסלעך אן ארויפצושווימען!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2009 21:38 לינק ישיר 

טייערע זאליס!
טראכט {נישט} אביסל אריין פאר איר שרייבט
רבי אליקום'ס כבוד ווערט נישט פארמינערט ווען איר שרייבט אייערע געמיינע שקרים אויף אים
אדרבה,  די ביליגקייט פין ענקער פארטיי וואקסט אין פארעקלט יעדן נאמאלער מענטש, (הרב וואזנער שליט''א / הגאב''ד ירושלים שליט''א / וכו' יוכיחו)
סוי, שרייבט ווייטער, אין פארשפרייט עס ווי מער...... כה לחי'
אבער נאכדעם שרייט נישט מ'וואשט די מוחות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2009 21:43 לינק ישיר 

בשעת ווען איך טראכט איבער דיינע קלוגע ווערטער בלייבט מיר נאר איבער צו ווינטשען: וכן למר!!! (כ"ק מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע/רבינו שליט"א/ מרן הראב"ד דקהלתינו וחברי הבי"ד שליט"א/ ואי אפשר לפורטם כי רבים הם יוכיחו)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2009 21:48 לינק ישיר 

איז די גאנצע מחלוקה געווען צו מען זאל עס באגראבען 1000 פיס ווייטער אדער 2000 פיס ווייטער? מפנה זיין הייסט נאר 2000 פיס אבער 1000 פיס איז יא גוט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2009 22:06 לינק ישיר 

באלאנד כתב:
בשעת ווען איך טראכט איבער דיינע קלוגע ווערטער בלייבט מיר נאר איבער צו ווינטשען: וכן למר!!! (כ"ק מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע/רבינו שליט"א/ מרן הראב"ד דקהלתינו וחברי הבי"ד שליט"א/ ואי אפשר לפורטם כי רבים הם יוכיחו)


לגבי כ''ק רבינו הב''מ ז''ל דארף איך מיר נישט פארהערן, ווייל די גייסט ארויס פין כלל: מילתא דעבידא לגלי' לא משקרי אינשי

אין וועגן די אנדערע רבנים וואס די רעכנסט אויס, וויל איך דיר זאגען:
זעהסט אז יעדער ווייסט אז די פראטעסט איז געווען א וויסטע דורכפאל, אין כמעט קיין ערנסטע רבנים זענען נישט געווען,
טראץ וואס יעדער ווייסט אז די אויבערדערמאנטע רבנים זענען געווען.........


איך וועל דיר געבן נאך א דוגמא
פארוואס ווען רבינו שליט''א טוט אויף פאר שחיטה אא''וו, קוקט עס יעדער - רבנים/בני תורה/בעה''ב - ארויף אין יעדער ווארט מ'זאל עס שוין זעהן פארטיג וואס פריער,

אין ווען ענקערע רבנים פאר'ן אויף טשיקאגא, פרעגט יעדער (אינקלאנדינג די זאליס): סוי ס'דא גיטע פיקטשערס? אין יעדער ווייסט פארוואס ער פארט

איך קען דיר געבן נאך צענדליגע דוגמאות נאך כ'וויל נישט פארדרייען דעם אשכול

תוקן על ידי rebyankel ב- 02/06/2009 22:41:39




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2009 00:17 לינק ישיר 

די מערכה וואס מיילעך שטערן האט געפירט איז געוען איבער די צוויי ווערטער "מי בראש"! ער האט געוואלט ווייזן אז ער גייט דאס פירן.

מיילעך שטערן ווייסט פונקט אזוי אז יעצט איז דערנאך! מ'קען שוין גארנישט טוען די לעצטע פאר חדשים, די עצמות זענען אינדרויסן, דער בנין שטייט שוין, עס האלט שוין באלד ביים דריטן שטאק.

פון צוריקלייגן אויף זייער ארגינעלער פלאץ איז נישטא קיין הווא אמינה, קיינער פלאנט דאס נישט צו טוען אדער בעטן, אבער שרייען אויף יענעם קען מען יא.

יעצט - עז ווי ספיק - זענען די עצמות אויפגעגבראבן, דער בנין שטייט. מיילעך שטערן שרייט אז די וועד להצלת בתי חיים באיירופה טוט נישט גוט, זיי גייען איין אויף פארהאנדלונגען. און מיילעך שטערן שרייט אז מ'טאר נישט! איי וואס ווילסטו? אראפווארפן דעם בנין? אינז זעמער אייזלען מיינסטו? סקולען'ער רבי קענסטו איינרעדן וואס די ווילסט, ר' ישעי' יענקל שטויבער אויך, אבער נישט יעדעם איינעם.

האבן מיר פון איין זייט דער פוסק הדור, דער גאון הגדול רב וואזנער שליט"א פון בני ברק צוזאמען מיט דעם גרויסן ראש ישיבה רבי אליקים שליט"א וואס האבן גע'פסק'ט אז מ'זאל עס באגראבן אביסל ארויפציער פון זייער ארגינעלער פלאץ.

פון דער אנדערער זייט האט מען א שנוק און ווילדער מטורף מיילעך שטערן וואס שרייט אז מ'טאר נישט, איז יעצט די שאלה, ווער איז גערעכט, מיט וועמען דארפן זיך די ערליכע אידן צוזאמשטעלן.

ס'איז דא אידן וואס קוקן אויף א אנדערע פונקט ווען זיי ווילן וויסן אויף וועמענס זייט צו שטיין, זיי זעהן אין יעדע זאך איין זאך "ר' אהרן" ר' אהרן איז דארט דאן זענען מיר דא, ר' אהרן איז דא דאן זענען מיר דארט.

און דאס איז דער באדייט געווען פון דער גאנצער פראטעסט מיט 1400 בענקלעך אין מאריאט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הכונו: מעמד חסד של אמת - עם הגאון האדיר רבי אליקים שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext