בית פורומים כל העולם כולו

הכונו: מעמד חסד של אמת - עם הגאון האדיר רבי אליקים שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/6/2009 00:51 לינק ישיר 

נאך מער דער שקרן מיילעך שטערן פארציילט נישט אז ווען ער איז אנגעקימען דארט אין אקטאבער 08 איז כמעט די גאנצע בית החיים געווען אויסגעגראבן קימט דער וועלטס שקרן אין דרייט א קאפ אז ער לאזט נישט אויסגראבן אין הגאון ר אליקם לאזט יא




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2009 20:20 לינק ישיר 

איך מוז געבן קרעדיט די אהרונים, נאכער וואס ר' אליקום שלעזינגער איז געווארן דער אפיציעל שמאטע פאר זייער ביטערע מערכה וועגן שפאניע האבן זיי צוגעגרייט א מעכטיגן מעמד קבלת פנים וואס וועט פארקומען קומענדיגן זונטאג אין גראנדיעזען ביהמ"ד ויואל משה אויף ראסס סט, ווי מיליאנען אהרונים וועלן צוזאמקומען אפגעבן דעם כבוד האחרון פאר רב שלעזינגער. בני הג' ר' אליקום; דאס איז געווען דער ציהל פון די מערכה??? נא, דא האט איר, איר פארדינט דאס ערליך...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2009 20:27 לינק ישיר 

קרעדיט, קבלת פנים.
וואט אר יו טאלקינג אבאוט?
מ'גייט הערן א פונקטליכט רעפעראט איבער די קברים אין שפאניע.
קיין צערעמאניעס, קיין שמאטע.

די שמאטע דא איז מילך שטערן. ער איז געווארן גוט אויסגעקוועטשט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2009 20:29 לינק ישיר 

שמאטע מיילעך שטערן אנטקעגן שמאטע הג' אליקום שלעזינגער... גאנץ שיין!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2009 23:52 לינק ישיר 

איך זעה אז די כאפטס נישט. וועל איך קלארער מאכן.

דער שמאטע איז מילך שטערן

דער שמאטע האט אפגעוואשן די גאנצע זאלי קאמפאני אין בלאטע !
איר האט זיך געבאדן מיט אים, יעצט טראגט איר דעם פנים !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2009 00:05 לינק ישיר 

און איך וועל דיר מסביר זיין די אנדערע צד שמאטע! דער שמאטע איז ר' אליקום שלעזינגער, די אהרונים האבן אים גענומען צו פייטן זייער דם שונא ר' אלימלך שטערן און ער ווערט ליידער שמוציג פאר זייערע פאליטישע אינטערעסן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2009 00:12 לינק ישיר 

נניח ! אבער נעם אין באטראכט:
רבי אליקים דער גאון עצום, זקן ויושב בישיבה איז דער "סתירת זקנים בנין"
מילך שטערן איז איז אייער "בנין נערים סתירה".

אייער פאן טרעגער איז א שמוציגער יונג.
אמאל איז עס געווען יאסעלע וואלדמאן
יעצט איז עס מילך שטערן.

הצד השוה שבהן איר טראגט דעם פנים פון אמעראצים און ביליגע יונגען.
דערפאר האבן אייך אלע אלע רבנים אויסגעשפיגן, און קיינער איז נישט געקומען.

יעצט עסט עס.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2009 00:34 לינק ישיר 

יעצט אז מיר זענען שוין שווה בדעה אז ר' אליקום דינט אלץ ענקער שמאטע ביי די איצטיגע מרכה, איז דאך ממש נישט צו פארשטיין פארוואס צו אזא אינגאטש און מנוול מיילך שטערן דארף מען ארויסנעמען דעם שטערקסטן וואפן וואס איר פארמאגט דער גאון ר' אליקום? אים צו פייטן איז ר' בנציון לאוב נישט גענוג? איז דער שטערן טאקע אזוי מאכטפול?. אויף דעם וועג וואס איר גייט יעצט וועל איך נישט זיין שאקירט אז ר' אהרן פערזענליך וועט ארויסטרעטן מיט א דרשה קעגן ר' אלימלך שטערן... (וזה דרכו כסל למו!)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2009 01:02 לינק ישיר 

באלאנד מסכים סקימט אויס אזוי

 ווען ענק וויל פייטען ענקער שונא סאטמאר רב נעמען ענק א מנוול אין עם הארץ מיליך שטערן אין ענק פילן זיך זייער באקוועם אין זיין קאמפאני ווייל פין דעם באשטייט עטץ  משא"כ ווען אונז וויל מיר פייטן מייליך שטערן וועל מיר נעמען הגאון ר אליקים שלעזינגער ציזאמען מיט אלע רבנים חברי אדמת קודש(די רבנים האבן נישט געמאכט קיין ביכלעך) מיט הגאון הרב וואזנער אין מיר פיל זיך זייער באקווען מיט אזאלעכע רבנים 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2009 01:41 לינק ישיר 

איך האף ענק וועלן טרעפן נאך אפער אזעלכע הייליגע עסקנים ווי די שטערן'ס, ענקער ביליגקייט וואקסט מער אין מער ביי יעדן נארמאלען מענטש,

צום ענין: די מערכה איז נישט עפעס א אהערגעשטעלטע מערכה א שטייגער ווי די שמיציגע מעיאר וואלען וואס פלעגט אמאל פארקומען אין ק''י (ווען די זאליס פלגען האלטן אין איין געווינען)
פשוט: א ביליגע יונג האט אנגעדרייט א המון פארביסענע מענטשן פין קליין ביז גרויס - (אזש ס'געווארען א חוב קדוש, מ'האט געדינגען א זאל אין מקום פריצות וואס איז אביסעל גרעסער פין עטרת אברהם, אין געשיקט די קווינס בחורים קלעבן צעטליך אין  גאנץ נ''י סטעיט, א גאנצע נאכט צילאזטערהייט - ווי יעדער האט געקענט מיטהאלטן, די שיעורי תורה האט מען מבטל געווען אא''וו - אין צום סוף נעבעך אזא דורכפאל....) קעגן הגאון האדיר הזקן מופלג ראש ישיבת הרמה שליט''א, אוואדי נעמען זיך די סאטמערע אן פאר'ן גאון שליט''א,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2009 03:07 לינק ישיר 

מורי ורבותי! איר האט נעבעך א ביטערן טעות, מ'פארשטייט נישט דעם גאנצן ענין.
אידן בכל הדורות האבן אלעמאל געהאלטן די קברי ישראל הייליג און מ'האט זיך ממש געווארפן אינטער די טראקטארן אז מ'זאל די קברים נישט שעדיגן.

ווען ס'האט חלילה פאסירט אז די רשעות'דיגע מושלי הממשלה האבן יא געהאלטן ביי צושטערן א בית העולם, האט מען אויסגערופן א תענית ציבור און מיט ציטער'דיגע הערצער געשיקט די חברקה קדישא צו העלפן מפנה זיין די קברים און זיי אריבער פירן אויף די חלקים ווי מ'האט צוגעגרייט בלית ברירה. אזוי איז געוועהן אין פרעשבורג און אויך אנדערע שטעדט.

 

ליידער אין דעם לעצטן דור, ווען ס'איז א תקופה פון פני הדור כפני הכ... וואס איז נאך קיינמאל נישט געוועהן, האט מען אויסגעארבעט א נייע שיטה. (מיט א היתר מאה רבנים) אז די רשעי האומות וועלן גרובן וועט מען זיי נישט אפהאלטן, נאר לאזן זיי צושמעטערן די עצמות קדושי ישראל. און דאס איז ליידער א הוראה אויף די קומענדע צוויי הונדערט יאהר אז ווען די רעגירונג וועט זיך פארגליסטן צו אויסגרובן א בית עולם, וועלן זיי האבן דעם אויסגעטרעטענעם וועג פון אדמת הרבנים הקודש.

די גדולי הרבנים פון אדמת קודש האבן געוויזן אז דער גוי האט א פרייע האנד צו גרובן און נאכדעם וועלן די כבוד לעקער'ס קומען מיט בילדער ווייזן אז זיי האבן זיך באגעגענד מיט די רשעים ימח שמם און מ'וועט האבן די גרויס דערגרייכונג אז מ'קען שוין איינגיין אויף פשרות נאכ'ן גרובן. 
לאמיר געבן א משל: אויב חלילה משיח קומט נישט די נאנטע צייט בעוונות הדור און דער בית החיים אין סיגעט איז חלילה וחס אין א סכנה צו ווערן פארניכטעט. ווייזן יעצט די רבנים א וועג אז אויב די רשעים וועלן קודם צושטערן דעם בית עולם, האלבע און גאנצע גופות קדושים וועלן ליגן אין באקסעס ביי די רעגירנגס פארשער, מ'וועט לאזן קודם גראבן אוין בויען א בנין. ס'וועט חלילה אויפן סמך פון די פרשה שעברה ביי די קברי הראשונים הרא"ש ורבינו יונה זי"ע מאכן פשרות. קודם וועלן די אומות העולם אויסגרובן א שטח פון 200 קברים. דערנאך וועט מען זיין בשמחה אז זיי געבן צוריק 150 סקעלעטן. ביי טייל קברים וועט זיין נאר די חלק הראש, ביי די אנדערע די אנדערע עצמות. און כלל ישראל וועט מוזן שווייגן. ווייל די אדמת הרבנים האבן אויסגעארבעט א פשרה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2009 03:29 לינק ישיר 

דבריך מתוקים מדבש!!!!!!!!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2009 04:25 לינק ישיר 

ב"ה לא אלמן ישרא-ל

עס איז נאך דא א היידפארק שרייבערעל וואס פארשטייט יא

קען אפשר איינער אריינסקענען ר' דוד שמידעל'ס בריוו פון חנוכה תשס"ז לפ"ק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2009 04:42 לינק ישיר 

האט איינער באמערקט די שפראך וואס רז"ל (באלאנד) ניצט דא צו שרייבען קעגן הרב שלעזינגער ובניו הצדיקים שליט"א?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2009 06:44 לינק ישיר 

ס'איז מורא'דיג נאך א גאנצע וואך זיך טענה'ן אויפ'ן היסטאריש'ן עצרת אז:
ווייניג מענטשן.....
צו א קליינע האטעל....
ווייניג גדולים...
ווען א איידעם גיבט איבער דעת קדשו פונ'ם שווער איז ער נישט באגלייבט... 
ר' אליקים שלעזינגער איז נישט ווייניגער ווי דער היינטיגער רשכבה''ג.....

קומט היינט די באמבאסטישע מודעה אין בלאט אז... גלייבט צו נישט:

עס גייט פארקומען א ריזיגע עצרת חיזוק-חוזר-ויקבור פאר ר' אליקים וואס קומט צו פארן פון לאנדאן [אנשטאט פארן קיין שפאניע] כאטש ער איז גאר אלט,  
גייט פארקומען אינ'ם גרעסטען פלאץ וואס מ'האט געטראפן צו דינגען אין וומסב''ג 
לאך נישט...... אין
ביהמ''ד ויואל משה ראסס [יא אין די אפפארטמענט בילדונג] ] 
מיט באטייליגונג פון די גרעסטע גדולי.... אפפס ניין, די זעלבע פעיראל דיינים,
העי אונז שרייבט מען שוין 10 יאר אין די בלאט אז דאס איז די ערגסטער עלעמענט אין כלל ישראל!?

און הער
פעיראל דיין וואזנער פון מאנסי גייט זאגן דעת תורה נישט פון זיין שווער נאר פון זיין זיידע.................

כבר הי' לעולמים! 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הכונו: מעמד חסד של אמת - עם הגאון האדיר רבי אליקים שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.