מיט די ווערטער הייב איך אן די פאר שורות אביסעל צו שרייבן מיינע הרגשים פון מיין באזוך און ארץ ישראל ביים הכנסת ספר תורה צום נייעם וויזניצער בית מדרש וואס איז אריין געגעבן געווארען דורך הגה"צ רב ואב"ד קרית וויזניץ ב"ב שליט"א לע"נ אמו הרבנית הצדקנית מוויזניץ ע"ה א"ח כ"ק מרן אדמו"ר הקוה"ט שליט"א.
עס איז נישטא קיין ווערטער צו ביישרייבן די מינוטען אנפאנגענדיג מיטן באגלייטען די ספר תורה אויף די גאס, שפעטער און בית מדרש מיט די געוואלדיגע ריקודים קדישין, שפעטער די סעודות מצוה וואס האט זיך פארצויגען ביז 3 פארטאגס.
די התרגשות די התרוממות די אחדות אלעס צוזאמען האט געמאכט דעם הכנסת ספר תורה פאר א מעמד וואס די אלע וואס זענען געווען דארט וועלן דאס לאנג נישט פארגעסן.
אגב, איך זעה אריבער 60 מענטשן אויף א שטאק ביי די פארענטשעס. = 540, אגב ר' שלום, וואס באדערט אייך אזוי, זאלן מענטשן מיינען..
עס גייט מיר גאנץ קנאפ אן ווער עס האט מער אדער פונקטליכע נימערען מענטשן וואס ר' מענדל האט געהאט, עס זעהט אויס אז סע איז געווען א שיינער מעמד דארט.
ר' ישראל האט יעצט אסאך מער, און די עיקר סיבה איז אז ער האט דעם רבין מיט זיך (נישט דעם רבין, ווייל ער האט נישט קיין אנונג נעבעך ווי ער איז, אבער זיינע גבאים)
נשלח ב-3/6/2009 00:10
צייל איבער איך זעה נישט מער ווי פערציג אפאר שטאקן אפשר ווייניגער געב א קיק אויפן ווידיו פון ר אגודיסט וועסטו זעהן ווי ברייט מען שטיין און וויפיל סאיז דא