שאלה פאר תלמידי וחסידי ברך משה זי"ע...
באקומען אין אישית.
עס איז מיר אינטערגעקומען א סיטואציע, און איך האב געוואלט הערן וואס דער עולם האט צו זאגן.
איך בין נישט אזוי באקאנט, אבער עפעס געדענק איך, אז דער בירך משה איז געווען קעגן דאס אריינטרעטן אין בית יואל, (כ'מיין אז ס'דא א בריוו דערוועגן.) און אין ריווער טערעס, דעם פארגאנגענעם ווינטער, איז מיר אויסגעקומען צו האבן א שמחה, אויף ביידע פלעצער, איך בין נישט געגאנגען, ווייל אז די רבי לאזט נישט, גייט מען נישט.
אויך קומען כסדר פאר סעיל'ס אין בית יואל, ווי איך זאג אן פאר מיין ווייב, אז איך וועל ענדערש צאלן אפאר דאלער טייערער, אבער דארט זאל זי נישט אריינטרעטן.
זעלבסטפארשטענדליך, אז ס'שמעקט נישט פאר מיין קרוב, דער בעל שמחה, כאטשיק ער ווייסט פארוואס, אבער ס'שמעקט עם נישט, ס'טייטש ער מאכט א שמחה, און איך קום נישט.
יעצט איז מיין שאלה אזוי:
האלט איר אז איך טרייב איבער?
און איך וויל דער עולם זאל ביטע ענטפערן קלאר, אין די פיוטשער, אויב למשל מיין שוואגער מאכט בר מצוה, אדער א שבע ברכות, מעג איך גיין? אדער ניין, איך טאר נישט, אבער מיין ווייב מעג יא, אדער ניין, זי טאר אויך נישט, די רבי לאזט נישט, און פיניש.
און אויב איינער האט א בריוו, אדער א טעיפ ווי די רבי זי"ע רעדט דערפון, וואלט איך זייער עפרישיעטעד אז איר פאוסט עס.
יישר כח למפרע
 |
|
|