באקומען אין תיבה אישית.
דער אריטקל איז געווען געדריקט אין די דער בלאט אין די פסח אויסגאבע
ס'האט געהאט א פאזאטיווען אפקאלנג איבראל
ס'איז ציגעלייגט געווארן חומר לטובה, ליינט'ס אין האט'ס הנאה
זעענדיג אז דער באן הינקעט אונטער, האט דער עמטליכער מנהל פון די ישיבה גדולה זיך אויפגעשטעלט מיט העצערישע רעדעס, "אנצואווארימען" די געמיטער און אריינברענגן א "טויש" אינעם מצב, בלשונינו: "צו בויען די חסידות".
נאך מיט א יאר צוריק, בעפאר כ"א כסלו תשס"ח האט ער זיך ארויסגעלאזט אין די מיסיע צו "שווענקן די מוחות"; ער באזידלט די בחורים אויף זייער "אומאינטערעסע" אין די גאנצע הנהגה און דער סאמע מנהיג, אבער נאך א יאר האט ער זיך ווירקליך ארויסגעשיילט, "יצא המרצע מן השק", ער קלאגט און יאמערט אז דער צד שכנגד "איז שולט אויף אונזערע מוחות". עס וואונדערט אים "פארוואס לאזן זיך די בחורים שולט זיין אויף די מוחות"?!
צו ערפילן דעם דורשט פונעם אייגענעם ציבור ווערט אין דעם ארטיקל אביסל בארירט "אויפן שפיץ גאפל" די אורזאכן און זעלבסטפארשטענדליכע פאקטן וועלכע זענען גורם אז "מ'איז שולט אויף די מוחות", און די סיבות "פארוואס ס'הערשט אזא אימאינטערעסע צו די גאנצע חבורה פון רבי'ן זאל זיין געזונט" (כלשונו פונעם דרשן הנ"ל).
ס'איז ראטזאם בעפאר מ'ליינט דעם ארטיקל, אז מ'זאל אדורכקוקן די צוויי דרשות פון דעם דרשן הנ"ל,1#) געזאגט בישיבת קווינס אלס הכנה צו שבת כ"א כסלו תשס"ח ווען די בחורים האבן געזאלט עסן אינאיינעם מיט זייער "נשיא הישיבה"; 2#) געזאגט מיט א יאר שפעטער, אלס הכנה צום יו"ט פורים תשס"ט. ביידע דרשות זענען א ווארט'ליכע איבערזעצונג פונעם טעיפ וואס איז ברייט צושפרייט ביים ציבור.
באמערקונג:
דער ארטיקל איז פיל מער אויסגעברייטערט פון די ערשטע ווערסיע, אזוי אז ס'איז אקטועל און אינפארמאטיוו אויך פאר די וועלכע האבן דאס שוין געליינט צום ערשטן מאל.
דרשה 1#
מאת הרה"ג מגיד נפלא ר' נפתלי צבי בלומענפעלד שליט"א
איין פּראָבלעם וואָס ווערט פאַר טייל [בחורים] מערערים איז אַ פּראָבלעם, "ווייל דער רבי וועט זיצן בראש". דאָס איז דער פּראָבלעם. "ס'וועט זיין צו אַ גרויסער חיזוק פאַר די רבי'סטעווע"...
"ס'איז אַ געוואַלדיגע מצוה צו מחזק זיין די זאך!!!".דאָס איז נישט פּאַרטיי'איש!!! "דאָס איז אַ מצוה מחזק צו זיין"!. ווען מען איז מחזק דעם ציבור, מען איז מחזק דעם רבי'ן, "מען איז מחזק די זאַך", האָט מען מחזק געווען די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה...
מ'רייסט מיר אַראָפּ דעם קאָפּ,פאַרוואָס הערשט ביי די בחורים אַזאַ אומאינטערעסע פאַר דעם גאַנצן חבורה [פון רבי'ן]?! ס'איז "לא איכפת ליה", ס'אינטערעסירט אים נישט גאָרנישט, פאַרוואָס הערשט אַזאַ אומ-אינטערעסע? נו וואָס זאָל איך טון, איך פרעג אַלץ די מענטשן, וואָס זאָל איך טון?...
יאָ, אָבער די זאַך, אַז ס'ווייזט לא איכפת, טאָמער איז יעדער בחור צופרידן צו דאַווענען אין זיין בונקער, אין זיין לאָך, אין זיין בית המדרש'ל דאָרט, וואו אימער אין וויליאַמסבורג,איך וויל נישט אויסרעכענען אַלע מיני שמות, און ער האָט קיינמאָל נישט קיין אינטערעסע אַריינצוטרעטן אינעם רבי'ן ז"ל'ס ביהמ"ד, "וואָס וועט זיין די עתידות פון די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה?!".
(אינסטרוקציעס, וויאזוי מ'זאל זיך אויפפירן ביים "טיש":)
איך בעט דעם עולם, [מ'וועט עסן די וואך שבת מיט'ן רבי'ן אינאיינעם, מ'זאל] "זיצן מיט געדולד" ביים טיש,מען [דער רבי] וועט רעדן דברי תורה... "מען זאָל עס אויסהאַלטן"...[!!!] "מען וועט נישט מאריך זיין צו לאַנג"... "זיצן מיט געדולד", מיט דרך ארץ, ס'זאָל אַרויסקומען פון די מסיבה אַ ריבוי כבוד שמים...
די זעלבע זאַך איז מוצאי שבת [במעמד ההודאה]. ס'איז אַ כבוד הציבור, אַז דער ציבור דאָרט,בפרט ווען דער רבי רעדט, און נאָכדעם, מען טאַנצט צוזאַמען,אַז ס'זאָל זיין אַן עולם, ווי מ'זאגט, אַז ס'זאָל אַרויסקומען אַ ריבוי כבוד שמים פונעם מוצאי שבת [דינער] אויכעט.
דרשה 2#
מאת הרה"ג מגיד נפלא ר' נפתלי צבי בלומענפעלד שליט"א
דער היינטיגער צוועק מוז איך מאכן אן אויסנאם... כ'מוז רעדן אפאר דברים העומדים על הפרק, ס'פעלט נישט אויס מ'זאל עס אויפכאפן, ס'איז גענוג אז מ'דארף עס איינמאל רעדן, מ'זאל וויסן די נקודה האמיתיות...
אתם ידעתם את כל התלאה אשר מצאתנו, וואס מ'מאכט דא מיט די לעצטערע יארן. מ'קען אסאך רעדן און מ'וועט נישט פארטיג ווערן צו רעדן. איך וויל נאר רעדן אויפן שפיץ פינגער, ווייל איך וויל מיך פארענטפערן פארוואס כ'האב געמאכט אן אויסנאם...
די לעצטערע יארן מאכן ערליכע אידן אסאך מיט... די מלחמה צו זיין בעל-הבית אויף יענעמ'ס מחשבה... מ'פירט א מלחמה מ'זאל שולט זיין אויף די מחשבות פון די מענטשן. צו ווייזן וואס א גרויסע מלכות מ'איז.
מ'האט ארגאנאזירט א געוואלדיגן פראפאגאנדע אפאראט, וואס ס'קען זיך פארמעסטן, ריכטיגע גוי'שע פראפאגאנדע אפאראט וואס די גוים פירן. מ'האט ארגאנאזירט דעם אפיקורסישן "בלאט", ס'האט זיך נישט וואס צו שעמען פאר די אמאליגע אפיקורסישע משכיל'ישע געשרייבעכצער, דארט ווערט אפגעלאכט פון כל דבר קדוש. אפילו די דברי תורהאון די מוסר און די חסידות און נקודה פון "סאטמאר" וואס דארט ווערט גערעדט, ליגט אין דעם ליצנות גמור פון יעדע הייליגע זאך... כדי מ'זאל קענען אהערשטעלן א מלכות שלימה, ווייל די נקודה פון רבי'ן ז"ל איז דער היפוך פון דעם מלכות...
יעדע מסיבה ווערט אדווערטייזט "ברבבותינו"... עכטע פראפאגאנדע כדרכי הגוים. די בראשורן וואס זענען גרייט אריינצולייגן פיקטשערס, ווערן אנגעפילט מיט אלע מיני פיקטשערס. פון יעדע נארישע מסיבה, דינער, פון יעדן וויזיט פון א ויקרא-שמו-בישראל רב אדערעפעס א שם דבר, אלעס מיט פיקטשערס. וויאזוי מ'האלט א לולב, וויאזוי מ'שלאגט כפרות, וויאזוי מ'קושט דעם אתרוג. אלעס שולט צו זיין אויף די מחשבות פון די מענטשהייט, אז מ'זאל בטל ווערן כעפרא דארעא...
ווען ס'פעלט אויס פאר פראפאגאנדע, מאכט מען "תקנות" לטובת הכלל אויך... מ'האט א בית החיים, האט מען שוין מיט וואס שולט צו זיין אויף יענעמ'ס מחשבות...
כ'האב [פריער] געזאגט פארן עולם, דער גאנצער שמועס איז מיר בעל כרחי צו רעדן, ס'איז מיר די גאנצע זאך נישט איינגענעם, פארדעם זאג איך אז מ'דארף עס נישט אפכאפן מיט רעקארדער'ס, ס'איז גענוג אז מ'דארף עס זאגן, און מ'דארף עס נישט איבער'חזר'ן...
עכ"פ די שפיץ פון די גאנצע זאך, קען מען נאך רעדן און רעדן, אויף די אלע באגריפן, ווייל ס'גייט אריין צוביסלעך אין די מענטשהייט, דאס אלע זאכן, דאס אז ס'איז אזא גרויסע פראפאגאנדע, קוקט עפעס אויס ווי דאס איז א לכתחילה, און דאס גייט ארייןביי די מענטשהייט. איך זעה ס'כאפט זיך דאך אריין ביי די בחורים אויך... גאנץ וואוילע בחורים... דאס כאפט זיך ביי אונז אויך אריין.
וואָס דריקט שוין צען יאָר אויף די מוחות?
מיט עטליכע טעג צוריק האט זיך אונטער די האנט "דערווישט" א טעיפּ פון די דרשה וואס איז געזאגט געווארן עטליכע וואכן צוריק אין די אפיציעלע "ישיבה גדולה" פונעם "כת הולכים בערכאות העולמי ובג"ץ הציוני". דער טעיפ איז צו אונז אנגעקומען ממש "בגניבה", מיר האבן דאס אויסגעהערט איינמאל, צוויי מאל, פינף מאל און מער, און ערשט זיך נישט געקענט גלויבן אז די ווערטער ווערן טאקע געזאגט, און זאגאר פאר בחורי חמד, ווען פון יעדע שורה און פאראגראף שפריצט ארויס א טיפער וויי-געשריי וואס דריקט אויפן הארץ שוין גאנצע צען יאר, א געשריי וואס קוועטשט אויפן געוויסן פון דעם בעל דרשן און זיינע משלחים, ביז צו די סאמע העכסטע "נועם-המדות" קעפ.
אויב אזא דרשה איז שוין געזאגט געווארן, איז יא כדאי כאטש איינמאל אין צען יאר דאס צו צענעמען מתוכה און זיך איבערצייגן וויאזוי עס איז בחסדי ה' פארווירקליכט געווארן דער "לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים".
מיר באטאנען אז מיר האבן דעם טעיפ ערהאלטן "בגניבה", ווארום עטליכע מאל אינמיטן די פייערדיגע דרשת פּאליטיק, מתובל מיט שפיציגע, בייסיגע, שארפע און געמיינע ווערטער, בעט זיך דער בעל דרשן אז "מ'דארף דאס נישט אפכאפן"... "די גאנצע דרשה ווערט געזאגט בעל כרחי ובניגוד לרצוני"... "ס'איז מיר די גאנצע מעשה נישט אנגענעם צו רעדן"... אבער אדאנק דעם געשמאקן חינוך וואס ווערט אריינגעלייגט אין די אייגענע בחורליך, האט זיך דאס ארויסגעגליטשט אין די גאס, וליהודים היתה אורה, זאל דער גאנצער ציבור זיך דערקוויקן.
די דרשה איז געזאגט געווארן מיט קארגע וואכן צוריק. עטליכע טאג בעפאר דעם הייליגן יו"ט פורים, און קוים צען יאר נאכדעם וואס די נייע רעביסטעווטע איז געווארן איינגעפלאנצט אין וויליאמסבורג, האט דער מנהל פון די ישיבה, דער "חתנא דבי ערכאות ובג"ץ הציוני" זיך אויפגעשטעלט אין די "באזע" פון די אדאפטירטע "חסידות", און דארטבפומבי זיך אויסגעקלאגט און מכריז געווען מיט פארוואורפן פאר די אינגע מוחות פון די בחורי חמד, הלמאי ס'האלט דארט דאס מציאות אז "מ'קען זיך נישט באפרייען פון דעם פסיכאלאגישן טעראר פונעם אנדערן צד, זיי זענען שולט אויף "אונזערע" מחשבות"...
מיט א קיתון של שופכין באקלאגט זיך דער בעל דרשן אין זיין נועם-המדות שפראך, וויאזוי די גאנצע האראוואניע פון די "קאמפאני" גייט צענישט, אלעס איז ממש בטל כעפרא דארעא, ס'ווירקט נישט, ס'העלפט נישט קיין פודינו-ומצילנו, אלעס גייט לטמיון, אלעס איז לריק, מ'זעט ווי עפעס דריקט אויף די מוחות פון די בחורים און אינגעלייט, עפעס איז שולט אויף די מחשבות וואס לאזט זיי נישט שלום מאכן מיטן שקר, עפעס האלט אפ די "נקודה הפנימיות" פון זיך צעוואקסן צו אַן "אילנא רברבא", די "נקודה" איז בלויז באגראבן מיט אן "אהבה מסותרת"... אלעס שלאפט.
"לא איכפת להו", פארוואס?!
די דרשה איז געזאגט געווארן אויפן זעלבן פלאץ (אין די "מתיבתא ברך משה"...), אויפן זעלבן סטיל, אויפן זעלבן גאנג, פאר (מער-ווייניגער) די זעלבע מקשיבים, און דורכ'ן זעלבן בעל דרשן, וועלכער האט בלויז מיט א ברייטע יאר צוריק, בעפאר כ"א כסלו תשס"ח, זיך ארויסגעלאזט מיט א ברייטע דעמאגאגיע צו די יונגע בחורליך, מיט טענות ומענות אין די פארקערטע ריכטונג, "פאַרוואָס הערשט ביי די בחורים אַזאַ אומאינטערעסע פאַר דעם גאַנצן חבורה?! ס'איז "לא איכפת לי'", ס'אינטערעסירט נישט גאָרנישט, פאַרוואָס הערשט אַזאַ אומאינטערעסע? מ'האָט קיינמאָל נישט קיין אינטערעסע אַריינצוטרעטן אינעם רבי'ן ז"ל'ס ביהמ"ד, "וואָס וועט זיין די עתידות פון די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה?!"... אַז ס'איז נישטאָ קיין אינטערעסע צו קומען קיין ראדני, וואָס וועט זיין מיט די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה?"...
ביי יענע דרשה האט דער בעל דרשן שטארק אפעלירט צו די בחור'ליך: "ס'איז אַ געוואַלדיגע מצוה צו מחזק זיין "די זאך!". דאָס איז נישט פּאַרטיי'איש! "דאָס איז אַ מצוה מחזק צו זיין"! ווען מ'איז מחזק דעם ציבור, מען איז מחזק דעם רבי'ן, "מען איז מחזק די זאַך", האָט מען מחזק געווען די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה"... די בחורים דארפן ווייזן אַז דעם רבי'ן ז"ל'ס "זאַך" איז ביי זיי "אַ זאַך". ער איז גרייט צו ערשיינען, יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל, אין ראַדני, צוזאַמען ביי שלש סעודות, ס'איז אַ געוואַלדיגע זאַך"...
שטייט מען יעצט מיט א יאר שפעטער, שוין אין סאמע ערב פסח תשס"ט, גאנצע צען יאר נאך דעם אויספלאץ פון די פרישע "לעכטיגע הנהגה" אין סאטמאר, די המשכה צו די טעג פון "סיהרא במילואה", די "החזרת עטרה ליושנה", מיט די האפענונג אז עפעס זאל זיך האבן געטוישט, עפעס א שינוי לטובה, עפעס זאל זיך האבן גערירט לטובת "די זאך", אפשר האט זיך עפעס דערוועקט אין די "נקודה הפנימיות" כאטש ביי די בחור'ליך, די "אהבה מסותרת" זאל זיך אפשר האבן פאנאנדער-געפלאקערט, אבער – מפטירין כדאתמול; "אלעס בלייבט ביים אלטן"...
דער זעלבער בעל דרשן האט גענוי מיט צען יאר צוריק אויך געהאלטן א באקאנטע רעדע אין קעמפ פאר יונגערע בחורליך, וואס האט געזאלט דינען ווי די "גרינדונגס דרשה" נאך איידער די עטרה האט זיך צוריקגעקערט ליושנה, אין וועלכן ער האט אפגע'חוזק'ט פון די ישיבה גדולה דקרית יואל, און אפגע'חוזק'ט פון די תקנות הישיבה וואָס זענען געשריבן געווארן דורך רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע און הארציג אפעלירט צו די בחורים מען זאל נישט נכשל ווערן און פארן לערנען קיין קרית יואל.
גאנצע צען יאר וואס מ'קימערט די מוחות אז די זון האט אויפגעשיינט אויף סאטמאר, מ'וואשט די הערצער מיט די גרעסטע לשונות של הבטחה, אלעס איז צוריק "ארגינאל", גענוי ווי בימי ה'סדרנים פון קראלי, אלעס איז על טהרת הקודש, די אינוואזיע איז געלונגען, מ'האט "אלע" בנינים אין וויליאמסבורג, מ'האט א כיתה ט' אין בארא פארק... טרעילער אין קרית יואל... א בית רחל אין לאנדאן... און דא אזא חורבן, מ'קוקט זיך צו אין די אייגענע ד' אמות, אין די הויפט בית-חרושת פון דעם דור העתיד, אויף וועמען מ'לייגט אזויפיל האפענונג זיי זאלן אויסשרייען דעם "יחי המלך" בארבע פינות העולם, און נאך אלע געזאגעראציעס שטעלט מען זיך אויף בפני קהל עם ועדה, און מ'גיסט זיך אויס דאס הארץ אז "וכל זה איננו שוה לי"... מ'האט גארנישט פון די גאנצע "זאך", ווייל "מ'איז שולט אויף די מחשבות פון די בחורים און אינגעלייט"...
עלובה עיסה שנחתומה מעיד עלי'
ווען חכמינו ז"ל פרובירן צו באצייכענען די גרעסטע שאנדע אויף אן אייגענעם בזיון און זעלבסט-דורכפאל, באנוצט מען זיך מיט עטליכע לשונות: "עלוב הוא השאור שמי שבורא אותו מעיד עליו שהוא רע", "עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה שהיא רעה", עלובה המטעת שמי שנוטעה מעיד עליה שהיא רעה", (ילקוט ירמי' פרק י"א). - ווי פארשעמט איז דער געוואוקס ווען דער סאמע פלאנצער זאגט עדות אז דער פראדוקט איז אויסגעוואקסן שלעכט!
ס'איז באמת א הארץ וויי צו הערן ווי דער בעל דרשן, פון די סאמע בויער און פיאנער פון די הנהגה-אימפעריע, שטעלט זיך אויף און "הודה לא בוש", ער שארפט אויס זיינע ציין, "בניגוד לרצוני ובעל כורחי", געצווינגען פון די אייגענע מחשבות און בעל כורחם דורך די ראשי ההנהגה בעלי נועם המדות, און גיסט אויס זיין כעס און צער אויף די צאן לטבחה, הלמאי מ'האט זיך דערקייקלט אז נאך גאנצע צען יאר וואס מ'לעבט א גאנצן טאג פון מלחמה וחרמה, מ'איז לוחם השכם והערב מיט די עמלקים, משכילים, נעאלאגן, מהרסים, מחריבים, מחוצפים, עזי-פנים, קאנטאניסטן, פראנקיסטן, נעא-נאציס (ווער ווייסט...), און דא שטעלט זיך ארויס אז די שונאים האבן אריינגעדרינגן אין די הערצער פון די ריינע נשמה'לעך?! "מ'איז שולט אויף אונזערע מוחות"!
יא, ליידער שטעלט זיך קלאר אויס דאס מציאות, און מיט רעכט איז מען שולט אויף די מחשבות, ס'עגבערט די מוחות פון די בחורים און אינגעלייט, פארוואס, פארוואס און פארוואס?...
די בחורים און אינגעלייט פון די אייגענע ראמען קוקן זיך צו מיט וואונדער אויף די הנהגה פון אינעווייניג, זיי זעען א פוסטקייט אדורך און אדורך, מ'שפירט נישט דעם פארפליכטעטן סיפוק הנפש על טהרת הקודש, און ס'יאגט זיי דער געדאנק, ורדף אותם קול עלה נידף, פארוואס איז ביי "אונז" נישט אזוי?...
תורה, כשרות, תקנות, הידורים, א.א.וו.
מ'דערמאנט זיך צוריק די "הבטחות" אויף וועלכן סמך מ'האט פאראורזאכט די גאנצע סומעטאכע און איבערקערעניש, און ס'קומט ארויף א לאנגע קייט פון דערדריקענדע פראגן, א רשימה ארוכה פון קשיות עגבערט אויף די מחשבות פון די בחורים און אינגעלייט, און דער "פארוואס" ווערט נישט פארענטפערט...
פארוואס איז אין אונזער קהלה נישט איינגעפירט אזא הייליגער געדאנק ווי די חבורה "יסודי התורה" ווי אלפי ישראל, יא, "ברבבותינו", לערנען מסכתא נאך מסכתא, און מ'ענדיגט שוין יעצט די זעקסטע מסכתא, וואס קומט אויס צו א קיימא-לן פון אריבער 350 בלאט גמרא בקביעות?
פארוואס ווייסט יעדער גדול בישראל אנצוצייגן אויף התמדה אין לימוד התורה בלויז אויף "זיי"?
פארוואס ווען א איד מארבע פינות העולם פאלט אריין אין וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל אדער אין די קעטסקילס, און זוכט זיך צו דערקוויקן מיט א בלעטל גמרא, ווייסט ער באלד זיין דעסטענאציע, דער "היכל תהלות יהוסף", דער "היכל בית חי'", דער "היכל צבי ראזענבערג", און "היכל יחיאל מיכל" אין מאנטיסעלאו?
אוי, פארוואס?
איכה היתה, וויאזוי האט דאס פאסירט אז די סאמע פאן-טרעגער פון "קוואליטעט אין כשרות" איז בין-יום-ללילה אריבער צו "זיי"? וואס איז דא געשען?
וויאזוי איז דער "בית השחיטה המהודרת" אין קרית יואל אויסגעשטיגן אלס די גרעסטע און בעסטע שעכט-הויז פאר עופות, פון וואו יעדער רב וצורב ובני קהלתו המדקדקים בכשרות בקלה כבחמורה נעמט בלויז פון יענע שחיטה?
פארוואס רייסט מען אראפ דעם טעלעפאון און פערזענליך, מיט חיזוק און עידוד, אז די שחיטה פאר בהמות גסות אונטער די הייליגע השגחה פון קרית יואל זאל שוין פארענדיגט ווערן?
פארוואס איז היינט דער העכסטער באגריף אין כשרות למהדרין מן המהדרין בלויז די השגחה אין קרית יואל וואס איז כשר נישט-בלויז "ממליחה ואילך"?
פארוואס און וויאזוי האט דאס געקענט פאסירן אז "חלב ישראל" פון לאנגע יארן איז געווארן איבערגענומען ביי טויזנטער קונדן, יא, ממש טויזנטער, ווידער "ברבבותינו", צו א פרישע קאמפאני, בלויז ווייל ס'האט די השגחה פון קרית יואל?
די בחורים און אינגעלייט קוקן זיך צו אויף די טריקענע פאקטן און ס'עגבערט זיי די מוחות, פארוואס יעדע דבר טוב קומט פון "דארט"?
פארוואס ווען ס'ווערט אן התעוררות אויף "חתונה תקנות" קומט דאס בלויז פון די ערליכע סאטמאר? פארוואס זענען "זיי" די הויפט עסקנים פאר די תקנות וועמען אלע קהלות קדושות בישראל גייען נאך אין זייערע פיסטריט? און ביי אונז איז א מצוה מן המובחר חתונה צו מאכן אויף א טייערן פארנעם אין אזעלכע שווערע פינאנציעלע מצבים?
פאר די אינגע מוחות עגבערט די פראגע: פארוואס אויב ס'ווערט שוין יא געשאפן א דבר טוב, קומט דאס בלויז נאכדעם ווי "זיי" האבן דאס אנגעהויבן? א שטייגער ווי דער "וועד הכשרות", "היכל התורה", "זאמלען געלט שושן פורים ביים טיש", א.א.וו.
פארוואס אפילו אזעלכע הייליגע באגריפן ווי אפהאלטן שלומי אמוני ישראל אין ארצינו הקדושה פון אנטייל נעמען אין די גא'אסור'טע בחירות צו די ציוניסטישע ממשלה הטמאה, ווערט אויך אנגעפירט דורך "זייער" וועד הסברה? פארוואס עקזעסטירט בלויז ביי "זיי" אזעלכע הייליגע מוסדות ווי "שומרי חומותיך" און "עזר הצלה" צו העלפן מוסדות הקדושים אין ארצינו הקדושה? וויאזוי האט מען ביי זיי געקענט שאפן רבבות אויפצובויען דעם הייליגן מוסד "חכמת לב" על טהרת הקודש? און ביי אונז, אנשטאט מ'זאל מחזק זיין די ברכיים אשר לא כרעו לבעל הציוני וועלכע זענען זיך מתנזר פון נהנה זיין פון די מדינה הטמאה, האט מען געצאפט דאס בלוט פאר די מוסדות הקדושים תולדות אברהם יצחק ביי זייער באזוך אין אמעריקא בשנת תשס"ב?
פארוואס בלויז עטליכע חדשים פון הערן אז ס'טוט זיך הימל און ערד און "יסודי התורה", וואס האט נאכגעפאלגט מיט א שמוציגן קאמפיין אז ס'האנדלט זיך דא פון א פרישן "דף היומי", האט מען זיך געריבן די אויגן צו זען איבער פרישע שיעורים פון טעגליכע לימודים אין חבורת תורה ויראה, ישראל ואורייתא, כבודם במקומם מונח להגדיל תורה ולהאדירה, און ס'איז ווידער איבערגעצייגט געווארן אז יעדע גוטע זאך מוז קומען פון "זיי"?
ס'עגבערט די מוחות, פארוואס יעדע דבר טוב קומט פון "זיי", און יעדע פירצה בחומת היהדות ווערט באשאפן טאקע ביי "אונז"? פארוואס הערט מען בלויז ביי "אונז" אזעלכע געמיינע איבלען ווי דער פריצות'דיגע חתונה זאל אין הארץ פון וויליאמסבורג, וואס האט שוין געצווינגען צוויי שכנים, אריינגערעכנט א רב פון א קהלה אין וומסב"ג אוועקצומופן פון דארט, אדער די פירצה בחינוך בני ובנות ישראל מיט דעם שינוי אין די לימודים, אָא-בָא-גָא-דָא, די פירצות בחומת טהרתן של ישראל מיט א שוואכע השגחה, א.א.וו. – און "מיר" זענען גאר דער סעמפל אז מ'קען משנה זיין פון אמאל.
וואו איז די וועלטס-חשיבות? אין "ניוס-וויק"?!
ועל כולם עגבערט אין די מוחות, ס'פלאקערט דער זעלבסט-אראפקוק וואס האט קיין ענטפער: פארוואס האט מען נישט קיין שום חשיבות אין עולם הרבנות? פארוואס קוקט קיינער נישט אין אונער ריכטונג? פארוואס איז דער אדרעס "סאטמאר רב" געטוישט געווארן פון "כל הדבר הקשה יביאון אליו", צו א "כולל בוקר" אין ראדני, ביז צו א אנגעזעענער קאנדידאט אין רעפארמיסטישן "ניוס-וויק"?
אוי, ס'טוט וויי... מ'איז שולט אויף די מוחות...
פארוואס ווען מ'הערט אין די גאס אזעלע באגריפן ווי: "סאטמאר רב האט גע'פסק'עט"; "כ'האב געהערט ממש א הפלא'דיגן שיעור פון סאטמאר רב"; "ס'איז געווען אן אסיפת הרבנים מיטן סאטמאר רב"; דער סאטמאר רב איז א א הרכב פון א חסיד'ישער גדול ולמדן"; "סאטמאר רב שטייט בראש"; "דער ראש ישיבה פון ארץ ישראל האט ממש מפליא געווען דעם כח התורה פון סאטמאר רב"; "מ'דארף נאך האבן די הסכמה פון סאטמאר רב", א.א.וו. – ווייסט יעדער פון וועמען מ'רעדט, וזיל קרי בי רב.
וויאזוי קען דאס געמאלט זיין, ס'זאל זיך רידערן אין די אידישע גאס מיט שערוריות און ספיקות, אלעס קאכט אלעס זידט, רבנים גדולי תורה והוראה זענען פארטוהן אין א ריתחא דאורייתא, זה אוסר וזה מתיר, און בלויז אין די סאמע צענטער פון וויליאמסבורג איז מען פארנומען צו פארקעמען די שלאנקע פיאות העכער דעם דיוקנא דקדישא, און גארנישט עפעס אנדערש?...
נשלח ב-3/6/2009 02:08
דער אדרעס – "סאטמאר רב"!
מיט צען יאר צוריק, אנהויב פון די הנהגה האט מען געבלאזן מיט שופרות של אחדות, מ'האט אנגעהויבן מאחד זיין אלע רבנים, יעדער וועט זיין כפוף אונטערן "סמכותא עליונה", מ'האט אפגעהאלטן אסיפות מיט לאקאלע רבנים, מ'האט יעדן צוגעטיילט כבוד, אלעס צו פארזיכערן אז דער אחיו הגדול זאל זיך קענען איינקוואטירן אין א "בעיסמענט אין פלעטבוש"... מ'וועט מאכן א "הקהל את הקהל" פון אלע תלמידים פון ארשיווא, פון קראלי און סאטמאר... יעדער זאל זיך מוזן צושטעלן...
בלויז דער יושב בשמים ישחק ווייסט וויאזוי עס האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט פון די חלומות, אז אנשטאט מ'זאל האבן סיי וואסערע מינדעסטע חשיבות אין די רבנישע וועלט, קוקט מען גארנישט אויף די זייט. – נאר דער אנדערער צד וואס מ'האט געוואלט עוקר זיין ח"ו, איז גער דער אדרעסע וואס איז מאסף גדולי ישראל פון אלע ערליכע קהלות און עדות קדושות בישראל, און דארט איז דער מקום וואו אלע רבנים גדולי תורה זענען זיך מאחד לברר אמיתה של תורה.
עס עגבערט אין די מוחות, פארוואס קען אדורכגיין גאנצע וואכן און חדשים און מ'הערט נישט קיין שום חוות דעת פון יענעם אדרעס? און נישט בלויז מ'הערט נישט, נאר קיינער פרעגט זיך ניטאמאל נאך "וואס איז זיין מיינונג"?, "וואס זאגט 'ער' איבער די דערי לולבים"?, "וואס האלט פלוני-אלמוני איבער די ווערים אין די וואסער?", "וואס איז די שטעלונג לגבי סיי-וועלכע שאלה להלכה ולמעשה"?
זיכער טוט דאס וויי ווען מ'איז שולט אויף די מוחות... "פאַרוואָס הערשט ביי די בחורים אַזאַ אומאינטערעסע?", ס'איז "לא איכפת ליה", ס'אינטערעסירט נישט גאָרנישט, פאַרוואָס הערשט אַזאַ אומאינטערעסע? – פארוואס טאקע? פארוואס קאכט מען זיך נישט אין די דברי תורה, חידושים, א.ד.ג.?
פארוואס ווען דער עולם התורה צייכנט אפ א חצי-יובל שנים לפטירת הגאון המפורסם רבי שניאור קאטלער זצ"ל ראש ישיבת בית המדרש גבוה אין לעיקוואוד, במעמד אלפי בוגרי הישיבות, און מ'וויל מכבד זיין לכבוד התורה א גדול בישראל לדרוש בכבודה של תורה ולומדי', ווייסט מען וועמען צו רופן?
אוי, מ'איז שולט אויף די מוחות... כדי צו בארואיגן די קליינע קינדער האט מען זיך א וואך דערויף אויפגעהויבן און געלאפן באזוכן א לעיקוואוד'ער בעיסמענט, לאמר, אזוי-צו-זאגן, הנני, איך קען אויך באזוכן לעיקוואוד... און אפילו שפענדן דריי שעה צו קלאפן א מזוזה אין "פייוו-טאונס"...
די אינגווארג וואס וואקסט אויס אונטער די אייגענע הנהגה קוקט צו מיט שטוינונג, ס'קומט א יו"ט, מ'פאראינטערעסירט זיך אין די דברי הימים בצל רבותינו הקדושים מרנן ורבנן בעל דברי יואל זי"ע און שפעטער ביי בעל ברך משה זי"ע, מ'קוקט אדורך די מנהגים און מ'הערט פון די עלטערן וויאזוי א יו"ט האט אויסגעקוקט בצל קדשם, א שבת חנוכה, א שבת שקלים, א.א.וו. און דא פאלט מען אמאל אריין אין די איבערגעבויטע, טישן-אנגעפילטע, מחיצות-פארדעקטע, שול אויף ראדני סטריט, נישט שבת כ"א כסלו "בעל כרחי ובניגוד לרצוני"... נאר אין איינע פון די "שיינע טעג" אין יאר, אפילו אין סאמע שבועות א.ד.ג. און ס'אנטפלעקט זיך גאר אן אנדער בילד.
פאר די יונגע בחור'ליך און אינגעלייט עגבערט די מוחות, ס'טוט זיי באמת וויי, פארוואס הייבט זיך אן דער פרייליכער חודש תשרי ביי די סאמע לעצטע מינוטן פון נעילת החג, (שוין נאכ'ן זמן ר"ת...)? האט אויך ביי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אזוי אויסגעקוקט א סליחות, א ראש השנה, א יום הקדוש, א סוכות, א הושענא רבה מיט שלאפענדע מאסן פון אונטערן באלעמער?
האט טאקע ליל פורים אזוי אויסגעקוקט ביי רבותינו הקדושים זי"ע, אז ביים "מגילה ליינען", דער זמן פון "לך כנוס את כל היהודים", זאל אינעם בנין אויף ראדני זיין מער וואסער קראנען ווי מענטשליכע פערזאנען?...
פארוואס ווערט דער מנהיג באצייכנט אלס דער "נח"ש רבי", ווען מ'לייגט דעם עיקר דגוש צו שאפן דעם ציבור בלויז צו נ'עילת החג, ח'תונות, און ש'ושן פורים?
מועדיכם שנאה נפשי
יא, די אינגע מוחות קוקן און הערן, זעען און ווייסן, זיי עגבערט און פרעגן, פארוואס און היתכן, אז שוין אין יאר תשנ"ו האט מען געדארפט צוטרעטן צו בויען א נייעם ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, ווי רביה"ק מרן בעל ברך משה זי"ע האט דאן געזאגט ביים מעמד הנחת אבן הפינה אסרו חג סוכות, אז ווען ער איז ארויף אויפן ארון הקודש צו די דרשת כל נדרי, האט ער זיך ממש דערשראקן צוזעענדיג דעם געפערליכן געדרענג, כי אפס מקום, און צוערשט מתפלל געווען א תפלה חרישית אז קיינער זאל נישט ניזוק ווערן מחוסר מקום.
ס'איז שוין אדורך זינט דאן פערצן יאר, און היינט זוכט מען מיט וואס אנצופילן דעם יעצטיגן ביהמ"ד מיט טישן, טישן, טישן, און נאכאמאל טישן... בו בזמן ווען די פאפולאציע אין וויליאמסבורג בכלל, און סאטמארער חסידים בפרט איז היינט פיל מער ווי אין יענע יארן. אוי, פארוואס?
פארוואס ווען ס'קומט צו די הקפות, א צייט ווען יעדער דורכשניטליכער סאטמארער חסיד "באזוכט" – מ'שטיינס געזאגט – אין די "באזע" וואו מ'געהערט אן, און פילע נייטראלע אידן שפאצירן זיך אדורך די וויליאמסבורגער גאסן און באקוקן אלע "גרויסע הקפות", וואונדער מען זיך "הזאת ראדני"? דאס איז געבליבן פון די אמאליגע "סאטמארער הקפות" אין ראדני?
א וואונדער אז "ס'הערשט אַזאַ אומאינטערעסע פאַר דעם גאַנצן חבורה"? וואס זאל דא אינטערעסירן, אז חנוכה נאך חשוף-זינגען ווערט ליידיג, צו די שובבי"ם תורה קאמפיינט מען מיט צוגעשטעלטע באסעס, אז דער שענסטער שבת אין יאר איז "שבת שבע ברכות" אנשטאט "שבת שקלים", זאל דא הערשן עפעס אן ערנסטע אינטערעסע?
אודאי איז מען גאנצע צען יאר פארנומען ביז איבערן קאפ בלויז מיט "יענעם", אז ס'איז "חדשיכם ומועדיכם שנאה נפשי", מ'שפירט נישט קיין סיפוק הנפש אין די אייגענע געזעלשאפט, מ'קומט שוין יא קיין ראדני אבער ס'איז פוסט, דער אמאליגער מענטשן-שטראם ווערט ערזעצט מיט נייע טישן ממזרח ממערב מצפון ומים, מוז מען ארויסקומען יעדן מאנטאג און דאנערשטאג מיט פרישע קול קורא'ס און מערכות, דא באקט מען א מעשה מיט א פרישן חבר הבד"ץ וואס איז נישטאמאל געקומען צו אן אפשטימונג ביי די ארטיגע הנהלה; דא איז מען מבזה א משמש אין ביהמ"ד הגדול בפני קהל עם ועדה פארן אנטייל נעמען אין א "חינוך בית החיים" וואס איז "געבליבן ביים אלטן"... דא לויפט מען ארום צו רבנים מיט שקרים איבער די "סווימינג פול'ס" אין אריזאנא, און די איינצעלנע רבנים גדולי תורה וועמען מ'האט אריינגעכאפט אין נעץ זענען מפרסם הכחשות. (עיין ערך רב אלבום, רב פאללאק, ועוד).
בליצן און לעמפלעך, יא. "פראפאגאנדע", ניין...
מ'קלאגט און מ'וויינט אז "יענער" איז שטענדיג פארנומען מיט "ברבבותינו", "מעכטיג", "פראפאגאנדע"... אוי, ווי ווייט איז דאס היפוך פונעם אמת. ווען אימער ס'קומט אונטער א צייט פון א שמחה בחצרות "נועם המדות" ווערט על כל עץ וגבעה אנגעהאנגען מיט עלעקטראנישע שילדן, די באסעס ווערן באקלעבט מיט בליצערס און טאוולען, אלע בנינים הגזולים ווערן "באקרוינט" מיט קאלירטע מזל-טוב באגריסונגען, די הויפט-באזע ווערט דעקארירט מיט ריזן בלוי-רויט-פוירפל עצי תמרים(נישט קיין "מלכות סאטמאר" טאוול...), דער בנין "ויואל משה" שווינדלט פון לעמפלעך,ס'בליצט ביז גאסן אראפ, אלעס איז פאר איידלקייט, נישט קיין "מעכטיג", נישט קיין "פראפאגאנדע", ס'איז ממש דער דרך האמת. – קלערט איר אז די בחור'ליך זענען נישט קיין מבינים דערויף?
ווער איז געווען דער ערשטער מהרס אויפצוקומען מיט אזא מושג פון "בילדער" (עיין ערך "דער בליק"...)? ווער האט ארויסגעגעבן פאר לאנגע וואכן אייגענע פובליקאציעס מיט בילדער כדי צו צייגן "מעכטיגקייט" און הויל "פראפאגאנדע"?
"בילדער" על טהרת "הנקודה הפנימיות"...
דער בעל דרשן אין זיין דרשה קלאגט און באשוליגט די תמימי לב, זיינע בחורי חמד, הלמאי מ'לאזט זיך וואשן די מוחות פון די "פראפאגאנדע כדרכי הגוים, פון די בראשורן וועלכע לייגן בילדער פון יעדן דינער, מסיבה און וויזיט, וויאזוי מ'האלט דעם לולב, וויאזוי מ'שלאגט כפרות, און וויאזוי מ'קושט דעם אתרוג"...
אוי, מיר פארשטייען דעם ווייטאג.
די לעצטע צען יאר האט מען טאקע געהערט ווי מ'האט זיך אוועקגעשטעלט און עפנטליך אראפגעריסן א בילדער-אויסגאבע "כל העולם כולו", טאקע א פירצה, אבער לאמיר נאר אריינקריכן אין די מוחות פון די בחורים וויאזוי זיי קוקן דאס אן, פון זייער פערספעקטיוו.
סיי-ווען מ'האט א גוטע געלעגנהייט, מוצאי יו"ט צו נעילת החג; א חתונה; אין חודש אדר אנגעטוהן מיט א ווייסן היט'ל צו די שחיטה; ווען מ'שפאצירט אין קעמפ; מ'לאכט צום גרעסטן 80,000$'דיגן "כוס של אליהו" מיט די "ידו על התחתונה"...; מ'שניידט אויף דעם גרעסטן אתרוג זיצנדיג אויפן הייליגן שטול; מ'שמייכלט מיט די גרעסטע אקטיארן אין סאמע בין כסא לעשור; מ'שרייבט אן אות מיט די גלעזער אויף א ספר תורה... אלץ און אלעמאל ווערט דאס אפגעכאפט מיט לעבעדיגע בילדער, און גאר פובליצירט אינעם אומאפהענגיגן ארגאן אדער גאר אינעם כל העולם זעלבסט. וכאן הבן שואל, דער תמימות'דיגער בחור'ל וואס לעכצט צו פראווען חסידות, ער וויל יא איכפת'ן, וואונדערט זיך, וויאזוי ארבעט דער דבר והיפוכו? דא רופט מען אויס ביי די חתונות, מ'קלעפט אן די וואנט מיט מודעות אז "בפקודת הקודש איז פארבאטן רעקארדירונג געצייג און בילדער מאכער", און בלויז א טאג אדער עטליכע טעג דערויף ווערן אלע מאגאזינען, ציוניסטישע בראשורן און אינטערנעט וועב-זייטלעך אנגעפירקלט מיט די ריסייקלד בילדער משנה לשנה, און טאקע קלאוז-אפס פון די שיינענדע צורה. און דער בחור'ל באקומט א שליטה אויפן מח...
דער בעל דרשן קלאגט אויף די "וויזיטן", יפה דיברתם. גוט געזאגט.
א בחור'ל אדער אינגערמאן, ווער ס'פאלט נאר איינמאל אריין ביי א באזוך פון א רב, רבי, ראש ישיבה, ווען אין בעסטן פאל ווערט דער שמועס פארקירוועט איבער דעם "וועטער-קלימאט" אינדרויסן אדער "ס'איז שפעט צו מנחה", דארף שוין גארנישט קיינער זאל שולט זיין אויף זיין מח. הדברים מדברים בעד עצמם.
מי יתן והי' ס'זאל זיך יאווען דער חסיד ארויסצוגעבן די ריכטיגע פנינים "משלחן מלכים", עפעס קרישקעלעך פון די הערליכע שמועסן "בהיכלא דמלכא", אוי וואלט דער ציבור זיך דערקוויקט...
ס'דערמאנט זיך די מאמענטן, איידער ער מ'האט אנגעפירט מיט די מאסן "פת שחרית" אינעם ראדני בעיסמענט, ווען אין זיינע ד' אמות האבן זיך פארווארפן היימישע פנימ'ער וועמען ס'האט נאך פאראינטערעסירט צו זען די הייליגע צורה פון דעם רבן של ישראל מרן הגה"ק בעל ברך משה זי"ע, ווי מ'איז געווען געצווינגען זיך צו פאנאנדערגיין אין א שמייכל פון די טיפזיניגע חידושים נפלאים, א שטייגער ווי "שור שנגח את הפרה זה אומר כולה שלי וזה אומר כולה שלי", "שקל שלם", "שבענו בבקר חסדך ואמונתך בלילות", א.ד.ג. ס'איז געווען א ריכטיגע "אוי לאותה כלימה", און טאקע כלשונו ביים הספד לפני מיטתו של אביו: "אוי לאותה כאאאלימא" מיט א פתח הארוך...
גערעכט זענען די בחור'ליך וואס ס'דריקט זיי די מוחות. נו וואס? זאלן זיי דאס אראפשלינגען ווען זיי הערן דאס גאר אפט און ס'קאסט זיי א שמייכל? זאלן זיי טאקע זיין "אומרים לעץ אבי אתה ולאבן את ילדתני"?!
קומען צו שלש-סעודות קיין ראדני...
א וואונדער אז דער בעל דרשן דארף הארציג אפעלירן צו די בחורים (כסלו תשס"ח): "פאַרוואָס פּראַוועט מען אַ שלש סעודות מיט די המוני עם? מיט די פּראָסטאַקעס! אין אַלע לעכער זיצט מען! מ'שמועסט אָפּ דברים בטלים! מ'האט זיך געטראָפן מיט די "פרענדס" און אָפּגעשמועסט דברים בטלים ביי שלש סעודות! ס'ווערט דער זמן, מ'כיפּערט אָפּ אַ מעריב, מען כאַפּט אַ ציגאַרעטל, אזוי ווי די פורקי עול, אזוי ווי די המוני עם. וואו לויפט מען? ווען מען לויפט לערנען איז נאך א האַלבע צרה. מען לויפט דאָך נישט לערנען! מ'לויפט כאַפּן אַ ציגאַרעטל!"...
דער בעל דרשן איז זיך מתחנן: "מ'זאָל זיך צוזאַמקומען אין ביהמ"ד, ס'זאָל זיך צוזאַמקומען א עולם יעדע וואך ביי ס"ג, ברוב עם, "ווי אַ גרעסערער ציבור אַלץ אַ גרעסערער כבוד שמים". "ס'איז אַ געוואַלדיגע מצוה צו מחזק זיין "די זאך!". דאָס איז נישט פּאַרטיי'איש! "דאָס איז אַ מצוה מחזק צו זיין"! און כדי די בחורים זאלן האבן דער ריכטיגן "געדולד" זיך צו געפינען ביים טיש, ווערט דורכ'ן בעל דרשן פארגעלייגט "אינסטרוקציעס": "איך בעט דעם עולם, "זיצן מיט געדולד" ביים טיש, מ'וועט רעדן דברי תורה... "מ'זאָל עס אויסהאַלטן"...(!) "מ'וועט נישט מאריך זיין צו לאַנג"... "זיצן מיט געדולד", מיט דרך ארץ...
א וואונדער אז די בקשות פאלן אויף טויבע אויערן? עפעס דריקט דאך אונטער די מוחות אז די ווערטער ווערן נישט דערהערט.
איז דאס געווען דער ארגינאלער סדר אין "סאטמאר"?! אויך אין די תש"י, תש"כ און תש"ל יארן האבן די מנהלי הישיבה, א שטייגער ווי הגה"צ משאפראן זצוק"ל אדער הגה"צ רבי נתן יוסף מייזעלס זצ"ל, געדארפט "אפעלירן" אז "מ'זאל קומען צו ס"ג צום רבי'ן"... "מ'זאל זיצן מיט געדולד", "מ'זאָל עס אויסהאַלטן"...?!
וואס דארף מען דא אזוי "אויסהאלטן"?!
האט איר פארגעסן אז "ס"ג אין סאטמאר" איז געווען דער סאמע יסוד פון די וואך, ווען מ'פלעגט זיך קלאמערן בצל תומר און הערן די פייערדיגע דברי אלקים חיים. פארוואס ווייסן דאס נישט אייערע בחורים?!
חלילה נישט "משנה זיין"...
אין לויף פון די צען יאר איז מען השכם והערב פארנומען צו פירן קריג מיט די ערליכע עדה קדושה אידן וועלכע קלאמערן זיך אויף די הייליגע דרכים פון מרן רבינו הקדוש מסאטמאר בעל דברי יואל זי"ע, די עדה קדושה פון אלפים ורבבות תלמידים וחסידים וועלכע זענען געווען דבוק ומקושר צו ממלא מקומו כ"ק מרן הגה"ק בעל ברך משה זי"ע אין "אלע" אומשטענדן, אפגעזען פון די באקוועמליכקייטן און מצבים, די הייפעלע פון רבבות בכל קצוי תבל וועלכע האבן לאחר פטירתו ממלא געווען רצון קדשו און מקבל געווען דאס נשיאות בקודש פון ממלא מקומם כ"ק מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א, דער נצר חוטר מגזע קדישא, אלס ממשיך השושלת עד ביאת הגואל.
וואך איין וואך אויס איז אויף די עדה קדושה געשאטן געווארן עמערס מיט שמוץ. וימררוהו ורבו וישטמהו בעלי חצים, און אלעס "על טהרת הקודש", מיט הייליגן סטעמפל אז מ'דארף היטן אויף די המשכה פון רבינו הקדוש זי"ע, אז ס'זאל חלילה נישט נשתנה ווערן זיינע הייליגע הוראות און הדרכות.
יא, זיכער, אין לויף פון די צען-יעריגע הנהגה איז מען ב"ה נאך קיינמאל נישט "נכשל געווארן" צו זאגן א דבר תורה אין די צייטן פון יאר ווען רביה"ק זי"ע האט זיך נישט געפירט צו זאגן, מ'פובליצירט אנצוטאהן א שטריימל צו קידוש החמה ווייל רביה"ק איז מטעמו ונימוקו עמו פארבליבן מיטן שטריימל פון מוצאי יו"ט צו קידוש החמה אסרו חג פסח אין יאר תשי"ג, (ביז מ'האט זיך געכאפט אז טייל ציבור וועט נישט נאכטאנצן און ס'וועט אויסקוקן ענדערש ווי א פורים'דיגער מעמד, האט מען דאס געלאזט בלויז פאר די "רויעל פעמילי"). אבער, די בחורים און אינגעלייט וועלכע קוקן דאס צו פון די זייט, זיי הערן השכם והערב אז מ'טאר זיך נישט אוועקרירן פון די הייליגע הדרכות, קומט זיי דאס בלוט ארויף אין קאפ. זיי פרעגן אונטער די קעמערליך פון זייערע מוחות, ילמדנו רבינו, וכי משוא פנים יש בדבר?!
איז דער טערמין "רבי זכרונו לברכה" טאקע באשאפן געווארן בלויז אויף "לנגח בו את האדוקים"?!
די סעלעקטיווע הוראות
עס וואונדערט דאס הארץ פון יעדן בר דעת, אפילו פון אייגענעם קרייז, איז די הוראה פון רבי'ן זי"ע בנוגע בחורים זיך נישט צו באטייליגן און טאנצן אויף חתונות (שוין אפגערעדט פון דעם מיאוס'ן סטיל פון די געטענץ), נישט אזוי קלאר פארבאטן געווארן דורכ'ן רבי'ן זי"ע פערזענליך ווי דער עירוב אין ברוקלין?
איז די הוראה פון רביה"ק זי"ע בנוגע נוצן בלויז "שטיינזאלץ" פאר די פלייש אין די שעכט-הייזער, נישט אזא הייליגע הוראה פון רבי'ן ווי נישט זאגן תורה אין לויף פון א פינף-שעה'יגן ליצנות טיש שושן פורים?
די מוחות ווילן פארשטיין, וואס איז אנדערש "דערי לולבים", וואס איז נישט פאראן א קלארע הוראה פון רבי'ן ז"ל, און רוב רבנים מגדולי תלמידיו האבן דאס מתיר געווען, ווי "אריזאנא ווייץ", וואס דער רבי ז"ל האט דאס פערזענליך גענוצט עטליכע יאר?
דיינים, דין תורה, א.א.וו.
מ'וויינט, מ'קלאגט, אז מ'איז שולט אויף די מוחות. וואס פארלאנגט איר פון אייערע ערליכע בחורים און אינגעלייט? זיי קוקן ארויס אויף די מנהיגים, דיינים, מורי-הוראה, עיני העדה, און זעען זיך ארום אז ביי טויזנטער סאטמארער אידן, אפגערעדט פון די גאנצע חרד'ישע וועלט, קוקט מען זיי אראפ מיטן גרעסטן וואונדער, און מ'קען נישט באגרייפן פארוואס זיי זענען גרייט אונטערצושרייבן יעדן פאשקעוויל און כתב-פלסתר לטובת "די זאך".
ערליכע אידן איבער דער גארער וועלט קוקן און וואונדערן זיך, איז דאס די המשכה פון רבי'ן זי"ע, אז בלויז פאר תאוות הנצחון זאל מען זיך אויסלאכן גאנצע צען יאר פון זיך שטעלן לדין תורה? איז דאס די החזרת עטרה ליושנה אז מ'זאל שלא ברשות בי"ד, אן קיין איין-איינציגע הזמנה לדין תורה, קלאגן א קהלה קדושה בישראל אין גוי'שן געריכט?
כי זהו סרחון רביעי
אין קורצן לאזט זיך מאכן א קלארן סך הכל. לעת-עתה, מאמאנטאל, יעצט ווען מיר שטייען בחודש ניסן-אייר-סיון תשס"ט, איז פאראן "פיר" אפענע קלאגעס וואו קהלתינו הקדושה "קהל יטב לב ד'סאטמאר" ומוסדותי' הקדושים זענען געווארן "אנגעקלאגט" אין גוי'שן געריכט אויף מערערע פלעצער, און אלעס שלא ברשות בי"ד, "אן קיין איין איינציגע הזמה לדין תורה".
1. וויליאמסבורג: נאכדעם וואס די "כת הולכים בערכאות העולמי" זענען אדורכגעפאלן העכער "צוועלף" מאל אין געריכט און ס'איז זיי נישט געלונגען צו באקומען די אזוי-איינגערעדטע "סטאטוס-קווא" בעלות אויף די נכסי הקהלה, האבן זיי תובע געווען די צענטראלע קהלה אין געריכט אויף דעם זכות קיום הקהלה.
2. קרית יואל: מ'האט אריינגעפירט דעם הייליגן בית החיים דקהלתינו הק' אין קרית יואל, וואס שם חלקת מחוקק ספון רבותינו הק' זי"ע, אין גוי'שן געריכט.
3. בארא פארק: טראץ אלע הפצרות זיך צו שטעלן צו דין תורה ביי א בית דין בישראל, און שוין נאכדעם וואס דער מנהל המוסדות אין בארא פארק האט אונטערגעשריבן שטרי בירורין, ווערט ליידער פארגעזעצט דער שרעקליכער הרמת יד בתורת משה דורך קלאגן די מוסדות הק' אין גוי'שן געריכט.
4. בני ברק: שוין עטליכע יאר וואס די שלוחים פון ירושלים און אמעריקא האבן אַריינגעטראָגן נידערטרעכטיגע קלאַגעס באַגלייט מיט שוידערליכע מסירות אין "ציוניסטישן בג"ץ" קעגן די די הנהלת מוסדות סאַטמאַר אין בני ברק, צום ערשטע מאָל אין איזרעאַלישע היסטאָריע וואָס חרדישע אידן גיבן אַריין א קלאַגע אין "ציוניסטישן בג"ץ", און א.ג. תלמידי וחסידי רבינו הק' והטהור זי"ע זענען ליידער עובר אויף איסור "יהרג ואל יעבור".
קלערט איר אז איר קענט נאך פארדרייען א קאפ פאר אן ערליכן בחור איבער וואו מ'פירט זיך על פי תורה און וואו נישט? ווען א בחור'ל קוקט זיך צו דערצו, דארף מען אים נאך וואשן דעם מח?!
בית משפט הציוני
טויזנטער קינדערלעך בליעה"ר ווערן נתחנך אין די הייליגע מוסדות פון רביה"ק זי"ע אז ציונות איז אסור אונטער יעדן מאנטל, מ'חזר'ט דאס פון אינגווייז אן אז "אלעס" וואס רביה"ק זי"ע האט אויסגעלערנט איז קאי וקיים, "אלע" זיינע הוראות זענען הייליג און מחייב, זיינע הוראות אין התחברות לרשעים זענען א נצחיות, זיין מלחמת ה' בעמלק הציוני איז אן אייביגקייט, זיינע שטענדיגע ווערטער אז מ'טאר זיך נישט אפלערנען פון די מעשי עמלק אפילו ווען מ'גייט אנגעטוהן באיצטלא דרבנן ווערן ווייטער געלערנט, דער באקאנטער מאמר וואס ער פלעגט נאכזאגן אז "דתן ואבירם זענען אויך געגאנגען אין א קאלפיק און ווייסע בעקעטשעס" ווערט ווייטער הייליג נאכגעזאגט.
דער אש קודש וואס שלומי אמוני ישראל האבן אפצואווייכן פון יעדע נטי' צו ציונות און דער ציוניסטישער בג"ץ איז אויף קיין פינטל נישט גערירט געווארן, די הייליגע ווערטער פון רביה"ק זי"ע אין ספה"ק ויואל משה (מאמר א' סי' ק"א) "שזה גרוע הרבה יותר מהילוך בערכאות כו' וזה הוא חירוף וגידוף ממש וכו', כפירה גמורה בתורה הק', וברור שיש בזה הענין בלבד איסורא ד"יהרג ואל יעבור" ווערט אויף קיין האר נישט שוואכער אפילו דאס ווערט ליידער אנגעפירט דורך די יעניגע וועלכע פרעטעדירן אז מ'פירט זיך אויף די דרכי ההנהגה פון רביה"ק זי"ע.
קינד-און-קייט ווייסט פון דעם רב הרשע וועלכער האט געקענט לערנען מער ווי אלע אין די לישקע, געווען בקי בכל מכמני תורה, נגלה ונסתר, און ביי ערליכע אידן האט מען געוואוסט אז ער איז אדורכגעפוילט בתוך תוכו און עד היום הזה ווערט ער געדענקט לחרפה ולדראון עולם.
אט דער ווייטאג דריקט אונטער די קעמערליך פון די אינגע מוחות, פארוואס ווערן מיר באצייכנט אלס "בג"ץ'ניקעס" והולכי ערכאות עולמי? פארוואס יאר-איין יאר-אויס ווען מ'וועט דערמאנען דעם נאמען פון דעם נצר חוטר מגזע עמלק, המן הרשע, וועט מען ביי ערליכע אידן אינזין האבן די הולכי לבג"ץ, גימ' המ"ן?
ס'טוט וויי פארוואס קען מען אויף אונז טייטלען מיט די פינגער אז כאטש ס'איז נאך נישט פאריבער קיין דרייסיג יאר פון די הסתלקות של אותו צדיק, האט מען פאר געלט אינטערעסן אוועקגעלייגט אלע יסודות און מ'האט אריינגעפירט די הייליגע מוסדות הקדושים אין בני ברק אין ציוניסטישן בג"ץ?
וויפיל מ'וויל פארדרייען דעם קאפ איבער דעם היגן סכסוך אין אמעריקא, שטעלט זיך ארויס קלאר דער אמת אין בני ברק, ווי די גרעסע גאונים אדירים און זייערע בתי דין, א שטייגער ווי הגאון האדיר מרא דכולא תלמודא בעל שבט הלוי שליט"א ובית דינו הצדק, הגאון האדיר רבי ניסים קרליץ שליט"א ובית דינו הצדק, הגאון האדיר הגרמי"ל לאנדא גאב"ד בני ברק שליט"א ובית דינו הצדק, וועלכע זענען נישט אויף קיין "פעיראל" פון סאטמאר אין בני ברק, און נישט אויף קיין "פעיראל" פון סאטמאר אין אמעריקא, האבן אלע געשריבן קלאר און דייטליך בכתב ידם, דעת תורתם הרמה, אונטערגעשריבן דורך אלע זייערע חברי הבית דין, אז דא איז געטוהן געווארן אן איסור חמור פון הליכה לערכאות הציוני, און מ'מוז דאס שוין תיכף מבטל זיין. אזוי האט אויך געשריבן בכתב יד קדשו כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, און שוין עטליכע מאל ארויסגעשריגן במחאה נמרצה.
"ס'פאסט נישט פאר סאטמאר"...
ס'איז שולט אויף די מוחות די הארבע פראגע: וויפיל מאל האט מען געהערט אין די פארגאנגענהייט פון יענעם לאגער, אז "אפילו א זאך וואס איז מותר על פי הלכה, אבער פאר סאטמאר פאסט דאס נישט". מ'האט געוואלט אויפשפילן די ערליכע געפילן אפצוהאלטן די קהלה קדושה סאטמאר צו טוהן את המוטל עליהם, א שטייגער ווי ביי די שערורי' איבער דעם סקול דיסטריקט אין קרית יואל.
נשלח ב-3/6/2009 02:09
שטעלט זיך יעצט די הארבע פראגע: גיין אין ציוניסטישן בג"ץ "פאסט פאר סאטמאר"?! איז דאס טאקע "ארגינאל סאטמאר"?! איז דאס די המשכה וואס רביה"ק זי"ע האט אונז איבערגעלאזט?!
אין די מוחות פון די בחור'ליך פרעגט זיך די פראגע: מיר זאגן טאקע נישט "בעל דברי יואל" נאר "רבי זכותו יגן עלינו" (כלשונו פונעם בעל דרשן), און דאך זענען מיר אפגעסטעמפעלט אין די גאנצע חרד'ישע גאס אלס די הולכי לבג"ץ הציוני, ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אין טאג פון די פארגאנגענע בחירות הטמאות אין ארצינו הק' ווען מ'האט פארשריגן די ערליכע עסקנים אויף די טרעפ פון די גרויסע פאנאוויטש'ער ישיבה, מיט "צאו מבג"ץ" טאוועלען...
אדרבה, די מוחות פון די אינגע קינדער לעכצן נאך א תשובה, זיי זענען גארנישט פאנאטיש, ס'עגבערט זיי די מוחות, זיי ווילן וויסן, ווען דארף מען גיין צו דין תורה און ווען מעג מען גיין צו ערכאות של עכו"ם?! ווען איז מען "מוחה" מיט דמעות שליש קעגן הליכה לערכאות און ווען פילט מען אן א מויל פיל מיט יין של קונדיטון און מ'פארגלייזט זיך די אויגן? ווען טאר מען נישט נעמען קיין געלט אדער הנאה-האבן פון די ציוניסטישע ממשלה, און ווען מעג מען זיך זוכן די שוץ פון די ציוניסטישע מדינה און זייערע חוקי כפירה ומרידה במלכות שמים?
ס'וואונדערט די אינגווארג: פארוואס ווען מ'אפעלירט פאר א "וואסער סיסטעם" אין די קרית מלך רב קרית יואל, ווערט דאס באצייכנט אלס "התגרות באומות", און ווען מ'שטורעמט מיט א שרעקליכן "התגרות באומות" קעגן די שפאנישע רעגירונג, אן קיין שום דעת תורה, און קעגן דעם דעת הגאונים הצדיקים חברי "אדמת קודש" באייראפא בראשות הגאון האדיר ראש ישיבה ד'לאנדאן שליט"א, איז דאס א מצוה מן המובחר, און די וועלכע זאגן ארויס דעם אמת'ן דעת תורה ווערן גאר פארשריגן?
לא אירא מרבבות עם
נאך א פונקט. די אַלע שקרים וכזבים וואָס מ'האָט פּרובירט צו שמירן אין ברוקלין אַז "דער רבי האָט געהייסן", "מיר זענען די רוב", "לאמיר מאכן וואַלן", "מסלתה ומשמנה", "רוב מנין ורוב בנין", א.א.וו., איז דאָך נישט שייך אין בני ברק, ווארום דער גאנצער ציבור האט אייך געוויזן דעם פתח היציאה, טאָ וויאזוי וואַגט איר אריינצוגעבן אַ קלאַגע קעגן "דעת רוב הקהל" וואס איז ביי אייך אזוי הייליג? מיט וואָס אַ רעכט טראַכט איר אַז על פי תורה האָט איר אַ נגיעה כל-דהו אין די הנהגת הקהלה והמוסדות?! – און אדרבה, אויב האָט איר סיי וועלכע טענה, שיקט געזונטערהייט אַן "הזמנה", ויקוב הדין את ההר...
אוי, און וואס קלערט איר זאגן צו דעם די אינגע מוחות?! מ'דארף זיי וואשן?!
נאך 10 יאר: "וואס" האט מען פארדינט?
אויב איז א צייט-אפשניט פון צען יאר גענוג א תקופה צו מאכן א חשבון הנפש אויפן עבר, לאמיר ווייטער דערגיין וואס דריקט זיינע בחור'ליך און אינגעלייט אויף די מוחות.
מ'האט אין לויף פון די יארן טרואימפירט מיט פראנץ-יאזעף'ס נצחונות, מ'האט אפגעהאלטן זיגן איינס נאך די אנדערע, אין אלע געריכט הייזער פון ברוקלין האט מען באקומען אלעס וואס מ'האט געוואלט. אוי, ס'ווערט קאלומטענע אויפן הארץ, וואס איז געשען מיטן בית החיים? "מיר" זענען דאך "קהל יטב לב"? "מיר" האבן דאך אלעס באקומען?
יעצט, ווען דער נצחון-שכרות האט שוין עטוואס אויסגעוועפט, ס'איז שוין געווארן אויסגעקלארט אז מ'האט "קיינמאל" גארנישט "געווינען", "געבליבן" מיינט נישט "באקומען", עגבערט די מוחות, אויב שוין יא אזוי, אויב האט מען טאקע גארנישט געווינען, נאך וואס האט אויסגעפעלט זיך צו באשמירן די הענט און בלייבן למשמרת לאות לבני מרי אלס די מהרסים בכרם בית ישראל?
פארוואס האט מתחילה אן זיך נישט געשטעלט צו דין תורה כהולכות גוברין יהודאין ווי די תורה הק' פארלאנגט "ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם?
פארוואס האט מען נישט געהאט דעם שכל באלד נאכ'ן פסק פון ריכטער באראש, ווען מ'האט זיך דאס מערסטע איינגערעדט אויף א נצחון, אוועקצוגיין בדרך כבוד און נישט אריינגעבן פרישע קלאגעס אין גוי'שן געריכט, ביז מ'איז אנגעקומען וואו מ'איז אנגעקומען אז מ'האט באקומען אן ערקלערונג אז מ'האט גארנישט געווינען?
פארוואס האט אויסגעפעלט זיך צו נעמען בידים דעם תואר של חרפה לדראון עולם אלס "כת הולכים בערכאות ובג"ץ הציוני"?
אודאי עגבערט די מוחות, טאג און נאכט פרעגט מען קשיות, מ'קוקט זיך צו אין וומסב"ג ווי גרויסע בנינים שטייען ליידיג צום פארדינגען, פילע מוסדות התורה ווי קאשוי און וויזניץ פארנוצן דאס פאר זייערע תלמידים, די מוחות דערהייבן דאס נישט, ס'עגבערט די "נועם המדות" סימפטאמען, וואס גייט דא פאר?
"למה נגרע" אין "בארא פארק"...
מ'איז שולט אויף די מוחות, ס'עגבערט זיי די הארבע פראגע, אויב איז דא די רעדע פון "נועם המדות", פארוואס האט מען זיך נישט בעגענוגט מיט די הנהגה חדשה בלויז אין וויליאמסבורג? פארוואס האט מען געמאכט שריט כובש צו זיין אויך די קהלה קדושה אין בארא פארק דארט וואו דער פאטער דער הייליגער ברך משה זי"ע האט קלאר אוועקגעשטעלט א מרא דאתרא?
פארוואס האט מען דארט פרובירט אנצוזייען חורבן און מחלוקת אויף מערערע אופנים, אויפנעמען גבאים, קומען זאגן א דרשה, שטורמען א "חומש סעודה", א.א.וו. ביז צו קלאגן אין גוי'שן געריכט שלא על פי תורה? ווערן מיר דען נישט אראפגעקוקט ווען מיר לייגן ארויף אונערע לאפעס מזיק זיין די קהלה קדושה און מוסדות התורה אין בארא פארק?
וואו איז נאך פאראן א גרעסערער "אני אמלוך" אמביציע, ווי בלויז עטליכע חדשים נאך די התמנות אין וויליאמסבורג, לאזט מען זיך טוישן דעם "לעדער-העד" פון "רב דקהל יטב לב דסאטמאר פה וויליאמסבורג יצ"ו, צו אב"ד ור"מ יטב לב ד'סאטמאר ברוקלין יצ"ו", און מ'לאזט זיך ארויס אויף א מלחמת חרמה קיין בארא פארק כדי צו כובש זיין די ארטיגע קהלה וועלכע גייען נישט אין שפאן?!...
קלערט איר טאקע אז מ'קען איינרעדן די בחורים און אינגעלייט אז מ'זוכן "דין תורה", אין דער צייט וואס די שלוחים נאמנים אין באָראָ פּאַרק זיצן מיט א "לשם יחוד" אין געריכט?!
"היתר מאָנטרעאָל"...
מ'קען נישט אדורכלאזן א 10 יעריגן סך-הכל, און נישט דערמאנען אין קורצע ווערטער די הליכה לערכאות אין מאנטראעל בחודש אייר תשס"ו, וואו דער ארטיגער דיין, אויך א סימפאטיקער אין די "נועם המדות" קאמפאני, האט געגעבן א היתר צו קלאגן בערכאות של עכו"ם, אן קיין הזמנה לדין תורה, בלויז ווייל "חוששין שעד שיבואו לעמק השוה יוכל לגרום להם הפסד רב". (מלשונו פונעם כותב אינעם היתר הליכה לערכאות).
א געלעכטער.
קלערט איר אז דער אייגענער ציבור איז אזוי נאאיוו און כאפט נישט אז אזא דערהער איז קיינמאל נישט געווען מאז היתה ישראל לגוי, אז מ'לאזט קלאגן אין גוי'שן געריכט, און מ'קימערט זיך ניטאַמאָל צו שיקן א "הזמנה לדין תורה בישראל" צו פאַרמיידן דעם "הפסד רב"?!
און בכלל, איז דען ביי די הזמנה לדין תורה פון קהל יטב לב ד'סאטמאר אין ברוקלין נישט שייך געווען דער "היתר" פון "חוששין שעד שיבואו לעמק השוה יוכל לגרום להם הפסד רב"?! זענען די מולטי-מיליאן דאללער'דיגע בנינים פון קהל יטב לב ד'סאטמאר אין ברוקלין, נישט ווערד איין-מאל-און-הונדערט-מאל דאס ווערד פון די סאטמארער בנינים מפוארים אין ווייטן מאנטרעאל?!...
מ'האט דאן געקענט הערן פון "אייגענע בחורים און אינגעלייט", א.ג. "תלמידים פון דיין", וועלכע האבן געפרעגט איבער דעם שארפן קאָנטראַסט; ווארום, איז דען פאַראַן נאך אַ פלאַץ וואו ס'איז דאס מערסטע שייך געווען די טענה און "היתר" פון "חוששין שעד שיבואו לעמק השוה יוכל לגרום להם הפסד רב", ווי ביי דעם סכסוך אין ברוקלין, וואָס די נתבעים (כת הולכים בערכאות ובג"ץ הציוני) האָבן אין לויף פון "גאַנצע זעקס יאר" (ביז דעמאלט) זיך משתמט געווען פון צו קומען צו אַ דין תורה?! איז דאָס נישט גענוג אין כלל פון "חוששין שעד שיבואו לעמק השוה..."?! און דער זעלבער "מתיר" איז ביי יענעם פאַל גאָר שאַרף ארויסגעטרעטן מיט מחאות נמרצות...
די "תלמידים פון דיין" וועלכע האבן מיט אלע כוחות געוואלט אָנהאַלטן דעם געפאָדערטן רעספּעקט, האבן געשטוינט: הזאת נעמי? דאָס איז דער "דעת תורה", אַז ווען ס'קומט אויס גוט איז דאָס אסור בתכלית האיסור, און ווען דער ווינט בלאָזט אויף פאַרקערט, מ'האט געטשעפּעט "זיין" גרעניץ, ווערט דאָס אַ מצוה לכתחילה, למהדרין מן המהדרין, אַזש מ'שפּירט ניטאַמאָל פאַר וויכטיג צו שיקן אַן "הזמנה לדין תורה"?!
ווי געשעט זיך דאָס, אַז בלויז ווען מ'קוקט צום אייגענעם שפּאַקטיוו זעט מען דעם צד היתר, און פאַר אַנדערע אידן וועלכע וויינען זעקס יאָר נאָכאַנאַנד אַז זיי ווילן זיך מתדיין זיין בדין תורה כדת משה וישראל, קימערט מען זיך נישט אפילו דאָס מינדעסטע אַז דער סכסוך זאָל קומען צו אַ שליכטונג בדיני התורה?!
פלוצלינג ווען ס'קומט גוט אויס, קראַצט מען אַפיר אַ תשובה אין "רמ"ע מפאנו", (וועלכע איז אַגב זיינערצייט מערערע מאָל פּובליצירט געווארן דורך די הנהלת הקהלה), אַז ס'פעלט ניטאַמאָל אויס קיין "היתר" אויף צו "מעקל" זיין. ווילט זיך פרעגן: וואו איז דער זעלבער "רמ"ע מפאנו" געווען בחודש אב שנת תשס"א לפ"ק ווען די הנהלת הקהלה אין ברוקלין האָט בלויז פאַרלאַנגט אַן "עיקול" בערכאות?! פאַרוואָס האָט מען דאַן איבערגעקערט אַ וועלט און געזאַמעלט חתימות אויף א "קול קורא" (אויף וועלכן בלויז היימישע דיינים און מחותנים האָבן גע'חתמ'עט), און דער זעלבער "מתיר" איז אויך געווען מראשי החותמים?! צי האָט מען דעם "רמ"ע מפאנו" געטראָפן אין "אַקספאָרד מיוזעאם" הערשט דינסטאָג פר' במדבר אין יאר תשס"ו?!...
איז טאַקע די תורה הקדושה אזוי בויגזאַם אַז מ'קען מטהר זיין דעם שרץ פון איין טאג אויף די אַנדערע מהיפוך להיפוך?!... (ווי האָט זיך יענע אידענע אויסגעדריקט ווען דער שטאָטס-רב האט אין פאל פון א נויט מתיר געווען צו עסן קטניות אום פסח, האט זי אויסגעפּלאַצט אין אַ געוויין און געיאָמערט: "ווער ווייסט וואס נאָך מ'מעג, און דער רב זאָגט נאָך נישט אויס?!...)
ס'האט זיך געהערט אין אייגענעם לאגער די דערמאנטע פראגע, אָפּגעזען פונעם חלק ה"עיקול", איז דאס דען אַמאָל געהערט געוואָרן ביי יהודים נאמנים לה' ולתורתו אַז מ'גיבט אַ "היתר" צו גיין "מעקל" זיין בערכאות, און אַנשטאט צו פאַרלאַנגען אַן "עיקול" גיבט מען אַריין אָפענע "קלאַגעס" קעגן פּריוואַטע יחידים, און אַלעס בהסכמתו ובעידודו פונעם "כתב היתר"?!
איז שוין אַמאָל געווען אין די היסטאָריע פון רבנים יראי ה' אַז מ'זאל קלאָר מפרסם זיין דאָס התנגדות פון גיין צו דין תורה בישראל, און מ'שעמט זיך נישט צו שרייבן קלאָר אין דעם "כתב היתר", אַז "והש"י יתן בלב תועים בינה וכו' ולא נצטרך לבוא בדינא ודיינא ולזילותא דבי דינא". וואָס איז דאָס פחד פון קומען "בדינא ודיינא"?! אדרבה, לאָמיר יאָ קומען "בדינא ודיינא", לאמיר זיך זעצן ביי אַן אומפּאַרטייאישן בית-דין, און יקוב הדין את ההר ווער עס זענען די ריכטיגע תורה'דיגע ראשי הקהלה? פאַרוואָס האָפט מען אַזוי אויף א "בינה יתירה ממרום" אַז "ולא נצטרך לבוא בדינא ודיינא"?! און פאַרוואָס זאָל דאָס עצם קומען "בדינא ודיינא" פירן צו אַ "זילותא דבי דינא"? אדרבה קומט צו דין תורה; שרייבט אונטער שטרי בירורין צו פאָלגן דעם פסק בי"ד, און דאן, פאָלגט אויס דעם דעת תורה הברורה, און ס'וועט בכלל נישט זיין קיין "זילותא דבי דינא"!
אדרבה לאָמיר זען למי החותמת ולמי הפסולים: וועלכער צד האָט זיך אָפּגעהאַלטן פון גיין אין געריכט ביז מ'האָט נישט בעפאָר געשיקט "דריי הזמנות", (אָנגעהויבן פון חודש טבת תשס"א), און נאר נאָכדעם וואס אַלע פאַלשע אמתלאות זענען אויסגעלאָפן און די יעניגע האָבן נישט געוואָלט קומען לדין תורה איז מען געווען געצווינגען, ברשות ובהיתר בי"ד בכתב, אַרויסצונעמען אַן "עיקול" בערכאות(בחודש אב תשס"א), און וועלכער צד איז לכתחילה געלאָפן אין ערכאות של עכו"ם, נאך בעפאר מ'האט געשיקט אפילו די ערשטע הזמנה לדין תורה.
אוי, די מוחות ערגבערן. די קינדערלעך פרעגן. מ'איז שולט אויף די מוחות.
ואנכי לא אשכחך: די "נועם המדות" עפאכע
אז מ'רעדט פון צען יאר, דערמאנט זיך צוריק מיט אנגסט די לעצטע צען יאר ווען מ'האט טריאומפירט מיטן "נועם המדות" סלאגאן, און ס'קומט ארויף אויפן זכרון א בלעטל שווארצע היסטאריע פון פארשידענע זמנים דורכאויס די לעצטע צען יאר וואס סאטמארער חסידים קענען נישט פארגעסן.
די ליסטע איז זייער לאנג, ליידער, ס'פאדערט זיך פאר דעם זעלסבט א באזונדערער מאמר, ס'איז אבער גענוג אנצוצייגן אויף עטליכע געשעענישן "בלויז" אין די ערשטע יארן פון די מלוכה, אין די "שנה ראשונה" פון די אנארכישע "רבנות" אין וויליאמסבורג, (נאך בעפאר מ'האט געטוישט דעם לעדער-העד אויף רב קהל יטב לב ד'סאטמאר "ברוקלין"), ווען אלעס האט נאך געטראגן דעם פארטוך "דעם טאטן'ס רצון"...
צי קלערט איר אז די היינטיגע אינגעלייט, דעמאלט'דיגע בחור'ליך, האבן פארגעסן ווען מ'האט געווארפן די געטרייע גבאים פון בית המדרש הגדול אין וויליאמסבורג; געווארפן גבאים פון ביהמ"ד תהלות יואל; אויפגעזאגט דעם לאנגיעריגן בעל קורא פון ביהמ"ד הגדול; געפארן אויף טאראנטא (חורף תש"ס) מיט'ן ציל צו שטערן די פילזייטיגע אויפטועהן פון איחוד התלמידים און אפשטעלן די צענדליגע שיעורי תורה; אויפגעזאגט עטליכע ממשפחת רביה"ק בעל ברך משה זי"ע פון זייער תמידות'דיגע תמיכה; נישט געלאזט רביה"ק בעל ברך משה זי"ע זיך משתתף זיין ביי שמחות בביתו נאוה קודש, נאר אים געשלעפט קיין מיאמי; אוועקגענומען "מוהלות" פון נכדי רביה"ק זי"ע; געשטערט די פעולות הצלה פון "רב טוב"; נישט געלאזט רביה"ק זי"ע לערנען מיט זיינע טעגליכע חברותות טראץ וואס ער האט עטליכע מאל אויסגעדריקט זיין שארפסטע התנגדות דערצו; געהעצט רביה"ק זי"ע מיט שקרים וכזבים לשה"ר רכילות און הוצאת ש"ר אויף בניו וחתניו האהובים; זיך באפריינדעט מיט די גרעסטע שונאים פון רביה"ק זי"ע, א אקט וואס פאסט זיך זיך נישט פאר א פשוט'ן גאסן-אינג; פארמאכן בתי מדרשים מיטן תירוץ אז מ'מאכט נישט קיין "מי שברך"; געשלאגן און געלאזט ארעסטירן חשובע אינגעלייט און בחורים; בארבאריש געשלאגן מיט פיזישע קלעפ אנשים חשובים וזקנים נשואי פנים, בפניו אין די סוכה מיט רוצח'ישע מכות אויפן קאפ און צוקוקען מיט א שמייכל און נישט ארויסזאגן א קול מחאה אפילו ברמיזה; נישט אריינגעלאזט בחורים תלמידי הישיבה אין קרית יואל צו די סדרים פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע; אפגעהאלטן דעם טאטן ז"ל בערוב ימיו פון פארן קיין קרית יואל אין די נאך-פסח טעג ווי געווענליך, נאר אים געשלעפט אין די ביטערע היצן קיין מיאמי אוועק מעין כל רואה; נישט ערלויבט צו פראווען דעם הייליגן יו"ט שבועות אין קרית יואל ווי זיין מנהג פון אלעמאל; אויפגענומען א נייע קאמיטע אין די די מקוה טהרה אין וויליאמסבורג מיט'ן ציל צו שטערן די אנגייענדע ארבעט דורך די געוועזענע געטרייע עסקנים; מבזה געווען דעם עלטסטן אור-אייניקל און נישט געגעבן קיין עלי' ביום שנכנס לעול התורה והמצוות; נישט געטראָגן רביה"ק זי"ע צו די יערליכע דינערס פון מוסדות סאטמאר אין בארא פּארק און מאנסי, האבנדיג א "פאַרדאַכט" אז ער וועט זיך אולי דארט טרעפן מיט בנו הגדול און אים ארויסווייזן א פּנים צהלות וחיבה יתירה כדרכו; נישט געברענגט דעם רבי'ן צום שבת שבע ברכות פון זיין אייניקל די יתומה תחי' בת בתו הצדיקת מרת חי' ע"ה; נישט געברענגט דעם רבי'ן צום שמחת הבר מצוה בבית נכדו הרב יוסף מייזליש שליט"א וואס דאס רשעות איז אומבאַשרייבליך וד"ל; א.א.וו.
די ליסטע איז נאך גאר לאנג, ובפרט ווען דאס ווערט געטוהן אונטער א פאָן פון "נועם המדות".
און די דיינים?! די סאמע "הנהגת התורה"?! וואו זענען זיי געווען?! ש-ש-ש!!! נו, גזל שינה!...
ולעומת זה, וויפיל מ'האט נאר פרובירט צו פארדעקן די אהבה גלוי' אין די ערשטע יארן, האט זיך דאס נאכאמאל און נאכאמאל ארויסגעשיילט ברבים ובגלוי, ווען רביה"ק זי"ע האט עטליכע מאל "איבערגעגעבן דאס פלאץ" פאר בנו הגדול, און טאקע בעת שמחות בביתו פונעם "נועם המדות", אזוי אויך יעדעס מאָל ווען מ'האט זיך געטראפן האט מען דערקענט צהלת פּניו הקדושים אויף אַן אופן בלתי ישוער און א חביבות יתירה וואס מ'זעט זעלטן אפילו צווישן טאַטעס און קינדער. ואין החי יוכל להכחיש את החי.
צי קלערט איר אז די בחורים/אינגעלייט געדענקן דאס נישט?! "זיי" האבן דאס געזען. עיניהם ראו ולא זר! איר קענט דאס זיי נישט לייקענען!
והאחרון הכביד: קלערט איר אז די בחורים און אינגעלייט ווייסן נישט אז ווי מער מ'פרובירט צו פארענטפערן זיך אז אלע שמוציגע פעולות ווערן געטוהן און אויסגעפירט אויפן דירעקטן באפעל און פארלאנג פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און מ'שיקט אלע קריטיק-קאמענטארן אויפ'ן חשבון פון א הייליגן טאטן און רבי'ן, קלאפט דאס צוריק ווי א ווידער-קול.
זיי פרעגן אונטער די מוחות מיט וואונדער: לו-יהא אז די רעדע איז נישט פון א "נועם המדות" נאר פון א פשוט'ן זון, קומט זיך דאס פאר אן אלטן טאטן און רבי'ן אז אלע שמוציגע פעולות זאל מען ארויפלייגן אויף זיינע פלייצעס? איז דאס א חלק אין "נועם המדות"?
בר מצוות, חתונות, שבע ברכות, תנאים, ברית'ן, שידוכים, מסיבות, דינער'ס, פדיון הבן'ס, שמחות, א.א.וו. - ווי לאנג איז די ליסטע וואס דער ראש המשפחה האט פארפעלט. און פארוואס?!
מ'מאכט א "ויצעקו": "מאחורי הפרגוד"
לאנגע יארן קערט מען איבער א וועלט אז מ'האט ממש בועט געווען אינעם רבן של ישראל, דער בעל ברך משה זי"ע; דער פאטער/שווער/זיידע/עלטער-זיידע וויל זיך מער נישט זען מיט די קינדער און אייניקלעך, ער וויל נישט קומען צו זייערע שמחות, וויל זיך מיט זיין נישט טרעפן, און אזוי ווייטער און ווייטער.
אויף וועמען'ס קאנטע איז דער בזיון תלמידי חכמים ווען דיינים זענען בלויז דא צו שרייען "קשר בוגדים", מאכן אסיפות פון "אלו שהשתתפו" און פעלשן חתימות, לאזן ארעסטירן בחורים און לאזן שמאכטן אין "צענטראל בוקינג" אין סאמע שבת קודש צוליב א מסירה אויף א אומשולדיגן קרוין, און מוחה זיין בלויז אויף "יענעמ'ס" הליכה לערכאות? וועמען דארף מען דא "וואשן די מוחות" ווען די זעלבע דיינים געבן א הכשר אויף א תערובות חתונה זאל מיט ביימעלעך? מ'גיט א הכשר אויף פלייש ווען מ'איז נאך קיינמאל נישט געווען ביי די שחיטה? מ'איז משנה אין די הוראה פון רבי'ן זי"ע בנוגע נוצן שטיינזאלץ? לאזן גיין אין בג"ץ הציוני? געבן היתרים פאר ערכאות בלינדערהייט? –דארף מען דא "וואשן מוחות" צו זען די אפענע סתירות?
ממליחה ואילך
און בנוגע דעם בוטשער סטאר, וואו אין די וועלט איז געהערט געווארן אזא קארופציע און אומגלויבליכער הפקירות וואס ווערט פארדעקט דורך די "קאמפאני", וועלכע האבן ביז היינט געשריגן אז אויב ס'איז דא אן עולה דארף מען ארונטעררייסן אפילו די אייגענע מנהיגים, בלויז ווייל "יענער" האט דאס מפרסם געווען און ס'פאסט נישט מודה צו זיין?
די אינגע מוחות פרעגן: מה נשתנה דער הכשר אין 82 בוטשער, וואו די השגחה איז בלויז "ממליחה ואילך", פון "נאכ'ן זאלצן" ולא מליחה בכלל, קעגן די הוראות פונעם מייסד הקהלה זי"ע בנוגע מליחת הבשר, ביז צו דעם "פינקל געשעפט" וואו די השגחה איז געווען "מאריזה ואילך"?...
ווי מעג מען אויספאפן די פילע קונדן און ליגנט זאגן פאר אידן מדקדקים בכשרות וועלכע ווילן דוקא יא נוצן די ריכטיגע שטיינזאלץ, און זיי זענען דערפאר מקפיד צו קויפן פלייש אין אן א.ג. 'סאטמארע' בוטשער, און יעצט שפירן זיי זיך ווי אפגעגאסן מיט א טאפ זאלץ-וואסער נאכן הערן אז ביי זייער סדר טיש וועלן זיי נישט האבן די זכי' צו נוצן דאס בעסטע וואס איז פאראן, א זאך וואס רביה"ק זי"ע האט דירעקט פארלאנגט און קלאר אוועקגעשטעלט אלץ פרינציפ נאך אין די בראשית יארן על אדמת אמעריקא, און יעצט וועט מען דאס נישט האבן אלעס דערפאר וואס זיי האבן זיך פארלאזט אויף א השגחה וואו קיינער נעמט נישט קיין אחריות?
אויך אין זייטיגע "נארישקייטן", עגבערט די מוחות, און די אינגעלייט און בחור'לעך פרעגן, פארוואס האט "אונזער" 50 יעריגער צייטונג געמוזט טוישן די ליניע און נאכמאכן א רעלאטיוו אינגע (גע'אסור'טע, משכיל'ישע) צייטונג וואס איז קוים עטליכע יאר אויף די מאפע? פארוואס זעט מען אויף טריט און שריט, אז אויף יעדע שינוי אין דזשורנאליזם וואס דער אייניקל-צייטונג (דער בלאט) פירט איין, ווערט דאס נאכקאפירט דורכ'ן עלטער-זיידן (דער איד), פונעם ערשטן זייטל ביז צום לעצטן?
די קינדער קוקן זיך צו און וואונדערן זיך, פארוואס האט מען אין לויף פון די "פערציג יעריגע הכרת הטוב" קיינמאל נישט געהערט פון קיין "פסח חלוקה" אין וויליאמסבורג, ביז צום אויפקום פון איר קאלעגע "שבעינו – יו. דזשעי. קעיר"? וואו איז דער "שבע רצון" איינקונפט פארשווינדן געווארן אין לויף פון לאנגע יארן?
אריזאנא ווייץ, איסורים כחול הים...
ריקט זיך אונטער א פרשה פון "אריזאנא ווייץ", קומען צו פליען איסורים וחרמות, חדשים לבקרים, יעדן טאג א פרישער איסור און סיבה צו אסר'ן, און ווען מ'צייגט איבער אז איינס איז שקר קומט באלד אפיר אן אנדערס, מ'כאפט אן דעם איסור בשתי ידים, אלעס לנגח ולקנתר.
די קאפ שווינדלט ווען מ'דערמאנט זיך די פילע "איסורים נוראים" וואס מ'האט שוין געהערט אין קארגע צוויי יאר, קודם אז מ'האט געשניטן צו שפעט, ס'איז נאס פון טל, חדש אסור מן התורה, נישטא קיין מסורה (אין נארט דאקאטע האבן די ראשונים ותלמידי בעש"ט הק' געשניטן...), די וואסער איז זאלציג, מ'לייגט אריין קעמיקעלס, די ערד איז זאלציג, ס'איז דא מער גלאטין ווי מעל, ס'איז א מדבר, ס'איז א סווימינג פול, די ערד איז ווי קלעי, די ווייץ איז געבויגן, ס'רעגט קיינמאל נישטח, ס'האט גערעגנט ביים שניידן, ס'איז דא מער מצומחות פון די היגע ווייץ, ס'האט נישט קיין השגחה, ס'איז דא גרינע ווייץ וואס איז נאכנישט געצייטיגט, ס'האט א דין פון עציץ שאינו נקוב, די רבנים האבן נישט קיין שום שימוש, די ווייץ איז פיל מיט ליחות, ס'רעגענט אריין אין די טרעילאר ביים ברענגען, אויב ס'רעגנט נישט פון אויבן קומט אריין וואסער פון אינטן ווען די רעדליך דרייען זיך אויף די נאסע ערד, מ'האט גענומען טרעילערס אן א דאך, מ'האט אונטערגעקויפט דעם גוי ער זאל עפענען דעם טרעילאר און ס'איז נישט קיין שמירה, די ווייץ איז פארשימלט געווארן, מ'וועט מוזן נוצן אייזערנע טישן צו וועלגערן, די מוץ איז אינגאנצען אפען פארן שניידן, ס'איז חשש מינות, די ווייץ ליגט אינגאנצן אויף דער ערד, היי-יאר איז געווען א רעגן שטורעם אפאר וואכן פארן שניידן, די טייג קלעבט זיך שטארק אן אויף די הענט און ס'קומט זייער שווער אראפ, מ'שפריט אין די מצות א טעם פון קעמיקעל'ס, די קנים זענען נישט אזוי שטארק ווי אין אנדערע פלעצער, די ווייץ ווערט מבוקע ומצומח נאכן שניידן סתם פין ליגן, (גענוג?...).
אט אזוי קוקט אויס דער גאנצער איסור-היתר-ראד, אלעס דרייט זיך מיט שקר, ווען אין שפיץ פון אלע איסורים נוראים שטייט דער איינער פאקט, אז בדרך מקרה האט צו דעם צוגעשטעלט כ"ק מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א, און ער איז אויך מהדר צו נעמען בלויז פון די גאר מהודר'דיגע אריזאנא ווייץ. – נו, זאגט איר געערטער בעל דרשן, דא דארף מען "וואשן מוחות" צו זען אז דער גאנצער "צען יעריגער" סך הכל איז בלויז שנאה ואיבה צו תלמידי חכמים?!
"נאכמאכן" אין די "מוסדות"
שוין נישט צו רעדן פון די הייליגע מוסדות אין וויליאמסבורג, וואו אלע מחנכות גייען אנגעטאהן ערליך און צניעות'דיג, אויף וועלכן מ'האט נישט געגעבן קיין שום זכות קיום, און דערווייל איז שוין קרוב צו דריי יאר און מ'איז קיין איינמאל נישט געבליבן שולדיג קיין געהאלט פאר די מלמדים און כלי קודש. יא, קיין איין איינציג מאל. אפילו פעם אחת, אפילו איינמאל אויך נישט. און דא פרעגט איר מה נשתנה? פארוואס אין די טרעילער אויף לארקין דארף מען זיך ספראווען מיט "סטרייקס" יעדע חודש-צוויי?
אוי, די מוחות ווערן געוואשן, דער ציבור הערט צוריק פון די קינדער אין די מוסדות וויפיל שינויים מ'האט איינגעפירט בלויז אין די לעצטע דריי יאר אלעס כדי "נאכצומאכן" די "משכילים"... מ'פארט אויף אויספלוגן, מ'טאנצט און מ'שפרינגט, מ'שטעלט צו אקטיוויטעטן, הבטחות ווי נקדימון בן גוריון, אלעס כדי צו פארזיכערן אז קיין איין תלמידה ווערט נישט פארפאלן...
א 10 יעריגער סך-הכל!
די הויפט רעדע פונעם בעל דרשן איז מיט פארווארפן צו די בחורים הלמאי מ'לאזט זיך שולט זיין אויף די מוחות, "דא הערשט אַזאַ אומאינטערעסע", און לעומת זה לאזט מען זיך "שולט זיין אויף די מחשבות פון די מענשהייט, אז מ'זאל בטל ווערן כעפרא דארעא, ווען מ'זעט דעם געוואלדיגן מלכות, מיט צייטונגען און בילדער".
לאמיר דעריבער שליסן דעם סך הכל פון די לעצטע צען יאר. זינט יענעם חול המועד פסח ווען די סאמע הויפט שלעגער זענען געווארן אויס בעה"ב אויף סאטמאר, אויפן ביה"ח, אויף קרית יואל, אויף בארא פארק, אויף בני ברק, אויף מאנטרעאל, אויף לאנדאן, אויף מאנטשעסטער, אויף רבבות אלפי ישראל בכל מקומות מושבותיהם, האבן זיך די מהומות געענדיגט.
אין די צייט וואס איר האט ערקלערט א מלחמת חרמה קעגן דעם נצר חוטר מגזע קדושים, דער מנהיג ישראל ורבן של ישראל, יושב בישיבה ומרביץ תורה לאלפי תלמידים, איר האט געטרוימט אויסצורייסן דעם הייליגן צווייגל מגזע עצי תמרים, האט זיין ערליכער קרייז נישט פארמאגט קיין צייטונג, קיין מעיינות, קיין שלחן מלכים, קיין בנינים, קיין בתי מדרשים, קיין מוסדות, ס'האט זיך געקענט דוכטן אז איר וועט זיגן און בייקומען דעם אילנא רברבא, היל"ת.
וואס האט זיך ארויסגעשטעלט? טויזענטער תלמידי וחסידי סאטמאר וועלכע האבן קלאר געוואוסט רצון קדשו פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, האבן אייך געוויזן דעם רוקן און געוואוסט וועמען נאכצולויפן ווען מ'האט זיך געדארפט וואלגערן אין די גאסן, דאך האט מען ליבערשט אויסגעקליבן אויפצוזוכן דעם אמת און איבערלאזן די מים סרוחים, טראץ וואס דער שקר האט פארמאגט די בנינים, די פאליציי, די פאליטישאנס, די צייטונגען, די עשירים, דעם סמכות העליונה, די הנהגת התורה, און אלע אנדערע פגעים רעים. ניין, גענוי צען יאר צוריק איז נאכנישט געווען קיין "בלאט", נישט געווען קיין אנדערע ליטעראטור. ניין, נישט די אלע זאכן מאכן גרויס. נאר דער פערזענליכקייט פון דעם אדם הגדול בענקים און זיין כח ההנהגה, דער גרויסער מנהיג מיט זיינע לאנגע יארן פון התמדת התורה, דאס ערווארבט איינעם צו א שטאפל פון א רבן של ישראל, אז מ'איז געריהמט און געשעצט בעולם התורה והרבנות.
ונהפוך הוא!
די ערליכע תלמידים וחסידים ווייסן אז די גדלות פון דעם צדיק הדורות רבינו קודש הקדשים מרן בעל דברי יואל זי"ע איז חלילה נישט באשטאנען אז ער האט געקענט "מוחה זיין" אויף יענעם, אדער גאר טראגן א כאראקטער פון "נועם המדות". זיין עיקר גדלות איז געווען זייענדיג דער גודר גדר ועומד בפרץ, וואו ער איז אנגעקומען האט ער געבויעט מקואות, געבויעט א מצה בעקעריי, אוועקגעשטעלט א כשר'ע שחיטה, אויפגעשטעלט היכלי תורה ויראה, אהערגעשטעלט ישיבות, פארגעלערנט שיעורים, געזאגט דברי תורה. – אלע פאקטן וואס באשליסן ווער ס'איז דער ריכטיגער ממלא מקום אבותיו.
נו, זיכער, אז מ'דערזעט זיך מיט אזא קאטאסטראפאלן אנשטויס, מ'איז פוסט און ליידיג, קיינער קימערט זיך נישט אין זיין מיינונג, די טישן זענען ליידיג, מ'האט נישט קיין שום חשיבות אין עולם הרבנות, פון נעילת החג ביז קידוש החמה איז מען נישט אויף די מאפע, זיכער טוט דאס וויי אז "מ'איז שולט אויף די מוחות"... די ווייטאג אי ז בארעכטיגט און אמת'דיג. מיר שפירן אייער צער. כי ידעתי את מכאוביו.
יעצט ווען מ'שטייט נאך גאנצע צען יאר, איז די צייט אויפצוהייבן די הענט מיט א שבח והודאה צו השי"ת, "והיא שעמדה לאבותינו ולנו, שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו, אלא שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו, והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם".
*
אמר הכותב: נאכן אדוכליינען די שורות, שטעלט זיך די פראגע, אז די אלע ענינים זענען לכאורה דברים פשוטים וידועים און עס האט נישט אויסגעפעלט אזא אריכות'דיגן מאמר בנוגע דעם פראוו פון חרוב מאכן די עדה הקדושה סאטמאר, ה' לא תהי'. אבער היות מען הערט צוריק מער און מער, אז אין דעם נועם-המדות-לאגער הערשט א זעלטענע דעמאראליזאציע וואס האט נאכנישט געהערשט אין די גאנצע צען יאר זינט די מהפכה אין סאטמאר, און עס איז פשוט נישט קיין יושר אז אזויפיל אומשולדיגע טייערע בחורים און יונגעלייט זאלן זיך ארומדרייען דערשלאגן און דערביטערט – איז פילייכט וועט דער דאזיגער מאמר עטוואס עפענען די אויגן פאר די ראשי הכת, אז אויב וועלן זיי נישט חוזר זיין פון דעם פסול'ן און אפגעפרעגטן דרך, וועלן מיר זיך אי"ה ווידער טרעפן אין פרישע צען יאר ארום – אויב דער גואל צדק וועט חלילה נאכנישט דא זיין – און דאס פארביטערקייט און "שליטה על המחשבה" וועט דאן זיין פיל פיל טיעפער, והחכם עיניו בראשו.
די אלע זאכן דריקט סופרעמעסי/אחד הרבנים גאר ווייניג אויפן מוח, וואס דריקט אייך באמת איז אז דער אינגערע ברודער וואס דער רבי דער ברך משה האט אים געווארנט כמ"פ ביי די אפעראציעס אז אלעס גייט פאר בנו הגדול (מפי העדות הרב הערצקא צוויבל) און שבת הגדול תשנ"ט האט אים דער רבי געזאגט אז ער וויל אים האבן לידו אין ווילאמסבורג, און חוהמ"פ האט ער געזאגט פאר רבי אהרנ'ן אז ער איז רב הצעיר (מפי העדות רעב. סאשע טייטלבוים) און באנאכט האט ער ווידערהאלטעט אז ער קען נישט האבן גאנץ סאטמאר נאר איינס, און ח"י סיון האבן מיר געהאט די זכי' צו די התמנות פון רבין שליט"א אלס רב ור"מ (ווי ר' אהרן אליין האט קלארגעשטעלט בדרשת יום א' פנחס) און טאקע דער ברודער זיצט אין ראדני און פראוועט זיינע חסידים אין 550 דאס באדערט, אבער נאך ווי עס באדערט!!!! דרייטס מיר נישט קיין קאפ מיט די אלע הנהגת התורה מעשיות וכו' דאס איז אלעס א פשוטער קאווער אפ אויף ענקער אמת'ער ווייטאג, און גלייבטס מיר איר וועט ענדערש קאנווינסן דעם עולם וועם איר זענט אזוי אנטשלאסן צו קאנווינסן מיט די אמת'ע ווייטאג נישט מיט קיין שקרים און קאווער אפ'ס.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 03/06/2009 3:50:52
_________________
נשלח ב-3/6/2009 06:05
יא, את אשר יגורנו בא, דער סופרעמעסי איז איינער פון די הויפט בלאט שרייבער, וואס האט פארשטייט זיך נישט געקענט אריינלייגען די שמוציגע רבי ז"ל ארטיקלען דארט, האט ער עס דא ארויפגעשטעלט, און דער איז וואס פיטערט די יונגע מוחות די אלע יארען אין דער בלאט, עס איז באמת א שאנד אז אין דער בלאט, וואס איז מכלומרש'ט א צייטונג וואס פארטרעט סאטמאר, לאזט מען האלטען אזעלכע שרייבערלעך וואס קענען זיך ערלויבען אונטערצוהאקען אלעס וואס סאטמאר באשטייט.
נשלח ב-3/6/2009 06:09
יעדעס ווארט איז אמת
אין אז דער הונט בילט איז א סימן די שטיין איז געלינגען
הדא דכתיב די הונט בילט אין די באן פארט ווייטער.
נשלח ב-3/6/2009 06:12
ביטע אפענטפערן ווי ערוואקסענע, נישט שימפן ווי קינדער.
וואס דער ברך משה האט פונקטליך געוואלט אין די ס' יארן, וועלן מיר איבערלאזן פאר די מעדיקעל רעקארדס.
סאיז טענו לו בחיטים והודו לו בשעורים, די נקודה דא איז אז דאס וואס די בני יואל און די רבי סיכיסליינו אידען והמסתעף האבען פראקטיצירט אלע יארען אז סנישטא קיין ממלא מקום און מוועט בלייבן דבוק אינעם רבין, איז גיווען א גוט די ערשטע צאהל יאהר, אבער ווען די פוסטקייט האט אנגעהויבן הערשן אויף הויכע ציפערין, און סהאט אויסגיקלאפט ווי סהאט אויס אויסגיקלאפט נישט בלויז אויף אי חסיד נאר אויף שונא מובהק, מיט די צייט איז אונטערגעקומען די גלעגינהייט ווי מכלומרשט האט מען זיך מיטגעכאפט מיטן פרישן הנהגה ווייל די הנהגה ביז יעצט האט פשוט נישט געטויגט עפ"ל, און מהיום והלאה וועט זיין סדר על דרך ישראל סבא, למעשה יעדער ווייסט ווי סהאט זיל אויסגישטעלט קיינער האט נישט געזוכט אמתדיקייט און נישט קיין רבי סיכיסאליינו נאר בלויז אביסל חיות פון זיך אנהענגין און א פארטיי און זיך האבין מיט וואס זיך דערקוויקען, [והא ר' "דער בערל פר"מ" דרשה, שלמה שמש, הליכה לבג"ץ, פיקטשער צייטונגען, און וואס נישט, אפי' זיך פאטאגרעפירן מיטן ווייסע בגדים, אפענע מופת ביי קידה"ח [וואס איז גישטאנען אין איד בפרוטרוט סי אין די נייעס סיי אין די דרשה] ב"רבבותינו" ביים לעצטיגען פראטעסט, ועוד.
די דזשאק איז אווער אפי' די גרעסטע אי חסידים\שונאים האבין איינגעזעהן אז מברויך א פארטיי, נאר איין זאך ווען אפי' מיט דעם איז מען נהישט מצליח טראגט מען אזא פנים, ווי פאשטינקענע פיש גיגעסן און פון שטאט ארויסגיווארפין.
תוקן על ידי עליגעיטאר ב- 03/06/2009 13:15:35
נשלח ב-3/6/2009 21:18
באלאנד כתב:
די אלע זאכן דריקט סופרעמעסי/אחד הרבנים גאר ווייניג אויפן מוח, וואס דריקט אייך באמת איז אז דער אינגערע ברודער וואס דער רבי דער ברך משה האט אים געווארנט כמ"פ ביי די אפעראציעס אז אלעס גייט פאר בנו הגדול (מפי העדות הרב הערצקא צוויבל) און שבת הגדול תשנ"ט האט אים דער רבי געזאגט אז ער וויל אים האבן לידו אין ווילאמסבורג, און חוהמ"פ האט ער געזאגט פאר רבי אהרנ'ן אז ער איז רב הצעיר (מפי העדות רעב. סאשע טייטלבוים) און באנאכט האט ער ווידערהאלטעט אז ער קען נישט האבן גאנץ סאטמאר נאר איינס, און ח"י סיון האבן מיר געהאט די זכי' צו די התמנות פון רבין שליט"א אלס רב ור"מ (ווי ר' אהרן אליין האט קלארגעשטעלט בדרשת יום א' פנחס) און טאקע דער ברודער זיצט אין ראדני און פראוועט זיינע חסידים אין 550 דאס באדערט, אבער נאך ווי עס באדערט!!!! דרייטס מיר נישט קיין קאפ מיט די אלע הנהגת התורה מעשיות וכו' דאס איז אלעס א פשוטער קאווער אפ אויף ענקער אמת'ער ווייטאג, און גלייבטס מיר איר וועט ענדערש קאנווינסן דעם עולם וועם איר זענט אזוי אנטשלאסן צו קאנווינסן מיט די אמת'ע ווייטאג נישט מיט קיין שקרים און קאווער אפ'ס. תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 03/06/2009 3:50:52
_________________
די ביז יעצטיגע שקרים וואס ענק האבען אלס מפרסם געווען איז גענוג, איך זעה נישט וואס פאר א תכלית די האטס מיטן צילייגען דעם יעצטיגען שקר (וואס איך האב געמאכט BOLD)
נשלח ב-3/6/2009 22:42
ווייל צוויבל'ס צוואה איז יא אמת? און צוויבל'ס עדות פון די אפעראציעס איז אויך אמת? און דאס אז ער האט געמאכט ר' אהרן פאר רב הצעיר 6 פארטאגס איז אפשר אויך אמת?
נשלח ב-3/6/2009 23:16
באלאנד כתב:
ווייל צוויבל'ס צוואה איז יא אמת? און צוויבל'ס עדות פון די אפעראציעס איז אויך אמת? און דאס אז ער האט געמאכט ר' אהרן פאר רב הצעיר 6 פארטאגס איז אפשר אויך אמת?
יעצט ווען רבינו בעל ברך משה ז''ל לעבט שוין נישט קענסטו שרייען וואס די ווילסט
כ'בין גערישט אז מארגען וועסטו זאגען, אז האט געשטעלט רז''ל פילאף פאר רב אין ק''י..... אין האט געהייסן גיין אין בג''ץ, ווער ווייסט?
אבער בשעתו ווען ער האט געלעבט אין מ'האט אריינגעלאזט צו אים זיינע געטרייע תלמידים וחסידים, האט דאס יעדער געוויסט, ער האט עס פאר יעדעם געזאגט,
מאסען סאטמערע חסידים זענען עדות דערצי
נשלח ב-3/6/2009 23:23
תוקן על ידי rebyankel ב- 03/06/2009 23:22:28
נשלח ב-3/6/2009 23:32
עס איז ממש א נחת צו זעהן דיין ליסטע אז די שענסטע סאטמארע קהלות אין די וועלט האבן געוויזן דעם רוקן (למחצה לשליש ולרביעי אזוי ווי מאנסי, מאנטריאל, לאנדאן) פאר דעם דיקטאטור הר' אהרן טייטלבוים וואס האט געדארפט דינען אלס אפיציעלער מ"מ פון רביה"ק זי"ע -נאכדעם וואס דער ברך משה איז נאר געווען דער בריק, כעדותו של צוויבל הנ"ל- און געזאגט ניין צו דעם אני אמלוך אימפעריע.
2) דו ווייסט אפשר אז דער הייליגער תניא האט געהאט שרעקליכע שונאים וואס האבן געהאלטן אז ער איז רח"ל... און אזוי אויך דער הייליגער בארדיטשער זי"ע, און דער הייליגער ריזיניער האט געהאט אזעלכע רדיפות אז מ'האט אים פאר'מסר'ט, אלעס ווייל זיי האבן געהאלטן אז ער גייט רח"ל חרוב מאכן כלל ישראל - האלסטו אז דערפאר זענען די קדושי עליון געווארן אויס הייליג.
3) דו טראכסט אפשר אז ווייל וואלדמאן אדער אן אנדערער קערל האלט אז דער סאטמארער רבי איז דאס אדער יענץ - ווערט ער אויס רבן של ישראל, אדער אויס דער רבי דער גאון בה' הידועה?
לסיום הדבר:
- וועמען גייט אן וואס דו האלסט פון אים
- מיר גייט אן וואס רבי מאיר זי"ע און להבחל"ח פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי שליט"א האלטן פון אים.
זייער דעת תורה איז מכריע.
נשלח ב-4/6/2009 01:32
ווי ס'קוקט אויס האט באלנאד נישט דער הויבן די מח דרוק, אזאש ס'האט גאר געפלאצט.
אזוי יונג חבל על דאבדין.