זייט דעמאלטס איז יענקי א דם שונא פאר גדלי און פראבירט עם אינטערציהאקן אלעמאהל
לדעתי איז אשת חיל א מוסד פונקט ווי די ישיבה גדולה
אין אויב יענקי סופר האט געמעגט ארויס ווארפען ועד הכשרות פון ישיבה גדולה
אין נעמען א אנדערע הכשר דעמאלטס מעג גדלי' אויך זיי ארויס ווארפען
אין נעמען א אנדערע הכשר
נשלח ב-3/6/2009 21:35
כהיום יום האט די אשת חיל די הכשר נאר פון וועד הכשאות דקרית יואל
ווער עס וויל זאל אנקאלען פרעגען,
ס'איז סתם א ביליגקייט פון יענקי סופר וחבריו צו באשמוצען גדלי'ן און אז מ'טרעפט נישט מיט וואס ערצייגט מען אייגענע לגיונות.
נשלח ב-3/6/2009 21:41
סאררי טו דיסעפוינט יו, אבער איך באלאנג נישט צו קיין שום קאמפעני אין קרית יואל.
פאקט בלייבט פאקט אז אשת חיל האט ארויסגעווארפן וועד הכשרות, און ווער סגלייבט מיר נישט קען זיי אליין פרעגן.
איך האב גערעדט צו ר' ברוך ט"ב אין ביהמ"ד. ער זאגט מיר אז אשת חיל איז אונטער השגחה פון ועד הכשרות.
און לאמיר אלע אפעלירן צו יענעם מנהל פון די ישיבה אז ער זאל נישט ח"ו אויפפלאקערן א מחלוקה שלא לשם שמים און אוודאי נישט דורכ'ן טמא'נעם אינטערנעט.
נשלח ב-3/6/2009 22:21
בלייבט מיר נאר איבער צו דאנקן דעם בוכ"ע: אבי נישט צווישן אידן!
נשלח ב-3/6/2009 22:38
באלאנד כתב:
בלייבט מיר נאר איבער צו דאנקן דעם בוכ"ע: אבי נישט צווישן אידן!!
ווער איז נישט קיין איד ??
נשלח ב-3/6/2009 22:45
יש ויש, די סעגעדין קליקע טענה'ט אזוי און דער סופר קליקע טענה'ט להיפך ממש. דער עיקר אז קיין וואלן איז נישטא, ווייל ווען יא וואלט דאך דער סופר גרופע ארויסגעוואט סעגעדין פון אמט.
נשלח ב-3/6/2009 22:54
ביז אהער, איך פארשטיי דיין וווייטאג, און נאכדערצו אונעם היינטיגען טאג, ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואסלטו וען געקענט יעצט אנדרייען גאנצעטע אשכולות איבער די ווילידזש וואלן, פאר דעם אדער יענעם, אבי קעגן די עסטעבלישמענט.
נאר אזויווי די זאלי'ס זענען אזוי צושפליטערט אז אפילו א דעיט האבן זיי נישט געקענט אריינעמען אין קאפ אכטונג צו געבן איז קיין וואלן היינט נישט דא און די ביסט ארבייט-לאז.
און גערעכט ביסטו ווען די שרייבסט אז די באלאנגסט נישט פאר קיין שום קאמפעני, ווייל אייער נעכטן ביסטו קעגן דוד עקשטיין, היינט קעגן גדלי' סעגעדין, מארגן קעגן מאיר הירש, א טאג דעראויף בנציון זאלדאן און אזוי קען עס גיין ווייטער מיט יודי גאלדבערגער, אלעזר גרובער, יודע יושע וויינשטאק, מרדכי לייב גליק, דוד יודא קאהן און די ליסטע גייט נאך ווייטער, אבי עפעס א געשלעג.
אנטשולדיגט ביז אהער, אבער אז די ווילסט פארטייידיגען דיינע ווערטער ביטע ברענג א צעטיל פון די "וועד הכשרות" אז זיי האבן אראפגענומען די השגחה, מענטשן ווייסן דאך נישט דעם אמת און די דרייסט דא אן א מעשה, די מיזט ברענגען דעקונג דערפאר. מיר קוקט עס אויס ווי א פשוטער פאליטיק.
נשלח ב-3/6/2009 22:59
אז עס איז שוין יא דא איין אהרוני וואס האט האט אביסל ארויס די רעזשים אין קרית יואל קומען אן די אלע היפנאטאזירטע אהרונים און רייסן אים אראפ עד לעפר?! ביזאהער ברענג ווייטער די סחורה לאמיר זיך אונטערהאלטן אביסל מיט די שמוציגע עסטאבלישמענט (לייען: רעזשים!) אין מאנרא.