וואס איז געבליבן פין די חלומות פין די זאלי'ס
איך וויל דא איבערלייגען מיין תגובה וואס כ'האב געשריבן פאר די זאליס, נאכדעם וואס זיי ברענגן ארויס אז אנפאנג האט זיך קיינער נישט ג'חלומ'ט אז רז''ל וועט האבען אפי' 1 בנין אין וומ''ס, אין מ'האט שוין אפי' צאמגענומען מיליאנען צו בויען פרישע בנינים, אין היינט צו טאגס האט ער גאנץ סאטמאר,
כ'לייג עס דא איבער ווייל כ'וויל הערן וואס יעדער האט צו זאגען וועגן די נושא,
איך שרייב עס זייער בקיצור, האפענטליך וועט איינער נעמן די מי, אין עס ברייטער אויסשמיעסן
אבער ביטע זיך האלטן צו די פאקטן
איך גיי נאר אויפמישען די זכרון פאר מיינע גיטע פריינד, וואס האבען אין די מ' אין נ' יארען אויך געדאווענט אין באלאנגט אין סאטמאר
ווי יעדער געדענקט, איז די גאנצע POWER וואס רבינו שליט''א דער דעמאלטס'דיגער ק''י רב האט געהאט, איז נאר געווען ווייל ער איז געווען אינטערגעווארפן ביי משה גבאי, אין משה האט דאן געהאט אלע מוסדות אינטער זיך,
פרעגט ר' בערל פר''מ / ר' אהרן וועלץ / ר' אברהם ווידער / ר' דוד עקשטיין / ר' ישעי' וואלף לעוו / ר' ..... ראטבארד (פין מאנטשעסטער) / ר' בעריש ווייס / ר' משה חיים ווייס / ר' ליפא שווארץ ז''ל (פרעגט די יודן וואס געדענקן אים) וכו' וכו', וואס פאר א POWER ער האט געהאט אויף זיי אדער אלץ גיטע פריינד אדער ציליב טעראר (מיר געדענקן נאך ווי ער פלעגט ניצן רביה''ק בעל ברך משה ז''ל צו ווארפן ווער ס'נישט געגאנגען אין שפאן מיט אים), למעשה האט משה געהאלטן, אז ער איז דאך סיי ווי בעה''ב אויף אלע סאטמערע קהילות אין מוסדות, וועט ער ארויסשטויסן ר''א פין פין אלע קהילות אין מוסדות, אין דער עולם וועט זיך בארויגען ביז א קורצע צייט {אין ר''א וועט עפענען א בעיסמענט ווי ר''י האגער (כלשונו) בימים ההם}, אין אלעס געבן פאר רז''ל, {הגם יעדער האט געשטוינט אויף אזא בייפאל, וויסענדיג וויפיל ער איז ראי' דערצי}
למעשה, עפעס איז אים טאקע געלונגען, זיינע פריינד פין 82 לי עוו' אין פין ירשלים עיה''ק אין אנטווערפן, האבען טאקע מיטגאטאנצען מיט זיינע מיסע אקטען, אבער די גרעסערע העלפט ראשי קהילה והמוסדות, האבען אים ב''ה געוויזן די רוקען, אין וועגן דעם זענען די זאליס נאך היינט צו טאגס אין קארט / בג''ץ הציוני - שלא ברשות בי''ד אנטקעגן די מוסדות אין ב''פ אין די מוסדות אין ב''ב וכו'
{ווען זיי וואלטן געווען ציפרידן מיט זייער א''ג סוקסעס וואלטן זיי נישט געווען אזוי ווילט אין זיך נישט אזוי שמיציג געמאכט אין די וועלט אין געטוהן אזעלכע ביליגע שריט אקעגן די תורה הק' אין שו''ע}
אין למעשה ווי מ'האלט היינט צו טאגס איז אזוי:
וומ''ס, איז אים געלונגען (חוץ קהל עצי חיים)
ב''פ ,האט אים געוויזן די רוקן, אפי' נאכ'ן טוהן גאר ווילדע שריט יענע חוה''מ (חוץ קהל עצי חיים)
קרית יוא', האט אים איבערראשט מיטן ווייזען די רוקן (ר''א ווידער האט זיך דעמאלטס אויסגעדריקט אז משה האלט אים אין איין קאלען אין ס'איז ממש א נסיון נישט אויפציהייבן די טעל'), ניטמאל ביתו נאווה קודש פין רביה''ק (אויף וואס די זאליס האבען ספעציעל געפייט, אבער ביז די די''ת ח''ו....)
מאנסי, האט אים געזאגט לא לך ולא לך – כ'מאך שבת פאר זיך (למעשה ווייס איך נישט לויטן שו''ע וואס פאר גערעדכץ דאס איז), {למעשה היינט צו טאגס, א יונגערמאן וואס קומט קיין מאנסי: איז ער א סאטמערער מאכט ער זיך באקוועם אין ק''ק יט''ל תחת הדרכתו פין זייער באליבטן אין ביי אלעמען געשצטן רב, איז ער א זאלי'ס שלעפט אים ר' חיים יושע צו זיך, אין די זאליס באוויינען אים – (אזש ס'האט שוין געהאלטן ביי דעם אז זיי האבען געוואלט עפענען א אייגען שול פאר די יוצאים פין קווינס)}
מאנטריאל, האט די רב געבעטן מ'זאל זיך נישט ציטיילן אין עד היום הזה איז אלעס אינאיינעם, חוץ די ישיבה גדולה,
לאנדאן, איז: די ת'''ת (די פירענדע הנהלה, נישט די בנינים), קעיזנאוו ביהמ''ד זענען פאר רז''ל (די אנדערע קליינע שולן האט ער ציגעבויט נאך תשנ''ט), אבער די ביהמ''ד הגדול, ביהמ''ד ויא''מ, די סעמינאר, די ביה''ח, איז יא געבליבן ביי ר''א, אין עד היום האבען זיי די שענסטע קהילה אין לאנדאן בכמות ובאיכות ,
מאנטשעסטער, האט אים געוויזן די ריקען, {אין די זאלי'ס האבען ב''ה איבערגעלאזט אינזער קהילה, ציליב דעם וואס דער רב הקהילה וועלכע איז אזוי שטארק געשעצט אין גאנץ מאנטשעסטער האט פארלאנגט אז מ'מיז זיך פירן ע''פ תורה אין מקבל מרות זיין פין די אמת'ע ממלא מקום (יעדער געדענקט יענע פרשה, ווען זיי האבען זיך מיט חיצפה ג'טענה'ט מיט אים אין ער האט זיי געזאגט: טוט וואס איר ווילט אבער דאן לאז איך איבער מאנטשעסטער, אין די ראשי הקהילה פין מחזיקי הדת זענען זיך געקומען בעטן ביי אים ער זאל בלייבן, אין דאן האבען די זאלי'ס געזעהן אז זיי מוזן אפטראגען ''אן רופן קהלתינו הקדושה אין ערכעות'')
אנטווערפן, איז געבליבן ביי אים, אבער ער קען דארט נישט ענג מאכען פאר די סאטמארע ציליב כמה סיבות, אין די מתפללים אין ביהמ''ד זענען רוב סאטמארע - די זאליס דאווענען אין פשעווארסק, (אפי' ביי די כוללים זעהט מען עס, אין ביהמ''ד לערנען די יונגעלייט פין די צענטראלע כולל ויוא''מ וואס ר''מ האט געגרינדעט, אין אויפן דריטן שטאק לערנען ארום 20 יונגלייט (כלשונם) פין די זאליס), אין די סאטמערע זענען דארט זייער באקוועם,
בני ברק, האט אים געוויזן די רוקן
ירושלים, איז געבליבן ביי אים
אשדוד, האט ער/מען ציגעשפארט אפאר יאר ציריק
אין למעשה אין די פלעצער ווי ר''א איז נישט געבליבן מיט די מוסודות ווי וומ''ס אין ירושלים אין מאנסי, האט זיך ר''א הערליך רי- ארגענעזירט מיט די קהילה אין מוסדות לשם ולתהילה, וואס שם'ן מיט זייער אויסערגעווענליכע כתר שם טב אין הצלחה בכמות ובאיכות ב''ה, והפורסמת א''צ ראי'
אין די פלעצער ווי די זאליס האבן פארלוירן ווי ב''ב אין ב''פ אין ק''י, רופן די זאליס אין קארט, (נועם המידות)
תוקן על ידי rebyankel ב- 03/06/2009 23:36:33
 |
|
|