פאר א געלונגענע עצרת/ מסיבה מאכט מען א קאנטער-עצרת מסיבה, סא די בלאט אנאנסירט אז מ'מאכט א קאנטער עצרת פאר ר' אליקים'ן, פארטייט זיך אז ווען די גרויסע עצרת אין'ם מאריאט וואלט נישט געהאט דעם ריכטיג'ן אפקלאנג וואלט נישט אויסגעפעלט צו אהערברענגען דעם אלט'ן ר' אליקים אים און זיך צו מחזק זיין..........
נשלח ב-4/6/2009 19:57
נעבעך נעבעך ! דער גרויסער (גרויליגער) עצרת מיט אלפי ריבוא רבבות פון לעבעדיגע און נשמות פון נפטרים וואס מיידלעך שטערן האט עס אנגעפירט עס האט אזא מעכטיגער אפקלאנג געהאט אין די גאנצע וועלט עד אין לשער אזוי אז אלע רעגירונגען אויף דער גאנצער וועלט האבן זיך דערשראקן און זיי האבן צוגעזאגט אז מער וועלן זיי נישט אויסגראבן די בית החיים'ס אהן די גוט הייסונג פון מיידלעך שטערן מיט זיין קליקע .
נשלח ב-4/6/2009 20:26
קדש: ווען מען קומט אהיים פון ביהמ"ד ווי מען האט זיך אנגעהערט וואספארא סוקסעס די עצרת פאריגע וואך האט געהאט, סיי ביים מעמד זעלבסט און זיי דער אפקלאנג אין די פרעסע, לויפט מען שנעל און מען קויפט דער בלאט ווי אחד הרבנים פיטערט די קליינע קינדערלעך זיי זאלן נישט איינשלאפן... (נא לקרוא בניגון המיוחד של הסימנים בליל פסח {געט אבאכט איר זאלט האבן מאסט אין בעכער אין נישט קיין עפל סיידער-כמובא בהגדת מהר"א ט"ב})
נשלח ב-4/6/2009 22:43
יקרבו האסט מיר פשוט שאדן געמאכט 2 טאלער עס איז ממש אות באות נאכקאפירט פון דא פון היידפארק איינער וואס קוקט היידפארק האט שוין מישט וואס צו קויפן דער בלאט די וואך.
נשלח ב-4/6/2009 22:46
זעהט אויס אז דער צדיק האט געזינגען דעם ק'ל אדון מיט'ן ניגון פונ'ם רבי'ן זצוק''ל איז געווארן אויף איינמאל א גרויסער עולם דאס האט גורם געווען אז ס'האט געמאכט א גרויסער אפקלאנג און די שפאנישע רעגירונג האט צוריק געצויגן .
נשלח ב-5/6/2009 00:58
אויב גלייבט איר נאכנישט די זעלטענע דורכפאל פין די עצרת קוקט דורך דער בלאט אין דער יוד,
אז ס'טוט וויי שרייט מען...........
יא, איינער איז פארנומען אז מ'גייט ווייער אויפטוהן אין מ'גייט שוין ענדליך באערדיגען די הייליגע עצמות (אינטערסאנט אז די זאליס נעמען נישט די קרעדיט פאר זיך)
אין איינער שימפט, נעבעך
נשלח ב-5/6/2009 22:50
א פלעינע ביזנעס דעסיזשען פון די איד און די בלאט ביזנעס איז שוואך, שוין נאך יו"ט, הייבט זיך שוין אן די שוואכע זומער סיזאן, יעצט איז די בעסטע צייט צו מאכן עפעס א געלונגענע פייט און במילא וועט עס ברענגען "ביזנעס"