| נשלח ב-8/6/2009 18:53 |
|
| |
יישר כח ר' לאגיש פאר ברענגען אזעלכע שיינע בילדער, דוקא גאר קלארע בילדער, זעט אויס פון א פראפעשאנל פאטאגראפער. אבער אויך איך מעג, וואלט איך געוואלט בעטן א שטיקל הסבר, ווייל איך בין לגמרי נישט באקאנט אין דעם ספינקער משפחה.
קודם בין איך נישט זיכער ווער איז געווען ר' בעריש זצ"ל, און איך זעה אז סע איז אויך לעי"נ זיין רבצין. איך האב געמיינט אז ר' בעריש איז געווען ר' הערשעלע ספינקער זון, אבער יעצט בין איך שוין נישט זיכער, ווייל זיין רביצין איז שוין אויך אוועק.
יעצט ווער זענען אלע אנדערע, איך זע עטליכע רביס מיט שטריימלעך, גאלאנטא, בארשע, זאבעלטאוו.
אויך הרב זלמן לייב האט א שטריימל. איז ר' זלמן לייב דער ממלא מקום פון ר' בעריש? אויב יא פארוואס רופט ער זיך נישט ספינקער רבי?
איך זע ספינקא רבי פון ב"פ מיט א היט, אבער אויב איך געדענק גוט איז ער נישט פון די משפחה פון ר' הערשעלע, און איך זעה ר' אייזיק מיט א היט, וואס פונקטליך איז ער דא. נאך דעם זע איך נאך צוויי חברה דא וועלכע זעען אויס פון דעם משפחה אבער עס שטייט נישט ווער זיי זענען. איינער מיט א הוט ער זיצט ביי איין בילד לעבן דעם וויליאמסבורגער רב ר' מענדל. אין דער צווייטער איז מיט א שטריימל ער איז דא אויף אפאר בילדער, צוויי מאל לעבן ר' אייזיק, און ביין טאנצן לעבן גאלאנטע רבי. אויך עפעס א ראדאוונער רבי, ווער איז ער.
אז די האסט שוין געברענגט די בילדער לאז מיך שוין נישט מיט דעם צונג אינדרויסן, און קלער מיר אויף אביסל וואס דא טיט זעך.
שכוח רב הקטן גביר אדיר (אפילו יעצט אין די רעסעשן)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2009 01:17 |
|
| |
דער ממלא מקום איז ר' מאיר יוסל שליט"א
ר' זלמן לייב איז א ברידער
אין סאיז דא דאכט זיך מיר נאך צוויי ברידעס דער בארשער רבי מיטן זאבלטוויער רבי
אין ר' אייזיק איז א ברידער מיט ר' בעריש ז"ל
אין סיי ר' בעריש מיט די רעבצין לעבן שוין נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2009 01:17 |
|
| |
אין דער ראדוונער רב פין לאנדאן איז א שוואגער מיט ר' בעריש זענען ביידע איידמיער בייים איהעלער רב ז"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2009 22:38 |
|
| |
מישמאש, דו מאכסט דאך נאר גרעסער דעם מישמאש דא, דו שרייבסט זייער נישט קלאר.
אלזא. ר' בעריש איז געווען דער עלטסטער זון פון ר' הערשעלע, און ר' אייזיק איז דער דריטער ברודער, דער אויפן בילד לעבן וויליאמסבורג סאטמאר'ער רב איז ר' נטע, ער איז דער פערטער זון פון ר' הערשעלע ער רופט זיך אדמו"ר מטבא דשמואל ספינקא
דער ספינקא'ר רבי פון ב"פ ר' נפתלי איז א ערשטער קאזין פאר ר' בעריש, ווייל זיין מאמע איז א שוועסטער פאר ר' הערשעלע.
ר' בעריש ז"ל איז ל"ע אוועק ביי די זעכציג יאר פון די ביטערע מחלה, זיין רביצין איז ל"ע אומגעקומען א יאר פריער פון א עקסידענט רח"ל.
די אלע קינדער פון ר' בעריש גייען מיט שטריימלעך.
דער ממלא מקום פון ר' בעריש איז זיין עלטסטער זון ר' יוסף מאיר, ער איז דער מיט די לאנגע בארד מיט דעם שטריימל וואס דו האסט געפרעגט ווער ער איז, עם זעט מען צוויי מאל לעבן ר' אייזיק, און ביין טאנצן לעבן גאלאנטע רבי. (פארוואס עס שטייט נישט ווער ער איז ווייס איך נישט, זעט אויס אז לאגיש האט עפעס א חשבון מיט אים און האט אים נישט געוואלט דערמאנען).
ר' זלמן לייב האט געשריבן דעם ספר תורה און ער האט עס אריינגעגעבן. ער רופט זיך נישט קיין שום רבי.
בארשע רבי, זאבלטאוו'ער רבי זענען קינדער פון ר' בעריש, גאלאנטער רבי איז דער שווער פון ר' זלמן לייב (דערפאר גייט ער לכאורה מיט א שטריימל) און ראדוואנער רבי איז א שוואגער פון ר' בעריש.
ע"כ אומרים בשבת הגדול
 |
|
|
|
|
|