ווארטענדיג אויף ליין ערב שבת אין סופערמארקעט דעם ערב שבת, איז מיין
אויג געפאלען אויף אן אומאפהענגיגען אידישען ארגאן פון אמעריקא, וואס אין איינע
פון די קעפ ווערט גמאלדין מיט פאטאס ווי שטארק די אידענטום איבער די וועלט איז נאך
אינטערין רושם פינעם מעמד לטובת קדושי טאלידא, איך זיך פארעכינענדיג אלס טייל
פינעם תורה אידענטום האב אויך גיוואלט פארמירט ווערין אודות די אויסערגיווענליכען
געשעניש, און אויך וועלינדיג מיטגעשלפט ווערין אונטערין רושם, נישט טראכטינדיג
קיין צוויי ריק איך עס אריין אין ארדער
"על החשבון" סזאל זיין.
אראפנעמינדיג אפאר מינוט פון מיין צייט בלעטערינדיג דורך די צייטונג,
צו מיין גרויס פרייד זעה איך ארטיקלען איינס אויף איינס און נאכדערצו אן הקדשה פון
אפאר בלעטער צו דעקן די אויבין דערמאנטער געביט, ווי אלעס מעלדט מיט פרייד ווי דאס
יהדות החרדית האט דורכגילעבט "גרויסע מאמענטין" ביים מעמד, און ווי לאנג
די "גהויבינקייט" וועט בלייבען דער געשפרעך ביים שלומי אמוני, כהאב זיך
געפרייט אז דער טעמא וואס האט מיר געצויגען צו משלם זיין די צוויי טאלער האט זיך
אויסגעצאלט ווי עס טראגט אזא פראמינענטע דעקונג און די צייטונג.
אבער צו מיין וואונדער נאכין לייענין א וויילע ווער איך געוואויר אז
סרעדט זיך פון א פארזאמלונג ווי מהאט זיך פארזאמולט ארויסצוהייבען א קול מחאה
קעגין שפאניא וואו עס הערשט חילול קברים דורך די דארטיגע באאמטע, שטיי איך אין איך
שטאהן אויב דאס איז די טעמא ווי זענען די וויי געשרייען פינעם יהדות החרדית, אזא
פארזאמלונג איז בלויז א קליינע פאזע פון אזא מערכה, דא קומט נאך א רייע פרעשור און
דרוק וואו מווייזט פאר די באאמטע די כח פינעם יהדות, מגייט אריין אין פארהאנדלוגען
וכו', די פרשה איז נאך ווייט פון פערטיג די טיילין פינעם דורן תפלה ומלחמה איז נאך
נישט פראקטיצירט גיווארען מדארף נאך רידערין, ווער זאגט אז די שפאנשע רעגירונג איז
באקראצט גיווארען פון א אסיפה אין א האטעל אין ברוקלין, די עיקר טעמא וואס וואלט
עפ"י שכל גידעקט ווערין איז מאיז אנטשלאסען און גרייט ווייטער לוחם זיין,
אויך וואלט מען גידארפט אויפאדירען די ציבור ווייטער מתפלל זיין לטובת העסקנים
שימצאו חן בעיני השרים.
אנשטאט, איז מען פארנומען ארויסהייבען די געלונגעינקייט פינעם מעמד
זעלבסט, פארשטייט זיך אז מוואלט גידארפט ארויסהייבען די ציבור פארין זיך משתתף
זיין אבל לא זו העיקר די עיקר איז נאך ווייט פון אריבער מדארף נאך פיהל סייעתא
דשמיא אויף לעתיד, אויך איז זייער קאמיש ווי מ'באטיטלט דעם מעמד "דערהויבין",
און ווי ציבור איז "אונטערין רושם", סשטעלט זיך די פראגע "ולשמחה
מה זו עושה", דאס געט היבש משמעות אז די ציבור משתתפים האט גיהאט עפעס
זייטיגע כוונות דא און די עצם השתתפות פון אזויפיל אידען אוטער איין דאך, דאס
אליין געט זיי עפעס סיפוק צו זיין אוטערין רושם, אויך איז אינטערסאנט ווי אלע
פארזאמעלטע [נישט דוקא סאטמאר, סקולען באבוב, לעיקוואד באיאן פאפא וכו'] האבן זיך
דערמאנט מיט נאסטאלאגיע דער פראטעסט אינעם מעדיסאן סקווער געביידע תשל"ט, פון
די בעל "ויואל משה", סזעט אויס ווי סליגט אין די פארזאמלונג עטוואס מיל
דחסידיתא אויך.
אבער א צייטונג איז בס"ה א צייטונג אולי האט דער שרייבער נישט
קיין פעהגקייטען צו באשרייבען א מערכה פינעם יהדות און בכלל פארוואס חושד זיין א קבוצה
אידען מיט פניות, דערווייל זעה איך אז לא חשדתי בכשרים גמורים און סליגט יא דברים
בגו און נישט דורכן הערין עפעס מקוה נייעסער נאר גאר דורכן צייטונג זעלבסט, דאס
איז דער היי לייט עדיטאריאל.
דער עדיטאריעל דארט איז געווידמעט אויף געוויסע אומאחריותדיקער לצים
וואס האבען בטיטעלט די פארזאמלונג "ציל לאז" [אן קיין ציהל] און דערנאך
ווערט אריינגעוועבט אינעם טעמא א אויסטערלישען מאדנע דריי פאכיגע עפיזאד ווי די
פארזאמלונג אין ברוקלין, א רבנות אין אראנדש קאונטי, און א משפט אינעם ציוניסטישער
בג"ץ, ווערן צאמגעשמאלצען אויף איין ענין, די כותב דארט שטעלט זיך הלמאי
פארופען די פאזאמלונג "ציל לאז".
ער שטעלט דארט צו א סיפור פין סאטמאר רב ז"ל מוצאי יוה"כ
ווי אפי' די עצם מחאה פעלט נישט אויס לדינא און איבעריג, פארט דארף מען זיי מעודד
זיין, און צוריקהאלטען מאן דכר שמיה, [דער כותב שטעלט צו א מראה מקום "במחזור
דברי יואל"], דא האט דער כותב מודה גיווען אז סדא דא וואס צו דעבאטירן צו דער
פארזאמלונג איז ציל לאז צו נישט נאר אפי' אויב יא ציל לאז איז עפ"י הוראת
סאטמאר רב זיכער נישט קיין פשר צו פאררופען צוללאז, שטעלט זיך א פראגע אויב סקולענער
רבי און לעיקוואדער ר"י און דער דיין פון באיאין וואס האבין אויך פאררופען די
פארזאמלונג, פארוואס נישט זיי פארהאלטען פארן מעודד זיין א ציל לאזע פראטעסט זיי
זענען אוודאי נישט משועבד צום הוראה פון סאטמער רב ובפרט לעיקוואד און באיאן וואס
זענען ארויס מיטן שיטה פון התחברות אפי' ווען סאטמאר רב האט פארשטאנען התבדלות
עפ"י דין.
ווייטער גייט ער אריין און די ענין ווי אזוי דער פארזאמלוגנ האט
באשטעטיגט זייער טיטל אויף א געוויסער רב בישראל אז ער איז בס"ה געוועזין
דארט רב [די שייכות פרעגט מיר נישט דאס צופארשטיין וועט אליהו דארפען מסביר זיין],
עיין שם באריכות ותמצא נחת.
גירעכט! גירעכט! די אסיפה איז טאקע נישט גיווען "ציל לאז"
ווי געוויסע אומאחריותדיקער לצים האבען עס פאררופען, מיט דעם פונקט איז שוין אלעס
צום פארשטיין סגיווען איין ציהל זעהן ווי שטארק די באזע פון די התנגדות צו דעם רב
גייט נאך אהן, און מיט פארשטייט "ולשמחה מה זו עושה"
צו די ציהל איז גיווען געלונגען איז שוין דעבאטירט גיווארען אין זייטיגע
פארומס [אויפן נעילת החג האט עס זיכער גיהאט אן עפעקט ווי סגיווען ניכר אז א טייל
ציבור איז נאכגיווען אויסגימיטשעט פון שטיין אינדערויסען פינעם האטעל].
איין זאך "אכן נודע הדבר" וואסארא פנים טראגין ארום אלע
מערכות פינעם לאגער, אונטערין שלייער פון שם ד', און דיין פארשטינקענע פייט מיש
נישט אריין גאט.
אין אנדערע נייעס אינעם ציטונג איז גיווען אינטערסאנט ווי מיט פרייד
טוט מען מעלדין ווי "אבדק קרית רמ"א חבר בד"ץ עדה החרדית", וועט
דרשנין און קיטל ראדני, כאילו ווי איינער וואס האט נישט קיין נגיעה צום פארטיי
שטוצט די זאך.
נשלח ב-5/6/2009 17:12
האסט געמאכט א פיינע פאטעיטא קוגל פונעם איד לכבוד שבת קודש.
נשלח ב-5/6/2009 17:37
בוסט צושפילט? איך האב געבעטן די רעדאקציע פון "דער איד" אז זיי זאלן צולייגן א נאטיץ פארן עדיטאריעל פון ר' משה לייב אז דאס איז נישט פאר שוואכער הערצער, שוין זיי האבן מיך נישט געפאלגט, ומכאן הקריאה יוצאת, אהרונים, אויב ווילט איר נישט האבן א צושטערטן שבת דאן ליינט נישט דעם איד היינט, עס טוט זייער וויי צו זעהן ווי נאך די באמבאסטישע ארטיקלן פאריגע וואך און די וואך אין "דער בלאט" (וואס אגב פאריגע וואך האט דער רעדעאקציע פון דער איד רעאגירט צו די אטאקעס מיט א כיטערע שטילשווייגעניש...) קומט איין ארטיקל פון ר' משה לייב'ן אין מאכט זייער גאנצן בנין של הבל צונישט.
נשלח ב-5/6/2009 20:14
רב עליגעטאר, האסט גוט און צום פונט ארויסגעברענגט די זאך.
פון די אנדערע זייט זעהט מען אבער די ריכטיגע עסקנים אינערהאלב די וועד להצלת בתי חיים באירופה ווי זיי זענען נאך פארנומען און ארבייטן נאך ארום מיט די שפאנישע רעגירונג איבער די עצמות קדושות וואס זיי האבן ל"ע אויסגעגראבן.
איר פארשטייט........ די פאקטן מיזן נישט שטימען אפילו לפנים....... דער ציבור וואס זיצט דארט האט נישט קיין שום פראבלעם אז ממאכט מיט זיי ליצי לצנות די עיקר איז מזאל אינטער ברענגען דעם שונא
תוקן על ידי טאטלע ב- 05/06/2009 20:38:56
נשלח ב-5/6/2009 22:03
פין דער יוד וואלט באלאנד נאך אלץ נישט נאכגעשאלטען אזוי סאך (נישט אז די וואך איז א אויסנאם מיט א מאנגעל אין קללות) ,אבער ס'קוקט אויס אז ער האט שוין גענדיגט ליינען דער אשרי האיש ארטיקל אין דער בלאט
איך שוין יעדע זאלי וואס ליינט עס, ער ברענגט אזוי קלאר די אלע באקאנטע פאקטן אין איין ארטיקעל
אין צילייגט די ביליגע צילן פין די שררה גיינציגע
ווער עס קען עס אהערברענגן אין זיין א מזכה את הרבים זאל עס ביטע טוהן
נשלח ב-5/6/2009 23:49
דער איד די וואך לוינט זיך צו ליינען עס האט אלע טעמים.
דאס וואס שטייט אויף די העדליינס "ווי שטארק מאיז אונטירן רושם" צו אויף זייט 11 "ווי גרויס די מאמענטין זענען גיווען" צו אויף זייט 12 "וויפיל טרערין זענין פארגאסען גיווארען ביים
מעמד" צו אויף זייט 62 וואס רעדט פינעם "הייליגען גייסט" צו אויף זייט זייט 64 ווי "די עצרת האט אריינגיבלאזין א
געוואלדיגע חיזוק" צו אויף זייט 65 ווי די פלאקאטען פון די חותמים לראשונה זענען
פרעזענטירט צו אויף זייט 71 ווי מזעט "טייל אויבענאן" צו אויף זייט 72 פון די אונטערשטע שורה פינעם "ניו יארק טיימס" צו אויף זייט 73 ווי "די מאסן" זענען געשטראנדעט
אינדערויסין צו אויף זייט 74 פון "צירופא דרבנן פון סקולען צי בית דינו" צו אויף זייט 75 "פון רשימת אדמורי"ם שהשתתפו" צו אויף זייט 76 "ווי די אלייענס האט נישט קיין כח" צו אויף זייט 77 "ווי פון די ליטווישע חדר" דרשט מען