| נשלח ב-7/6/2009 11:51 |
|
| |
ברוך הבא! מנשה איז צוריק דא..
wow היינט האב איך בייגעוואוינט א גוטס!
א פרוי קומט צופארן מיט איר ריזן וועגעלע - צו רעכענען, און די וועגעלע איז געווען אנגעהויפענט ממש א הור ההר, תפוח ע''ג תפוח, און פאפקארן פרעצל, טרונקען פרוכט און מעלאנעס און וואס נישט.. אז ס'שוין נישטא ווי ארויפצולייגן און צולייגן עפעס.
כ'האב איר אזוי געשוינט, נעבעך, ווער ווייסט נעבעך, זי וואלט מסתמא לכבוד שבת נאכגעוואלט קויפן מער פון דעם, אבער זי האט דאך נאר צוויי אויסגעהארעוועטע הענט, און מער וועגעלעך ווי צוויי איז נישט נישט ביכולת צו שלעפן מיט זיך..
און פלוצלינג. טראךךךךךךךךך
א פלאש ווייטאמין, נישט סתם, א 'פינעף און פערציג' דאלערדיגע גלאזערנע פלאש 'אמעגא טרי', האט זיך צופיצעלט פאר אלעמענס דערשראקענע אויגן..
איך האב באלד פארביסן די ליפן, נישט פון צער און ווייטאג, נאר פון היסטערישע געלעכטער..
אין די צייט וואס אלע זענען נעבאך אזוי פוהל מיט מיטלייד, אויף איינער וואס וועט מוזן באצאלן א פרייז - וואס איז געגאנגען די פירות לאיבוד, האב איך פארשטאנען אנדערש.
ס'קומט זיך דעם פרוי א מזל טוב, צו איר גוטע מזל, וועט זי יעצט האבן נאך א פלאץ פאר נאך אפאר זאכן, ניין? איין פלאש פלאץ איז נאך דא....
חסדי השם כי לא תמנו, מ'קען אין דעם פלאץ נאך אריינשטופן אפאר פרוטלעטערס און קענדיס טשאונגאם, און ווער ווייסט וואס נאך מ'דארף אלץ לצורך שבת חנוכה..
איר זאלט נישט מיינען, איך האב נישט אנגענומען אירע תירוצים, אז די וואגן שאקעלט זיך, און ס'געווען א טעות, און זי האט עס זייער וויכטיג געדארפט אריינשטופן אינעם ארדער. וכו' וכ'ו.
- זי האט סוף כל סוף באצאלט ווי א מאמעלע..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2009 03:10 |
|
| |
איין מינוט מיסיס קאצנעלנבויגנפיס תחי', די טאמאטן און איגערקעס איז אויכעט אייער'ס?
יא יא..
נו וואס זאגט איר נישט. ביז ווי איז אייער ארדער..
אה, כ'האב דא דרייסיג אייז פאפס, זיבן קענדי ספריי, אכט פרוטלעטער, אלעס צוזאמען האב איך דריי און פערציג ביסעליס, אלעס קאסט די זעלבע פרייז??
זאל זיין דריי און פערציג, די זעלבע פרייז, אבער ביז ווי ווייט ציט זיך אייער ארדער..
אה, כ'האב נאך א קעריטש.. וויפיל איז דעליווערי? איר מאכט נאך יעצט אזוי שפעט דעליווערי?
גראדע יא..
אה, איך פרעג סתם.. מיין מאן טראגט עס אהיים..
שוין, שוין, ווי האלט די ביל????
מיסיס קאץ וכו' די סך הכול איז דריי הונדערט דאלער און פערציג סענט 'סטרייט'..
WOW WOW וואס האט געקאסט אזויפיל געלט....? אפשר די מעלאנע? וואס, די טשאקלעט קאסט אזויפיל?? כ'האב געמיינט ס'איז אויף סעיל.. וואס הייסט, א קראס די סטריט קאסט עס ביליגער.. עה! כ'ווייסנישט פארוואס כ'האב מיך איינגערעדט דא איז ביליג..
אקעי מיסיס הינט, איימסארי מיסיס קאץ. איר זענט פארטיג? כ''האף איר פארשטייט איז זענט נישט דער בן יחיד דא אין געשעפט, ס'שטייט א לאנגע רייע אינטער אייך.
אמת.. עם עם.. מיין מאן האט געזאגט אז ער גייט באקומען א טשעק נעקסטע וואך... איר קענט אפשר פליז זיין אזוי גוט און עס דערווייל לייגן אויף האלד ?
ניין, איר קענט נישט אויפשרייבן מער ווי הונדערט און פופציג!
וואס? הונדערט און פופציג איז דאך ממש ברויט מילעך און פוטער... דאס איז ווייט פון יושר מיסטער מנשה קאפשטיק. איר מעגט זיין א הארץ שטיק און רחמנות האבן, איך גיי באצאלן , מיין מאן האט געזאגט אז ער איז נישט קיין גנב..
מיסיס קאץ וכו', הונדערט פופציג שרייב איך אויף. און די איבריגע איז אייער אחריות, איך האב נישט קיין געדולט, איך שרייב באצאלט, און איר זאלט אליין געדענקן אז איר דארפט צאלן פאר אייער ביסן.. אבער נעקסטע וואך, קלערט אפילו נישט פון איינקויפן מחרצנים ועד זג, ביז איר האט אויסגעצאלט די ביל.
אויוויי וואס טוהט מען - קווענקעלט זי.. שוין, ווייסט איר וואס.. אויב שוין ממילא אזא ביל, לייגט צו צוויי קעיסעס סעלצער.. און א באקס גרעיפדזשוס און עפלסיידער.
[ווי איינער זאגט, ביז כ'וועל באצאלן, וועט נאך זיין א לאנגע טרוקענע זומער, ממילא געבט מיר ביזן שענק א זיפ משקה כ'זאל נישט פארטריקענט ווערן ביז איך דערשלעפ מיך צום נעקסטן גראסערי, און איך זעץ זיי אויכעט אן..]
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2009 03:11 |
|
| |
עפארדעבל מחשבות
כ'זיץ מיר און כ'בין נהנה פונעם שכנ'ס גראז.. מה טוב ומה נעים.. ער איז דאך פארנומען און פאר'פארעט, ווי קען ער דען נהנה זיין פון זיין אייגענע פארמעגן..
א שטייגער, בין איך אמאל געווען צוגאסט ביי איינעם אין שטוב, ביי אזא איינעם וואס האט – ווי עס קוקט אויס, פון אלץ און אלעמען. די פאמיליע איז פלאצירט אינעם הערליכן הויז וואס זיי האבן זיך אליין אויסגעקליבן דעם געגענד, און דערויף אויפגעבויעט א שיינעם ווילא.. ווי מ'רופט עס.
דער טאטע זיצט איבער די ריעל עסטעיט חשבונות, מסתמא רווחים.. די מאמע שנייד א סאלאט, מישט דעם גרויסן טאפ זופ, פארלאפעט א גוטן קיכל אין אויווען. די קינדערלעך שפילען זיך יעדער זיין שטייגער און זיין סארט פארגעניגן.
און איך הער ווי די מאמע שרייעט, שעפעלע וואס וויינסטע מיר שוין ווידער.. רבקי פארוואס וויינט דער קליינער. כ'ווייסנישט.. ער מיינט אז איך נעם אוועק פון עהם עפעס..
רבקי הער אויס, זעה ער זאל נישט מיינען.. ממילא וועט ער נישט וויינען, ווייל איך האב נישט קיין כח און קיין נערווען 'יעצט'!
שוין, כ'פארשטיי גאנץ גוט, 'יעצט' איז זי איבערגעשטרענגט..
אבער הערט א געשיכטע, ווען איך קום נאר אריין דארט, איז ווידער דעם פסוק אין מיינע אויערן, ווי מ'וואלט עס פארגעלייענט פון א טראדיציאנעלן בוך. יאנקל פארוואס איז דאס אזוי.. רבקי פארוואס איז דאס אזוי.. שרי כ'קען נישט מער.. איך האב יעצט קאפוויי און גענוג געווען.. הערסט.
א דריטע מאל, אודך.. רבקי כ'האב קאפוויי, יאסעלע הער אויף וויינען..
קומט מיר אויס צו פארשטיין, אז, אדער מאך איך קאפוויי דא.. אדער האט נעבעך יענער א לעבנס קאפוויי..
אבער אז כ'בין געווען אלץ אורח ביי א צווייטן, גאנץ א פארשטופטן דירה'לע, אין א קוים צוויי שטובער'דיגע נעסט, אונטער פרעמדע דריי שטאקן איבערן קאפ, אויכעט א שטוב מיט קינדער, נאר נישט די לוקסוס, און נישט די רחבות, און נישט די מישמאש און פאלאצן..
דארט הער איך ווי די עקרת הבית פארציילט סיפורי ביטחון, און געבט דא דארט א קרעכטצעלע אויפן גלות, דא א שמייכל אויף א איינפאל פונעם קליינעם, א געדאנק אויף א וועלטס פאסירונג, און אויכעט די טעפ קאכן זיך, די קינדער שפילן זיך, און לעבן איז זיס און באקוועם, כאטש היבש ענג און שפארזאם.
איז אוודאי איך בין דא נישט דער שולדיגער, און ס'נישט דער קאפוויי וואס האט זיך באזעצט דווקא ביי יענעמ'ס געהירן פאר שטענדיג. נאר ווי די משנה זאגט, מרבה נכסים מרבה דאגה!
און אז מ'זיצט שוין ביי יענעם, זעהט מען נאך זאכן..
איך קוועל פון די הערליכע בלומען, און באגראזטע פאנאראמע, פון וועמען, פונעם שכן.. דא האט איינער אויסגעזעצט די קינדערלעך, און זיי פאטאגראפירט, ווי, ביים שכנס 'הערליכע' גראז..
מ'פארברענגט אין די שיינע סעזאנען אויף די גראז, אויף די הערליכע פארק און גליטשערס, פון וועמען.. פונעם 'רייכן' שכן..
יא, פאר וועם דען האט יענער עס געמאכט, אויב נישט פאר די שכנים און צוקוקער, ווייל טאמער פאר זיך, וואלט ער בכלל נישט געפיצט דעם דרויסנדיגער חלק..
אזוי קלער איך..
קומט מיר אויס אזא חשבון, אז יענער האט די בלומען, און איך בין נהנה, יענער האט דאס שיינקייט, און איך קוועל פרישע כוחות דורכדעם.
איינער פלאנצט און א צווייטער ציט פארגעניגן דערפון..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2009 03:12 |
|
| |
און לאמיר זיך נעמען צו א ערנסטע נושא..
די ענין פון אינפארמעישאן אויף א צווייטן. דאס איז זייער א ווייטאגליכע נושא, פאר איינער וואס איז שוין דורכגעפאלן און געגעבן געשמאקע לשון הרע זעק אויף איינעם, און האט זוכה געווען מדה כנגד מדה, געוואויר צו ווערן וואס דאס מיינט ששקולה לשה''ר כנגד..
ס'נישט מער ווי נארמאל - טראכט אוודאי דער גראב רעדנער, אז אויב מ'האט מיך געפרעגט אויף יענעם, 'מוז' איך ארויסגעבן אלעס אלעס וואס איך ווייס, אויב נישט וועל איך פארלירן די נאמען 'פארשטייער', און אלץ ווייסער, און חכם מחוכם, און 'מחנך' און עסקן.. און צום ערגסטן מבין אין שדכנות.. אין חברותות א.ד.ג.
ווער איז דאס יאנקל?
אה, כעדער זאגן, קיין גרויסע חכם איז ער נישט.. [וואס איז שלעכט מיט א פשוטע מענטש?] צו ער קען לערנען.. כ'מיין אז אז אז אז ניין! [פארוואס זאל איך זאגן יא? יענער קען דאך כמעט מיינען אז ער גרייט צו ווערן די שטאטס רב..] וויפיל איך פארשטיי, זוכט ער אויך נישט אזאנס וואס איר זוכט.. [לויט ווי ער וויל פארשטיין..] ער איז בכלל נישט קיין מסודר'דיגע מענטש.
יא, ער דאווענט, יא ער האט א דזשאב, יא ער קען עסן, יא ער קען האקן א נאגל.. [אמת כ'האב געזאגט די בעסטע אינפארמעישאן וואס איז נאר מעגליך..? ס'דאך נישט מיין אחריות, טאמער יענער פייפט מיך אן און טוהט יא דעם שידוך..]
וואס מיין טאכטער? ניין, איך זוך איינער וואס האט א קאפ אויפן האלדז, איינער וואס איז צו גאט און צו לייט [פונקט ווי אנוכי הקטן שבשפל הבריאה..] יענער איז פונקט גוט פאר געצילס גרושה. וואס!? ס'פעלט איר שכל? ווען נאר שכל וואלט גוט געווען, איך קען איר גוט, די גאנצע משפחה זענען פשוטע.. פיינע נארנים, און זיי קענען זיך פיין צוזאמ'פארן.
פארגעס נישט, איר רעדט צו א שדכן א מומחה, א מחנך און עסקן פאר לאנגע יארן, א מבין אויפן מענטשהייט, [און א קשיא פרעגער אויפן אייבירשטן] טאקע אינטערעסאנט אז בערל האט גענומען דעם משה, איך געדיר צוויי חדשים, און כ'בין אריינגעמישט אין א פארביטערטן גט.
ווער, איך האב געגעבן גוטע אינפארמעישאן, כ'האב גוט אדורכגעטראכט דעם נושא.. [ווער האט דיך געבעטן אזויפיל טראכטן, און ווייזן דיין רישעות און אכזריות נאך אזויפיל בלאטיגע און בעסער געזאגט בלוטיגע חכמה, אויף יענעמס אפענע וואונדען.]
שטעלט אייך פאר, איר האט שוין אמאל געזען איינער פרעגט אויס א גארביטש טרעגער, זאגט נאר, וואסערע סארט גארביטש האנדעלט איר, וויאזוי לאדענט איר אפ די גארביטש, ס'דא דארט נאסע גארביטש, אדער נאר טרוקענע, די גארביטש איז נאך עפעס ווערט..?
אז מ'וויל עפעס, פרעגט מען אויס אינפארמאציע דערפון, און אז יענער האט אייך אפגעשטעלט און געפרעגט, ווי ער דאך הערן עפעס גוטס. ווען יענער האט א הווא אמינא אז ס'נישט פאר עהם, פרעגט ער אייך בכלל נישט אויף דעם סארט סחורה.
און איר אוודאי טראכט אז איר דארפט זאגן דעם ריינעם אמת..
שטעלט אייך פאר איר פירט א געשעפט, און א קונה קומט אריין, און פרעגט, איר האט גוטע סחורה?, אייער סחורה איז פריש?, וואס איז די אויסוואל?.
וועט איר אוודאי נישט וועלן זיין קיין ליגענער, און אוודאי ווייזען אייער מבינות, חכמה, ידענות, און ערפארונג, און אוודאי אוודאי אוודאי, וועט איר זאגן די ריינע פאקטן:
כ'וועל אייך אויסזאגן דעם אמת צווישן פיר אויגן, איר פארמאג נישט וואס איר דארפט. אפילו אויב ס'קוקט אויס אז יא, זאג איך אייך, אויב איר ווילט עפעס גוטס, גייטס צו א צווייטן.. אפילו פאר מיין משפחה נעם איך נישט פון דא, ווייל די סחורה איז נישט עפעס ווייסעך וואס.. דארט אין בעק האב איך נאך עפעס א אלטע שמאטע, שוין יארן וואס ס'ליגט דארט. כ'גלייב נישט איר האט וואס צו זוכן איין מינוט נאך אין מיין געשעפט, גייט בעסער צו א צווייטן. איך וועל מיך שוין טרעפן עפעס שלעפערס וואס וועלן קויפן די סחורה פאר חצי בחינם..
וואס. אויף מיין סטאר וועל איך 'קיינמאל' נישט אזוי רעדן... אבער אויף יענעמס בחור??? ווער יענער? כ'וועל אייך זאגן די אמת און נאר די אמת.. און וויפיל איך פארשטיי.. און וויפיל איך האלט אז ס'קומט אזוי.. און וואס ס'קומט זיך יענעם..
רבותי כ'מיין כ'האב גענוג געשפיגן..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2009 03:14 |
|
| |
די טאג דרייעט זיך זייער זייער שטייט.. די זון באקט, און די מוסקיטאויס בייסן, און די נערווען שפילען, אבער מ'קען נישט צעמאלן די שעות פאר עפעס בעסערס.
זיצט זיך שלימזל, און טרייבט די צייט מיט בייזע בליקן, ער ווייסט נישט, פארוואס אריכות ימים איז א ברכה, ווילאנג וועט ער לעבן און נישט וויסן וואס צו טוהן מיט די ברענעדיגע מרה שחורה וואס פייניגט עהם ווי א רשע מרושע..
ער לייענט אן די מארדע אויפן רעכטן האנט, נישט גוט, אויפן לינקן האנט, אויך נישט גוט.. אויף ביידע הענט, און ס'קראצט עם איבעראל, און ער קען נישט איינזיצן אפילו איין רגע, כל שכן נישט קיין גאנצע שעה..
וואס? א גאנצע וואך?? אוי געוואלט, וואס טוהט מען א גאנצע יאר, זאג מיר נישט כ'דארף נאך לעבן ביז זיבעציג לכל הפחות...
רעגט מען זיך אויף יעדע זאך וואס שטייט פאר די שלאפלאזע אויגן, גרונים איז סתם משוגע, בערל איז א נער, שמערל איז פגע רע, גימפל איז א אכזר, און פימפל איז א ריכטיגע ליגנער..
וואס דען זאל ער זאגן.. איך בין גוט דיפרעסט?? ניין, איך בין פשוט צוגעלייגט.. איך ווייס נישט, די היינטיגע דור איז עפעס געפערליך געפערליך געפערליך... אוי כ'אניש קיין כח..
בוקר מי יתן ערב וערב מי יתן בוקר.. ס'איז צרות ווי א טייך בלאטע, און נאכן גאנצן דרשה, וואס ער האט זיך אלץ אנגעבייזערט אויף אלץ און אלעמען, פונעם ראש הקהל ביזן בעל עגלה, איז עפעס נאך אלץ נישט אוועק די צייט.. קוים אריבער פינעף און פופציג סקונדעס.. וואס מיינט דאס?? איך ווייס נישט..
אוי די היינטיגע זייגערס.. די יקרות איז קיין ירקות נישט.. די וועלט איז נישט דאס זעלביגע.. נישטא קיין דרך ארץ און קיין מידות און און קיין גארנישט גארנישט..
אוי אזוי קוקט מען אויס ווען מ'פאלט אריין אינעם יאוש גרוב.. ווען מ'איז ליידער אינעם עצבות זאק. יעדער איז שולדיג די זוהן און די לבנה און אלע כוכבי לכת.. אלע צדיקים זענען בלאפערס, און אלע רשעים זענען סתם גנבים.. און זייערע חסידים? סתם נארנים.
ווער בלייבט קלוג און גערעכט???
אוי דאס בין איך אליין, ברוך זעצער, וואס איז בטעות געבוירן אינעם אלף השישי.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2009 03:14 |
|
| |
ברוך אלוקינו שבראנו לכבודו.. והבדילנו מן התועים..
דעם פיוט זאגן מיר אלץ, און מיר קענען דאס איבערזאגן נאכאמאל און נאכאמאל.. ווען אינעם היינטיגער וועלט זעט מען דאס פארטעמפט'קייט, פון די פארשידענע מיינונגען און שיטות, וואס יעדער בעל חי וואס קען נאר שאקלען א צונגל, דרייעט אן די מוחות מיט זיינע קאנפיראציעס און קאפשטיקן.
נאר אמאל מיינט איר איז געווען עובדי עבודה זרה? אזעלכע וואס האבן זיך פארגעטערט און געלאזט דעם עולם גולם זיך ביקן צו די שמוציגע שטויב פון זייערע פיס פלאכן.. נאר אמאל איז געווען א דור הפלגה א דור אנוש און דור המבול? עודם משתוללים..
יא, צו ס'איז זייערע אייניקלעך - די גרייזגרויע מאלפעס וואס האבן היינט פארנומען א שטוהל און פאזיציע, צו ס'זענען גאר גילגולים פון דעמאלטס, איז עס אבער א גלגל החוזר פונעם אמאליגער סצענע, איבערגעשפילט מיט די היינטיגע בעסטע טעכניק, די טיפשות על גבי טיפשות, וואס מ'קומט אלץ נאר אויף, וואס מ'קען.. און וואס מ'וועט! 'אוודאי' טוישן דעם וועלט..
און ווער גייט עס טוישן??? איינער וואס קען זיך גארנישט טוישן און באהאלטן.. און וואס גייט ער טוישן? עפעס וואס איז גארנישט בידו וברשותו.
נאר וואס פארציילט מען מיט שפאס, אז דער און יענער הויך קנעפל, האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו, אינעם סוגיא פון 'גלאבאל ווארמונג'. וואס נישט גענוג אז ער קען זיך גאר נישט פארענטפערן אויף די אייז קאלטע ווינטער'ס וואס זענען אויף אונז אריבער לטובה ולברכה, אל אפו וחמתו.. איז ער נאך פארנומען, ווי ער גייט נעמען די וועלט אין האנט אריין.. און וועט איר אויסמענטשלען...
ער קען זיך קוים אנטוהן די אייגענע הויזן, און צו ווערן פרעזידענט האט ער קוים מצליח געווען - אויף נישט.. און ווי נעמט מען זיך א עסק אשר לא לו.
שטעלט אייך פאר, דער אייבירשטער ב''ה, זאגט איין טאג, אז כביכול ער געבט איבער די דזשאב פון 'אראפנעמען אלע בלעטער סוף זומער' פון די ביימער, פאר א געוויסע גרופע 'וועלטס פארזארגערס'.. ניין, נישט פון גאנץ אמעריקע, נישט פון גאנץ ניו יארק, נאר די בלעטער פון בלויז 'די פאלאסיידס פארקוועי'..
כ'מיין, ווילאנג וואלט עס געדויערט,און וואסס פארא מצב וואלט מען געמאכט נאכן ענדיגן איין עקסיט.. גייט מען און מ'זארגט זיך פאר די רויעך וואס טוהט זיך בשמי שמים, און ער מענטשעלע וואס איז קוים געבוירן, גייט איינשטילן די וועלטס פראבלעם...
איין כוואליע פונעם צונאמי, שלאגט אן זארג אויף די גלאט אפגעגאלטע קעפ.. ומה נענו איזובי קיר.. וואס קענען זיך נישט באכלעפשענען מיטן אקאנאמיע, אבער דער חושך אליין 'פארשפרעכט' יעס.. ווי קען.. 'טשענזש' די וועלט!!
הא הא די טיפש.. דו נידריגער פונעם מענטשהייט סארט. דו גייסט ענדערען די מצב? דו מיינסט, אז פאר דיינע לגיונות וועלן מיר שוין אלץ מעות קדימה דיר לעקן און קישן?? די פארברענטער שטיק טשאקאלאדע, וועיק אפ! פארבייס דיינע טינקל רויזע לעפצן מיט די געלע ציינער, פארשטאפט נאר דיין פיסקן גרוב, מיט דיין בא'חנ'טן איינגעפאלענעם נעזל.. נישט דו און נישט דיינס א גלייכן וועט אונז געבן האפענונג אין יעדע מצב און זמן. נאר דער כל יכול ב''ה וועט אונז באשערן אלעס גוטס, אני מחצתי ואני ארפא אמר השם צבקות.
אה, ברוך אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת.. ונזכה ונחי' ונראה טובה וברכה לחיי עולם למען יזמרך כבוד ולא ידום
השם אלוקי 'אני הקטן מנשה לוסטיג לעולם אודך..
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 02:14 |
|
| |
א גאנצע טאג מאכט מען צו לעקטערס, מ'לעשט און מ'לעשט און מ'ווערט נישט פארטיג.. 'איך וועל עפעס אויסהאלטן דעם לעקטער קאמפאני'.. ענטפערט מיר א עלטערע יודל, אויפן פראגע פארוואס ער הערט נישט אויף אויסצולעשן לעקטערס ווי ער גייט און שטייט. און איין טאג וועט טאקע די לעקטער קאמפאני גיין באנקראט, ממש אזוי, דער יוד ברענגט זיי אונטער... אזא משוגעת, ווערט איינגעפעדימט צוביסלעך, און ווען מ'איז אויסגעצייכענט מיט דעם, קען מען זיך שוין נישט אפגעוואוינען דערפון, ממש ס'פארפירט דעם מענטשנס שכל לעבנסלענגליך. און וויפיל קאסט עס שוין, מאכט א חשבון, יעדעס מאל וואס מ'צינדט אן די לעקטער, און באלד נאכן געברויך לעשט מען עס אויס, האט איר נאך מער ארויפגעצאלט ווי איידער עס זאל ברענען עטליכע שעה אין איין ציה.. נו איז עס א גוטע הנהגה, אדער א שיגעון ממשפחת השיגעונות.. נאכמער פון דעם האב איך שוין בייגעוואוינט, א יוד 'א מיליאנער'.. כ'האב געזאגט ליגענט, יענער איז א 'ביליאנער' !!! און ער איז דאך אזוי ערליך, אז ער טיילט נישט קיין צדקה אינמיטן לערנען.. פשוט ביטול תורה! אינמיטן דאווענען ווידער, אינמיטן מקבל זיין עול מלכות שמים, קען מען דען פאטשקענען מיט הבלי עולם הזה..? נאכן דאווענען, טיילט יענער מיט א מאס, ס'שטייט דאך הארבע זאכן איינער וואס געבט מעשר מער ווי מען ברויך.. און ווען ער קלייבט זיך שוין ענדליך אהיים, כ'גלייב נישט אין ביזנעס, ווייל טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף.. ער גייט זיך פשוט אביסל צו שפארן צום נאכמיטאג סדר, ווי ער האלט שוין יעצט נאך חצות מיט א שמיץ אריבער.. אט ממש פארן פארלאזן דעם היכל הביהמ''ד, מאכט ער זיכער, אויסצולעשן 'אלע' לעקטער, וואס ברענען אומזינסט.. ממש יודיש געלט זאל גיין לטמיון, ס'קען עהם נאך גיין צום הארצן.. איי, ער וואלט מיט זיין 'מעשר', געקענט אויסהאלטן דעם שטאט עד סוף כל הדורות.. יא בלי גוזמא, אבער די נארישע פאלערעסן באלב, וואס ברענט דארט בפאתי מערב, דאס ליגט עהם א חוב קדוש צו פארלעשן טאג טעגליך. ס'טאקע דא אזא סארט משוגעת, וואס מענטשן באקומען מיטן עלטער.. ס'קוקט אויס ווי א שבת זייגער, אז ווען מ'איז זיך מוחל אלע עבירות, מ'האט פארגעסן מה דהוה הוה.. די ציינער דינען שוין שוואכער, די פיס ריקען זיך שוין ווי צוויי שאלן פונעם וואג. אטאמאטיש זענען אלע יונגעלייט ליידיגייער, און מיטל יעריגע געלט שפענדער, און אלעס איז א שאד די געלט.. עד כדי כך, אז די אייגענע ביסן, שפארט מען אזוי, און מ'פאסט און קלעקט קוים דעם טאג, חלילה נישט צו פארפאטשקענען בל תשחית געלט אין גארביטש.. מ'קען זיך פינף און זעכציג מאל איבערדרייען, זיך איבערקאפערן און ווערן מיאוס צוביילט, אבער ניין! נישט די וואסער קאמפאני, נישט די לעקטער קאמפאני, און נישט די אנדערע קבצנים, וועלן מאכן א לעבן אויף מיין פענסיע.. פארשטאנען?! אך און וויי, טאמער איינע פון די בני בית האבן פארגעסן צו פארלעסן די קראן, די לעקטער ווען מ'ברויך עס נישט, און געפלאשט די טוילעט אדער גע'עפענט א פרישע פעקל דיספאזעבל געצייג. קולות וברקים כנתינתן מסיני.. די וועלט קערט זיך איבער לתוהו ובוהו, מ'קען מיינען אז מ'האט געשאכטן דעם שור הבר מיטן לוויתן.. יא, משוגע האט אסאך קאלירן, און ווי לענגער מ'לאזט עס האדעווען, וואקסט דערויף שוועמעלעך, קינדער און אייניקלעך משוגעת'ן, עד כי חדל לספור, און ווער ליידט סך הכול.. נישט מנשה'לע ניין.. ווייל איך הער נישט אויף צו עפענען קראנען רייסן זעקלעך און פלאשן טוילעטס.. זאל דיר די אויגען שווימען אין די לעכער פאר כעס, און איך כארכעל מיך אין א גלעכטער לידל.. כל זמן שהנר דולק.. לעב און האב הנאה פון דיין געלט פון דיין פארמעגן.. אז דו וועסט פאר'טרינקען דאס גלעזל וועט מען דיר געבן נאך, אז נישט וועסטו שטארבן אין די חושך.. ואנחנו ניכנס לחיים טובים ארוכים ולשלום.
 |
|
|
|
|
|