איינער האט מיר געגבן א דער איד, אין ציגעזאגט כ'זאל עס ליינען כ'וועל מיך מחי' זיין
כ'ווייל ענק זאגען ער האט מיך נישט אנטוישט,
אין 1 ווארט: די הינט בילט אין די באן פארט (כ''א כסליו, אריזאנע פלאזא, הגאון שליט''א)
איין ארטיקעל רומט ער אויס די אלע וואס זענען יא געווען ביי די פראטעסט (כ'געדענק נישט ביי וועלכע נומ' באטייליגטע ער האלט יעצט) אז זיי זענען ממש ווי יודן אין מדבר וואס זענען געקומען צו משה רבינו ביי מי לד' אלי, וואס דארט איז עס נאר געווען שבט לוי,
ד''ה, ווען מ'גייט פראטעסטירן פאר תאוות השררה קעגן א יוד א גאון הדור, א זקן מופלג שקנה חכמה, ציזאמען מיט זיין חברי הוועד הרבנים הגאונים - גאוני אירופה, שליט''א, איז מען א בחינה פין מי ל....... אלי, {די ביליגקייט איז אימבאשרייבליך, ווי מ'קען אריינלייגען די שמיציגסטע מעשים אין א......מצווה, לולא לא ראיתי לא האמנתי}
איין ארטיקעל, נעמט ער נקמה אין די געלונגענע ארטיקעל פין דער בלאט פאריגע וואך, צווישען די סטעיטמענט באציט ער זיך צו אינזער פורם (כ'דענק נישט די לשון אבער ר' יונה האט שוין געשריבן א חלק), (מן הסתם ווייסט ער נישט אז אין דערנעבנדיגן פורם, איז דא 10 מאל אזוויפיל שרייבער'ס), מיט קללות אין קיתון של שופכין, אבער דא מאכט ער א ''פרישע שקר'', ער טענה'ט אז די פראטעסט איז נישט געווען קעגן רבי אליקום אין וועד להצלת......... אין מ'האט נאר געמיינט די שפאנישע רעגירונג........ זיי ארבעטן נישט קעגן די אינטערסן פין וועד להצלת...., אא''וו - קאמענטארען זענען איבריג
ווי אויך איז דא א פאר מ'כלומרשטע בריווען וואס זאלי'ס זאלען האבען אריינגעשיקט,
הצד השווה שבהן, מלא שקר, אין שנאה אין האס, וואס מ'גיסט זיך אויס די כעס, נאכ'ן וויסטן דורכפאל פינעם אזוי געריפענעם עצרת, וואס האט זיי באשטינקען ביי יעדן נארמאלען מענטש,
סוי, זאלי'ס! שרייבטס ווייטער, זאל יעדער נאמאלער מענטש וואס פארא מענטשן די זאלי'ס זענען ווי ענקער שנאה אין פארביסענקייט קען ענק דערקייקלען
ווער עס קען זאל ביטע אריינסקענען די איד, זאל זיך יעדער מחי' זיין
 |
|
|